בלאט 1 פון 1

מעשה שהי'

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 05, 2014 11:24 pm
דורך סענס סטריט
איך וויל דא מיטיילען א מעשה וואס גייט מיר נישט אין קאפ אריין, פארגע דאנערשטאג שלש עשרה מידות נאכן זיך מיטשען מיט מיין סוכה א שטיקל צייט בין איך געגאנגען צו מיין פענסטער מיך אביסל אויסבלאזען אין איך האב ארויסגענימען מיין טעלעפאן אין וואס מיינט עטץ האב איך געטין? איך האב אנגעפאנגאן צר זיכען א folding bed פאר מיין סוכה, איך האב געזיכט היפש לאנג אפילו מער ווי א שעה
אין פליצלינג באקום איך א פאן קאלל פין א פרוי זי פאנגט אן צי שרייען קולות אויף מיר אז היתכן ס'איז שלש עשרה מידות אין איך שטיי שוין ביי מיין פענסטער בערך צוויי שעה אין אנשטאט גיין אין בית המדרש זיך אויסצובעטען שפיל איך מיט מיין טעלעפאן,
איך בין געווען אין שאק!
איך האב איר געפרעגט, "ווער זענט איר, אין וואס ווילט איר פין מיין לעבן האבן"
זי האט איבערגעזאגט די זעלבע אין אראפגעלייגט,
איך האב נישט געוויסט צי איך לעב צי נישט, וואס פאר א חוצפה האט א פרוי וואס איך האב נישט קיין אנונג ווער זי איז אריינצוקיקען אין מיין פענסטער אין מיך אנקאלען אין אנשרייען?
ערשטענסט לאמיר זאגען אז איך האב מיך פלעין געשפילט ווי איז מותר אריינצוקיקען אין יענעמס פענסטער? אין לאמיר שוין זאגען אז זי האט בטעות געזען אדער איך האב אביסל ארויסגעשועקט מיין קאפ וואס איז מיט דן זיין יענעם לכף זכות??? אין ביי דעם פאל האב איך טאקע געזוכט א בעט פאר מיין סוכה!
ממש ס'גייט מיר נישט אין קאפ אריין, איך האב שוין נישט קיין פרייועסי ביי מיר אינדערהיים אויך נישט?
אין לאמיר זאגען אז איך האב יא עפעס געטין wrong ווער האט איר געפרעגט? איך האב עפעס געטין אויפן גאס? עס איז דאך ביי מיר אינדערהיים!!! איז זי דען מיין חבר פין ישיבה?? ז'איז א פרעמדע ( פאריקטע ) פרוי צי מיר!!!
ווער האט איר געשטעלט אלץ פאליסמאן ( פאליספרוי ) אריינצוקיקען אין יענעמס הויז אין אנקאלען מיט א מוסר דרשה?
איך קען סאך מער מאריך זיין אבער הזמן קצר.
איך וויל הערען וואס די עולם זאגט זי אזא מעשה חוצפה, אין וואס איך זאל טין אין אזא situation?

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 05, 2014 11:33 pm
דורך פליגל
זי האט געוואלט זען אויב דו גייסט מלמד זכות זיין אויף וומ''ס און טראכטן אז ס'יז אן איינצעלענע קעיס פון א צעמישטער פארשוינטע אדער דו גייסט היצט אראפשמירן וומ''ס אלס דער פראבלעם...

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 05, 2014 11:56 pm
דורך private
שלום עליכם. מאכט אייך באקוועם און רעגט אייך נישט צופיל.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 06, 2014 7:20 am
דורך נערוועזער
איך ווארט אויפ'ן נמשל.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 06, 2014 9:29 am
דורך זאלץוואסער
איינער האט מיט אייך געשפילט און ס'איז לכאורה געלונגען. דארף מען נאר זעהן ווי ווייט.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 06, 2014 9:59 am
דורך שוועמל
אדער שפילט ער מיט אונז.
די פראגע איז צי מיר שפילן מיט

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 06, 2014 12:50 pm
דורך חיים צבי
לכאורה א חבר זיינער פון ישיבה, יענער ליינט איצט מן הסתם אייוועלט אין ראלט זיך פאר געלעכטער

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 06, 2014 12:52 pm
דורך שמעלקא טויב
אין סענס סטריט האט מען שוין געהאט טעלעפאונס?

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 06, 2014 1:10 pm
דורך פליגל
שמעלקא טויב האט געשריבן:אין סענס סטריט האט מען שוין געהאט טעלעפאונס?

די פובליק פאונס האבן געקאסט א נישטיקע דיים דאן.
מיט א דייעלער איז'ס געווען אומזיסט.
מיט א פאדעם אין די לאך אינעם דיים האט מען געקענט צוריק ארויף שלעפן דעם דיים אויך.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 06, 2014 1:16 pm
דורך farshlufen
פליגל, אין סענדס סט. איז נישט געוועזן קיין דיילערס ס'נאך געוועזן ראטערי פאונס.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 06, 2014 1:18 pm
דורך פליגל
איי געס האט מען גענוצט א דיים מיט א לאך.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 06, 2014 2:13 pm
דורך לכתחילה אריבער
מיסטער סענס סטריט, אין ענגליש רופט מען דאס אן "סטעריאטייפינג". דאס איז די עיקר פאשעפטיגונג פון די KKK, סתם אנטיסעמיטן, און די טונקעלע!

#ביסט אין גוטע קאמפעני.....

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 06, 2014 2:31 pm
דורך חיים צבי
לכתחילה:
ווי זעסטו סטעריאטייפינג אין די מעשה? ליין איבער, ער שרייט נישט אויף קיינעם סיידן אויף די פרוי (אין מיין מיינונג א שוועסטער זיינע אדער א חבר מיט א spoof card וכדו')

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 06, 2014 3:13 pm
דורך לכתחילה אריבער
חיים צבי האט געשריבן:לכתחילה:
ווי זעסטו סטעריאטייפינג אין די מעשה? ליין איבער, ער שרייט נישט אויף קיינעם סיידן אויף דעם פרוי (אין מיין מיינונג א שוועסטער זיינע אדער א חבר מיט א spoof card וכדו')

יעצט איבערגעליינט, ווייסעך נישט פארוואס כ'האב באקומען די אימפרעשן פריער.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 06, 2014 3:26 pm
דורך געלעגער
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
חיים צבי האט געשריבן:לכתחילה:
ווי זעסטו סטעריאטייפינג אין די מעשה? ליין איבער, ער שרייט נישט אויף קיינעם סיידן אויף דעם פרוי (אין מיין מיינונג א שוועסטער זיינע אדער א חבר מיט א spoof card וכדו')

יעצט איבערגעליינט, ווייסעך נישט פארוואס כ'האב באקומען די אימפרעשן פריער.

דיין אימפרעשן האסטו באקומען פונעם קעפל פאר ס'איז פארראכטן געווארן...

ס'גוט

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 06, 2014 3:35 pm
דורך לכתחילה אריבער
אה, ישר כח, כ'האב שוין געמיינט, אז כ'דמיון.....