בלאט 1 פון 1

נערישע שאלה צו די שרייבער פון אייוועלט

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 06, 2014 1:19 pm
דורך שנאפס
אויב דער בעל תפילה האט בטעות געזאגט לעילה ולעילה ביי קדיש פאר שמו"ע, דארף מען זאגן זכרינו לחיים ביי שמו"ע?

איינער דא האט אנגעפאנגען זאגן אבער מ'האט אים אפגעשטעלט גלייך ביים אנהייב, און ער זזזזזזזזזזזזזזזזזזזז'ט נאך

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 06, 2014 1:22 pm
דורך פליגל
מיין בעל תפילה האט נעכטן געזאגט 4 מאל לעילא...
לעילא מן כל ברכ...
אופס! לעילא ולעילא מכל
(קולות פונעם עולם; נאאאא!)
לעילא מן כל ברכתא ושירתא.

מיר האט זיך כמה פעמים געמאכט אז כ'אב שיעור אנגעהויבן זאגן מוריד הגשם...

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 06, 2014 1:24 pm
דורך קרעפטיג
גוטע קשיא.

מיר איז עפעס אנדערש שווער, אויב א בעל תפילה האט געזאגט נאר איינמאל לעילא און מ'פארעכט אים און ער זאגט איבער לעילא ולעילא קומט דאך אויס צוזאמען איז דריי מאל, ווייל איינס מיט צוויי האט מען שוין אפילו פאר די מלחמה געוואוסט אז ס'איז דריי.

נו דריי מאל איז דען יא גוט ? כ'מיין ווער זאגט אז דריי מאל לעילא איז בעסער ווי איינס.

יארן וואס איך מוטשע מיך מיט דעם.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 06, 2014 1:34 pm
דורך מטעמים
ווענד זיך ווי דער חמור שטייט.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 06, 2014 1:40 pm
דורך מיסטעריעז
אין מליקת יונה האבעך געזעהן אמאל (כ'געדענק נישט וואו, אפשר שמעלקא וועט בעסער וויסן), ער וויל זאגן אז עס קען גאר זיין אז דריי מאל איז גאר בעסער, ווייל צוויי איז זוגות.
אבער דער שחיטת פרה קריגט זיך, ער טענה'ט אז דער 'אופס' וואס דער בעל תפילה זאגט איז שוין מפסיק (כך מונח בזכרוני, אפשר ארבעט עס שוין טאקע נישט אזוי גוט...)

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 06, 2014 1:41 pm
דורך שנאפס
קרעפטיג האט געשריבן:גוטע קשיא.

מיר איז עפעס אנדערש שווער, אויב א בעל תפילה האט געזאגט נאר איינמאל לעילא און מ'פארעכט אים און ער זאגט איבער לעילא ולעילא קומט דאך אויס צוזאמען איז דריי מאל, ווייל איינס מיט צוויי האט מען שוין אפילו פאר די מלחמה געוואוסט אז ס'איז דריי.

נו דריי מאל איז דען יא גוט ? כ'מיין ווער זאגט אז דריי מאל לעילא איז בעסער ווי איינס.

יארן וואס איך מוטשע מיך מיט דעם.


די אלטע כי בא פראבלעם

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 06, 2014 1:47 pm
דורך קרעפטיג
שנאפס האט געשריבן:
קרעפטיג האט געשריבן:גוטע קשיא.

מיר איז עפעס אנדערש שווער, אויב א בעל תפילה האט געזאגט נאר איינמאל לעילא און מ'פארעכט אים און ער זאגט איבער לעילא ולעילא קומט דאך אויס צוזאמען איז דריי מאל, ווייל איינס מיט צוויי האט מען שוין אפילו פאר די מלחמה געוואוסט אז ס'איז דריי.

נו דריי מאל איז דען יא גוט ? כ'מיין ווער זאגט אז דריי מאל לעילא איז בעסער ווי איינס.

יארן וואס איך מוטשע מיך מיט דעם.


די אלטע כי בא פראבלעם

דארט האט מען שוין לאנג צוריק געסאלווד די פראבלעם.
גדולי הפוסקים האבן באשטעטיגט אז טאמער מ'געט אזא מאך אוועק די הענט אדער מ'זאגט בלחש 'נו' (אדער 'נע') ווערט די ערשטער כי בא בטל כעפרא.

(געהערט פון איינע פון די עסקנים)

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 06, 2014 4:14 pm
דורך לאדיךארויס
קרעפטיג האט געשריבן:גדולי הפוסקים האבן באשטעטיגט אז טאמער מ'געט אזא מאך אוועק די הענט אדער מ'זאגט בלחש 'נו' (אדער 'נע') ווערט די ערשטער כי בא בטל כעפרא.

(געהערט פון איינע פון די עסקנים)

האסט געפרעגט 2 רבנים..?