בלאט 1 פון 178

וועם וואלט איר געוואלט קענען אין אייוועלט?

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 01, 2014 5:16 pm
דורך שמעלקא טויב
בס"ד

כ'ווייס נישט, אפשר אישוין דא אזא אשכול, כ'עפען עניוועי.

איינער שיקט מיר אין אישי די וואך אז ער האט אמאל געוואלט וויסן ווער איך בין און איינער האט אים געזאגט אז ס'באדערט מיר זייער (מיט אזא שמעלקא וואלט איך זיך אויך געשעמט) האט ער נישט קיינמאל קיינעם געפרעגט.

איז מיר בייגעפאלן אט די שאלה. קודם פארוואס וויל ער מיר קענען, בינעך אזוי פאָני?

וואטעווער, ס'איז מיר בייגעפאלן צו עפענען אט דעם אשכול, וועם ווילט איר קענען אין אייוועלט.

איך וויל קענען יעדען איינעם, כ'האב נישט ליעב צו ריידן מיט אידן אנאנים, אבער כ'וויל נישט יעדער זאל מיר קענען, ס'באדערט מיר ווען כ'ווער געוואר אז איינער קען מיר, איבערהויפט אויב יענער געט זיך נישט ארויס (א עוולה, ס'דארף גיין טו וועי), כ'קען דאך ווען שרייבן מיין עכטע נאמען יואל ברמ"י ווייס, נאר כ'שרייב עס נישט ווייל כ'וויל נישט מ'זאל וויסן, אקעי?!

עניוועי, איך וויל קענען אזוי:

שוועמל
יהי כן
והוא פלאי
לכתחלה אריבער
מאגר (ווייל ער האט מיר אויפגערעגט איינמאל, כ'בין אים שוין מוחל אבער כ'וויל וויסן וועם כ'בין מוחל....)
יציב פתגם
דער איינקיל פון הייליגן רימנובער רבי'ן
סטרעטינער אייניקל
פרעגער

קען זיין נאך, כ'געדענק נישט יעדען איינעם יעצט, בעיקר איז מיר אינטערסאנט צו קענען ניק'ס וואס רעדען די מערסטע צו מיר (ווערט נישט באליידיגט, די ניק'ס ליגט מיר פשוט יעצט אין זכרון), ס'הייסט זייערע זאכן וואס זיי שרייבן זענען אין מיין אינטערעסע!

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 01, 2014 5:21 pm
דורך יאנקעלע קליגער
די מערסטע וואלט איך געוואלט וויסען ווער ס'איז מצבות שטעלער ער איז אין מיינע אויגען אן איש פלא
פארשטייט זיך איך וויל וויסען סאך מער ווי דעם אבער דאס איז מיר זייער אינטערעסאנט
שוין ! מיין מאמע זאגט אז מ'טאר נישט זיין נייגעריג!

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 01, 2014 5:26 pm
דורך מיסטעריעז
מיללער‎'‎ן‎!

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 01, 2014 5:29 pm
דורך farshlufen
יאך וואלט זייער געוואלט רעכט קענען "פארשלאפן" כ'ארבעט שוין דערויף צענדליגער יארן ולא אסתייע מילתא.

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 01, 2014 5:33 pm
דורך מילכיגער
איך האב דיר נאכנישט גענוג אויפגערעגט אין די סעפאן אשכול?...

אוי וויי איך האב מורא אז מיר האסטו נאכנישט מוחל געווען...

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 01, 2014 5:45 pm
דורך נישט
חילי וואלט מיר געווען די מערסטע אינטערסאנט
שוועמי איז אויך אויף מיין ליסטע,
סאיז דא נאך, קומט מיר נישט ארויף יעצט

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 01, 2014 5:55 pm
דורך מאנ-יימער
שמעלקא :-(

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 01, 2014 6:18 pm
דורך שנאפס
לכתחילה און געלעגער איט איז

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 01, 2014 6:23 pm
דורך אויסערן מיניסטער
כתחילה איז נאמבער וואן
מומחה
שמעלקא
שוועמל
איכער
מאשקע
געלעגער
שנאפס
יוראפן
חותן
יימרל
וכו' וכו' הם לא יוכלו

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 01, 2014 6:24 pm
דורך green
רט

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 01, 2014 6:26 pm
דורך מאנ-יימער
איך וויל קיינעם נישט קענען, על ראשונים אנו מצטערים וכו'....

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 01, 2014 6:27 pm
דורך שנאפס
מאנ-יימער האט געשריבן:איך וויל קיינעם נישט קענען, על ראשונים אנו מצטערים וכו'....


איך האב געהאט א רבי וואס פלעגט זאגן אז ער העט געבן פעטש און מ'וועט פארגעסן וויאזוי מ'הייסט

ווילסט זיין נומער?

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 01, 2014 6:28 pm
דורך שוועמל
שמעלקא,
ווילסט מיך קענען, נאו פראבלעם.
באט וואס גיי איך אדער דו, פארדינען דערפון? כמיין נישט געלט, כמיין וואס גייט עס צוגעבן צו די בריאה.

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 01, 2014 6:29 pm
דורך שוועמל
שנאפס,
יו קרעקד מי אפ...

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 01, 2014 6:37 pm
דורך לכתחילה אריבער
שנאפס האט געשריבן:לכתחילה און געלעגער איט איז

אינטערעסאנט!!

כ'האב געהאט א גאנצע "אישיאכטס" מיט איינעם, וואס האט געטענה'ט חי וקים, אז "לכתחילה און געלעגער, איז איינס און די זעלבע"!!

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 01, 2014 6:42 pm
דורך פער בריסטאו
איך וויל קענען
נשמה
יוראפ
קנאפער
מחותן
שמעלקא
שוועמל
לכאורה נאך, אבער נישט אויף די מינוט
די אלע אנדערע וואס קענען מיר און מיינען אז איך קענען זיי נישט זאג איך זיי יעצט איך קען אייך גוט!

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 01, 2014 6:45 pm
דורך נישט
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
שנאפס האט געשריבן:לכתחילה און געלעגער איט איז

אינטערעסאנט!!

כ'האב געהאט א גאנצע "אישיאכטס" מיט איינעם, וואס האט געטענה'ט חי וקים, אז "לכתחילה און געלעגער, איז איינס און די זעלבע"!!

חא חא חא
זיכער אז נישט, גאנץ אן אנדערע שפראך, אינגאנצן אנדערע טבעיים

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 01, 2014 6:49 pm
דורך געלעגער
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
שנאפס האט געשריבן:לכתחילה און געלעגער איט איז

אינטערעסאנט!!

כ'האב געהאט א גאנצע "אישיאכטס" מיט איינעם, וואס האט געטענה'ט חי וקים, אז "לכתחילה און געלעגער, איז איינס און די זעלבע"!!

נישט וואר?

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 01, 2014 6:51 pm
דורך מאנ-יימער
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
שנאפס האט געשריבן:לכתחילה און געלעגער איט איז

אינטערעסאנט!!

כ'האב געהאט א גאנצע "אישיאכטס" מיט איינעם, וואס האט געטענה'ט חי וקים, אז "לכתחילה און געלעגער, איז איינס און די זעלבע"!!

די אישי'עכטס האסטו געהאט מיט געלעגער?

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 01, 2014 6:53 pm
דורך לכתחילה אריבער
געלעגער האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
שנאפס האט געשריבן:לכתחילה און געלעגער איט איז

אינטערעסאנט!!

כ'האב געהאט א גאנצע "אישיאכטס" מיט איינעם, וואס האט געטענה'ט חי וקים, אז "לכתחילה און געלעגער, איז איינס און די זעלבע"!!

נישט וואר?

זאג, סאטעך איינער געפרעגט?

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 01, 2014 7:13 pm
דורך געלעגער
קענסט די מעשה מיט די צווילינג וואס פארמאגן איין גוף און צוויי קעפ?

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 01, 2014 7:17 pm
דורך א גראם מיט טעם
יעך וואלט געוואלט קענען מיר אליין....

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 01, 2014 8:25 pm
דורך שמעלקא טויב
שוועמל האט געשריבן:שמעלקא,
ווילסט מיך קענען, נאו פראבלעם.
באט וואס גיי איך אדער דו, פארדינען דערפון? כמיין נישט געלט, כמיין וואס גייט עס צוגעבן צו די בריאה.


ס'הייסט ס'העט צוגעבן, צו די בריאה קען מען נאך צוגעבן? ס'איז אלעס אזוי שיין באשאפן!

ס'איז דא מענטשן וועם כ'וויל קענען, זייער קאריקטור געפעלט מיר און כ'וויל וויסן ווער זיי זענען.

אויך וויל איך קענען יואל ברמ"י ווייס וואס באהאלט זיך דא אונטער שמעלקא טויב. שמעלקא טויב זעהט אויס אנדערש אין זיין שריפט ווי ער איז באמת, גיי ווייס וואס זיי פנימיות איז באמת :-(

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 01, 2014 9:17 pm
דורך מטעמים
איך וויל וויסען אויף עטליכע ניקים ווער זיי זענען, אבער קענען? ניין. איך זיך נישט צו קענען נאך מענטשען כאב עס שוין לאאאאנג צוריק אויסגעוואקסען.

ב. איך בין א געפערליכע שעמעדיגער. אימעדזשין איך טרעף וויקי אין ער פרעגט מיך די ביזט דער אין דער? פאר איך ענטפער איהם מיט איין בלאז שיקט ער מיר אויף קאליפארניע מיט די צווייטע העליך זיך טרעפן מיט די מאלעזיען פליגער.

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 01, 2014 10:02 pm
דורך פייווישעל
וויפל מאל איך געפון אויס ווער א ניק איז פארגייט מיר די אפעטיט צו ליינען זיינע תגובות
לכתחילה אריבער האב איך נישט מורא אז סוועט מיר אמאל פארגיין די אפעטיט צו ליינען זיינע "אשכולות" סאוי וואלט איך געוואלט קענען