Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

ער זאגט נאך אלץ

דאנערשטאג אוגוסט 02, 2007 3:43 pm

איינער הערט???

הא? אה יא דער רב נעבן איהם שאקלט זיך מיט כ'אילו (מיט א כף הדמיון) ער פארשטייט ס'גאנצע פשעטל, די קשיא אויפ'ן רמבם, און וויאזוי ס'ווערט פארענפערט מיט'ן אבני נזר.....

אבער קיינער זאל זיך נישט וואגן אריינצוזינגן....

דו דארט, צו דיר רעדט איך, קענסט זיין שטיל? זינג נישט אריין.. כ'בעטיך...

אזוי ווערט פארוואנדלט די אומגעהויערע שמחה של מצוה וואס דארף זיין א_ווי שמחת הנישואין ווי עס ווערט געבראכט אין די פוסקים, איז מען פארנומען מיט שישקען ביי די פרייליכסטע מאמענט ווען דער קליינער זיבעלע (קרעדיט: יענטאאש) שטעלט זיך אויף מיט'ן גאנצן שטארקייט און זיכערקייט און מורמלט אפ ס'פשעטל אין די אויערן פון די אויבנאן זיצערס.

קומעך יענע וואך צו א בר מצוה, וואס איז סארווירט געווארן אין איינע פון די שענסטע זאלן פון שטאט. (כ'וויל נישט אריינגיין אין צופיל דעטאלן, כ'מייין אז דא אין מאנטריאל איז נישט דא אזויפיל זאלן אז מ'זאל נישט כאפן פון וועם איך רעד) קודם דארף מען דן זיין כתלמיד הדן ס'גאנצע נושא פון די 'צייט', מ'רופט אויף 7:30 פונקטליך, אז כאשוין שיער חודש געוועזן אז 'צייטליך' מאכט שוין בת מצוה.... אבער ווייסטעך כ'יאג זיך גארנישט, קומעך אן דארט ווי א ליימענע סטאטוע אום 8:45 אויף די האר, כ'רעד נישט פון די האר וואס כאב היינט געוואלט ארויסזייען פון מקוה, און אנשטאט איז צוגעגאסן געווארן א גאנצע בארד פונ'ם זייער. ניין כ'רעדט דא אויפן האר וואו די זייגער האט געטראפן פלאץ אויף די האנט, ווייסט עמיציר פון וועכע האר כ'רעד??? כאנישט קיין בילד, העליך ענק נישט מטריח זיין, די האר איז אויף מיין לינקע האנט נישט היינט געדאכט. כ'רעדט דוקא פון די האנט מיט אנאלעף נישט היינט מיט צוויי יודעלעך וואס טוט אנדייטן א קיילעכדיגע טאג. אדער איידער נאר א האלבע דערפון.. איר כאפט שוין איצט יא? אויב נישט קוקט גוט איבער ס'ספעלינג פון היינט/האנט, און גייט אריין אין שפראך פארום און פרובירט זיך אראפצוזעצן אויף א קרעזי בענקל וואס מיללער דער באלעבאס פון 'באנק' האט צוגעשטעלט פאר אלע דורכגייער וואס קוקן איהם אריין אין פנים, כ'מיין צוזאגן אין 'באק' נישט פון די וואס זארעכ וויל אפטיילן פון 'בעקל', ניין דאס קען מען נישט רעדן, ווייל דאס איז נישט די 'באק' וואס אונזערע באבעס האבן געגען (קרעדיט: זארעכ) א קניפ אין בעקל. פון וואס ער רעדט יא זאל זיך כאלי באמיען פון דערווייטנס און געבן אן אפשאצונג, אפשר וועט זאנוועל עס ענטשיידן פאר חיים חייקל'ן דארט ביין טויער פון די חורבה וואס הערט זיך ארויס דארט די קולות פון די נישט גוטע וואס לעמאנסע זינגט דארט זאנוועל א מזל טוב פאר זעך אליינסס....

אקיסער וואו האלטמער דא? כ'בין שוין ווייט ווייט פארקראכן, לאמיר זעהן צוריקצוקומען צו די טרעקס, זענט איר שוין אמאל געווען אין א קארוואש? כ'מיין נישט די וואס יגר'ל האט אין די גוטע צייטן געאונט. ווער דענקט נאך ווען יגר'ל איז געגאנען לאטע אויף לאטע, און וועניש מיר איינוואוינער זאלן איהם בדרך כבוד שטיצן אין די קאר וואש, העט ער קיין ראשעקול קיינמאל געווארן... אהה יא די טרעקס, דאס האט מיך דערמאנט פון די קאר וואש. איז אזוי, ווען מ'פארט אריין אין די קאר וואש, ווייזט דער מעקסיקאנער פאר'ן דרייווער אזוי מיט די האנט, אך אך אךך כאנישט קיין בילד דא, ער צייגט איהם אז ער זאל מער קומען אזוי לינקס-צו, און אזוי אנקומען צו די טרעקס, כ'רעדט נאך פאר ער געט א זעץ אויף די ווינדאו און שרייעט מיט'ן העכסטן קול: נוטראל נאו געז נאו ברעיקס. וואונדערן זיך אלע, וואס גייט אן דעם מעקסיקאנער אז מיין קאר וועט זיין עטוואס מער צו רעכט'ס?! קענסט אראפלאזן דיינע אויגן, ס'עט דיר גארנישט העלפן, אויב וועסטו נישט זיין אין די טרעקס, וועט דיין אויטא נישט דורכפארן אנע געז און אנע ברעיקס דעם טונעל.... איז אזוי אויב וועליך זיך נישט האלטן צו די טרעקס פון מיין ארטיקל, העליך נישט אנקומען אין ערגעץ.... (מיללער, כאשוין פארגעסן פארוואס דא דארף מען נישט שרייבן 'נישט' דערמאן מיך אויב מעגליך.)

איז אזוי רעדן מיר פון דעם פארוואס רופט מען 7:30 ווען ער דער בעל שמחה אליינ'ס, נישט דער זיבעלע נאר זיין פאטער מיט'ן גרויסן בארד א_ווי דער ראש ישיבה. ער ווייסט דאך אליינ'ס אז ער וויל בענטשן נאך 72 ווייל דער זיבעלע זיבעלט זיך הערשט ביינאכט.... נו אם כן למה זה אנכי פארוואס רופסטו מיך 7:30 אבער אזוי איז ס'מאנסע, די ערשטע זאך האבעך זיך טאקען נאכגעפרעגט ווען ווערט דער חתן, בר מצוה? אהה, נאך מעריב, נו, איז צייט צו קומען 8:45 אויפ'ן האר. (כ'דארף שוין נישט אריינגיין אין קיין אריכות, ס'עולם ווייסט דאך שוין פון וואס כ'רעדט.) קומעך אזוי אריין מיט די מתנה אין די האנט, כאנישט געוואוסט וואס כ'זאל קלערן? די גרויסע בארכע האט געשמייכלט צו מיר: קום קיינער קוקט זיך נישט אום אויף מיר, קומזשע שיין, שנייד אריין אין מיר, נעמדיר אנמויצע און אזוי וועליך האבן א תיקון, וועניש די פלוצימדיגע ערשיינונג פונ'ם זיידן וואלט איך שוין געפאלגט ס'קוליטשעל. אלזא נו פרעגט ער מיך, מ'גייט דאווענען מנחה? זאג איך איהם, אהה כאגעמיינט אז מ'האלט שוין נאך די בר מצוה.... כאשוין געדאוונט. (דאס איז שוין אן עקסטערע באשרייבונג ס'יאגעניש צו מנחה, מיט אלע אירע דורכפעלער, ווייל.... כאדאך א בר מצוה) שוין נאך א צען מינוט האט מען שוין געדאוונט, צומאזעל איז נישט געווען קיין שטייטע בעל תפלה, כ'מיין אפילו אז סיז געווען חיים ברוך, אפסס............... אוטששששששששששששששששש אוי טוט דעס וויי, כאב עובר געווען געהעריג דא אויף גילוי, אוקיי כ'קען שוין נישט גארנישט טוהן, כשגגה היוצא מהמקלדה... אוקיי כ'בעט דיך איבער לחיים, BTW ביסט טאקע געווען אין מאנטריאל יענע נאכט, אוי פרעג מיך נישט וועכע נאכט, כ'קען דאך נישט עובר זיין נאכאמאל אויף גילוי. שוין סארי כ'ציה צוריק - אן א שטריק, כ'לאז עס פאר די אמעראצים - כאגארנישט געשריבן, כ'שרייב נאך אלץ גארנישט..... אקיצער, מ'האט שוין געלויבט גאט געדאווענט מנחה, און מ'וואשט זיך דער ציבער, כ'אזיך באלד געוואשן, הונגעריג בינעך געווען ווי א בער, קוידען האבעך אראפגענאשט פון די זיבעלעך עטליכע סאלאמי ראולס, און דערויף האט מען געגעסן אפאר סלייסעס פיש. און פארשטייט זיך נישט פארגעסן, די 'קאסלאו' אהה דאס האבעך גערוקט ביז צוויי בילקעס זענען מער אריין אין מאגן.

די זייגער רוקט זיך ער צייגט שוין אן אויף 9:30 עס איז נאך היבש שיטער, דער קומט פון ביזנעס דער פון די קעמפ און דער פון די קאנטרי. שוין ענדליך נאך 15 מינוט איז שוין מער ווייניגער ס'גאנצע ציבור דא, אלע ערשיינען אזוי רואיג כ'אילו מ'האט גערופן אויף 10:00 אוהר, און זיי קומען פשוט אביסל ערליער. אויסער ס'משפחה מיטגלידער האבן ערשיינט אויך עטליכע וואס ארבעטן אין די זעלביגע עריע ווי דער פאטער (רבותי עס קומט איצט א קורצע הפסקה, כ'אב א פראבלעם ביים שרייבן, קוקט אהער, כאנאכנישט גערעדט צו קיין פסיכילאג (עמיציר ווייסט די אפטייטש פון דעם ווארט?) דערוועגן צו וויסן עקזעקטלי די נאמען דערפון, וויייל דאכצאך אז עס איז ADDCODD די זאך איז כ'שרייב און שרייב אויב אבער שרייב איך א ווארט וואס האט צוויי פירושים האבע זייער מורא אז דער עולם וועט נישט וויסן וואס כ'מיין, דארף איך דאס מסביר זיין. א שטייגער כאגעשריבן פאטער, וועט דאך יואלי גרויזאמער מיט קאסמא קרעמער אוודאי מיינען אז כ'רעדט פונעם ענגלישן הערשל פאטער מיטט א פתח. ממילא וויל איך דא מודיע זיין קבל עולם ומלואו, אז כ'רעדט נישט פון איהם, להתוודע ולהגלות (קרעדיט: מאשקע, גוגל טאק) כ'רעדט פונ'ם טאטן זז"ג פונ'ם זיבעלע וואס שטייט און זאגט נאך אלץ... וואס אויף אידיש קעמען דאס אויך רופן פאטער, מיט א פא רפה, און קמץ הונטער די אלף.) זז"ג, זיי אלע האבן זיך געשפירט ס'זעלבע מחותנים א_ווי די משפחה מיטגלידער און זיי זיצן און אנאלזירן די משפחה מיטגלידער כ'אילו זיי העטן געווען פרעמדע, לאכט נישט.. איינער פון זיי פרעגט מיך: נו האסט שוין עפעס געגעסן??? זאג איך איהם: קוקט דיר אויס אז נישט? געהעריג א תירוץ בלשון קשיא, כמאמרם ז"ל. ער אידאך נישט געווען ווען כאגערוקט ס'בילקעס מיט די קאסלאו....

אלעס קומט צו א שטיל-שטאנד, וואס האט פאסירט? אהה דער זיבעלע גייט זאגן ס'פשעטל, א שמחה אין די גאנצע שטאט, ס'גאנצע עזרת נחשים ווערט געהעריג שטיל, צו גלויבט איר צו נישט.... איי וואס באדערט וועמען אז זיי רעדן ווייטער? דער בחור'ל מורמלט סייוויי, צומישן קעמען איהם אויך נישט, כ'מיין ער זאגט דאך ס'ערשטע בלעטל פון די פשעטל דרייצן מאל, כמנין 'בת מצוה', עההה וואס רעדט איך? ניין כמנין 'בר מצוה' אהההה דאס איז שוין גערעדט צו די זאך, ת אידאך גאנצע צוויי הונדערט מער ווי ר, וואס האבעך אפילו געקלערט צו זאגן? זארעכ, וואס שרייעסטו? שריי נישט, וואסיז? ווואאאס??????? הא???? אזוי?! שטימט נאך אלץ נישט? נו העליך עסן נאך א בילקע לכבודך, שטימט שוין יא? אהה אוקיי זעמיר צוגעקומען צו עפעס א טאק... אלזא צומישן קעמען דאך איהם נישט. אבער די מעשה איז אז אלע באבעס וואס פירן אן די רעדליך קומען אריין אין עזרת כהנים, כ'מיין צוזאגן אין עזרת ישראל מענער שוהל, -נעים איט- בקיצור דארט אריבער די מחיצה, זיי ווילן און מוזן שעפן הויפענעס מיט נאכעס פונ'ם נארוואס געווארן בר מצוה זיבעלע. נו אידאך נישט דא ווער ס'זאל רעדן.. כ'העט ווען געראטן אז מ'זאל זיי אויך אריינרופן צו מנחה - מעריב, וועט מען קענען רואיג דאווענען....

דער בחור שטעלט זיך אויף, געט זיך א פארעכט דאס הוט זאל זיין מער שטייענדיג, און די פיאות זאל זיין וויי צוויי באדינער, ער מאכט זיכער אז די ברילן שטייען איהם בין עיניך אויפ'ן נאז צווישן די צוויי באקן (כנ"ל) און אזוי שטייט ער כמלך בבאגדאד און הויבט אן זאגן, א רודערייי הויבט זיך אן ביי די טישלעך, יענקל ווינקט פאר יוסל'ען נו הויב אן.. ליפא זעהט אז קיינער האלט נישט אין ערגעץ. ער אינישט קיין נאר, קיינמאל נישט געווען, פון די ארויסגערופענע כולל אינגעלייט וואס האבן אקאורשט אנגעהויבן ארבעטן.. שוין פארמאכט צוויי באנק אקואנט'ס, כ'וויל נישט צופיל רעדן, ער איז מיין שוואגער... שששש..... זאגט נישטט אויס. ער איז מחליט במקום שאין פיש (סאכדעס האט דאך אלעס אויפגעגעסן) השתדל להיות משה גרויס, און ער הויבט אן מיט א פעסטקייט, וווווווווווווווראהה בנים בנים לבניך שששששששאלללום שלום.... אקיצער, די הויכע פאל ערשט.... צארנדיג קומט צו לויפן דער פאטער און ער בורדזשט אזוי אונטער די אויגן ברעמען, ששש.... פארוואס זינגסטו אריין????? קענסט זיין שטיל? זינג נישט אריין.. כ'בעטיך... אההה איצט קומער צו צום קעפל, ער זאגט דער זיבעלע און זאגט נאך אלץ.... קיינער הערט סייוויי נישט, איז וואס ווילסטו גרויסע טאטע /פאטער? וואס איז דיין מאטיוואציע? כ'מיין קענער עס אידאך זיכער גוט, צו וואס דארף ער זאגן און זאגן?

רבותי כ'ווענד זיך צו אייך, איז דאס רעכט אדער נישט?

[align=center]OPEN FOR DESCOTION [/align]

כ'ווייס נישט צו כאבעס גוט אויסגעלייגט, אבער כ'מיין אז אלע ווייסן וואס כ'מיין.

Advertisement

דאנערשטאג אוגוסט 02, 2007 4:02 pm

סאכי, איך האב געליינט דיין פשט'ל אין איין אטעם מורה האבנדיג אז איינער וועט חלילה אריינזינגען, אבער געס-וואט, סי געווען שא-שטיל (קרדיט יו"ט ערליך אויף יאהו מעסענדשער) אן א מוק (וועא"מ).

ביזט מעידזשאר סאכדעס, דא האסט א קניפ אין בע-בעק-בעק'ל-בעקעלע-בענקעלע-בענקלעך-בענקעדיג

דאנערשטאג אוגוסט 02, 2007 4:07 pm

מיללער האט געשריבן:סי געווען שא-שטיל (קרדיט יו"ט ערליך אויף יאהו מעסענדשער)


הסבר ביטע. ס'איז צו טיף פאר מיר.

*

סאכדעס, כאניש פארגעסן פון דיר.

דאנערשטאג אוגוסט 02, 2007 4:08 pm

סאכדעס, איך מיין די ווייסטאך, איך קען נישט אראפלייגן קיין זאכן אזוי מיט לעבהאפט, כ'רעדט שוין נישט פון דיר, נאר אפילו ווי ס'רוב אנדערע מיטגלידער דא, דער זארעכ'ל וועט שוין זיכער מאכן אז סאכדעס באקומט דעם ריכטיגען כבוד וואס קומט אים,

אבער פטור בלא כלום אי אפשר, איז דען ?, ניין!, שוין, מיז איך עפעס זאגן, איז אזוי,

איך האב זייער זייער שטארק הנאה געהאט פון דיין ארטיקל, ס'איז געווען כמים קרים על קרעמער..אפפפסס.. על צייטליך איפה, געשריבן מיט אזויפיל הומאר, ס'גאנצע קרעטשמע, אלעס איז אריינגעמישט ווי אין א וואש מאשין, און ווער רעדט נאך פון די קאוסלאו, כ'בין זיכער אז די האסט מעלה געווען עטליכע אדער מער ווי עטליכע ניצוצים דארט, בגן עדן העליון תהא מנוחתם,

אזא ארטיקל, ווען ס'זאל ווען שטיין די נעמען פון די בילקע קאמפעני אדער די פיש געשעפט, וואלטן זיי זיכער געצאלט כל הון דעלמא פאר זייער'ס א עדווערטייזמענט, כ'מיין, אזויפיל פיש צו עסן ביי איין סעודת בת מצ.. כ'מיין בר מצוה ?, כ'העל דיר זאגן דעם אמת, ס'מיז נישט זיין אז זיי וואלטן דיר באצאלט, זיי קענען מאכן קאפי-פעיסט פון דא און פטור אנייסעק, זיי וואלטן אפשר געברויכט צאלן איין דאללער פאר יעדן טאג, אבער ס'לוינט,

בקיצור, ווילאנג מאשקע איז פארנימען אראפרייסן די פארשלאפענע.. (דו! רעדט נישט פון קיין צווייטען..!) איז סאכדעס די לעצטע פאר טאג פארנימען מיט אויפלעבן די זאך, ארייברענגען א קרעטשמע גייסט אינעם ציבור,

סאכדעס ! יא אר די מען!!!

דאנערשטאג אוגוסט 02, 2007 4:10 pm

מאשקע, דאס איז די גאנצע וואס דו קענסט צוגעבן צו מיין לאנגע לאנגע ארטיקל?????

דזשאסט קידינג, ס'שטייט דאך וחי בהם, מיט א ואו.

מיללער, שערקויעך פאר'ן געבן א קאמפלימענט, כ'רעדט שוין נישט אז כ'פריי זיך אז סיז שא-שטיל געוועזן, אפשר דארף מען שוין אויפנעמן א פרישן מענעדזשער, אזוי שטיל טאר נישט זיין..... דזשאוסט קידינג מיט דיר אויך.

מיללער, כ'דארף אויך הסבר אויף דיין טיפע לאזונג, אפשר האבעך דיך אויף יאהו ???? הו נאוס.

דאנערשטאג אוגוסט 02, 2007 4:11 pm

כשזה נופל זה קם!

מאשקע, פאר פשט אין מיינע סודות וועסטו לכאורה דארפן נאכאמאל מגולגל ווערן, ווייל איך פארשטיי עס אויך נישט, איך האב נאר געשריבען כיד הקרעטשמע הטובה על סאכדעס.

דאנערשטאג אוגוסט 02, 2007 4:13 pm

צייטליך דיין יישר כוח פארדינט זיך אנעקסטער שערקויעך....

ביסט מיך מחי' מיט דיינע קאמענטארן, אבער כ'בעט דיך האלט זיך נישט אזוי גרויס, דו האסט אויך דעם כשרון, שרייב און שרייב....

דיינע ארטיקלן איניש אוועקצומאכן, בכלל נישט..

דאנערשטאג אוגוסט 02, 2007 4:14 pm

סאכדעס האט געשריבן:מאשקע, דאס איז די גאנצע וואס דו קענסט צוגעבן צו מיין לאנגע לאנגע ארטיקל?????

דזשאסט קידינג, ס'שטייט דאך וחי בהם, מיט א ואו.


און אויסער דעם וואס ס'שטייט וחי בהם מיט א חחחחחחחית, שטייט איך אין מיין תגובה די פאלגנדע ווערטער:

סאכדעס, כאניש פארגעסן פון דיר.

דאנערשטאג אוגוסט 02, 2007 4:16 pm

הו הא ביסטאך א גוטער עורך...
כ'מיין מ'זאל דיר צוגעבן א שלחן אורח..

אפשר וועט דאס שוין זיין א סעלושן פאר די אלע אורחים.. (שששש... זאג נישט אויס, די אלע אלטגעזעסענע) זאלן קומען מיטהאלטן דעם שלחן....

דאנערשטאג אוגוסט 02, 2007 4:30 pm

הקיצער, סאכדעס, כ'האב אדורכגעלייענט דיין האניג, און כ'זאג דיר באמת, כאניש קאנאסאגע וואס דו ווילסט דא.

אבער איין זאך: יוי ביזטו זיס... ויה"ר שירבו שמחות בישראל, אבער זאלסט אהינגיין, אקעי? אז נישט האביך גארנישט דערפון...

אגב, די פאפקארן שיסל איז שוין געווען ליידיג ווען דו ביזט אנגעקומען?

דאנערשטאג אוגוסט 02, 2007 4:46 pm

האט אפשר איינער געזעהן דאס וואס איך?..

אהה מאשקע......איא?

וואסי? סאכדעס איז רויט. איך האב שוין געהאט די ווילדסטע פאנטאזיעס..........געחלומ'ט שרעקעדיגע חלומות...

בקיצור עס איז געווען א פאניק, וואסעט דא זיין?

פון ווי העט מען נעמען א ניגון פון ר' שלמה'לע? איך האב שוין כמעט געהאט די טרערן און די אויגען.

אבער איצטערט אריינקומענדיג, נאך א אפוועזנהייט פון אפאר שעה, האט זיך אלעס פארענטפערט. נישט אז איך גלייב אז עס האט גענומען אזוי לאנג,

אבער פאר אפאר מינוט קען מען דאס פארענטפערן, און נישט נאר פארענטפערט. נאר עס האט זיך אויסגעצאלט, נישט סתם, נאר מיט די היינטיגע
הויכע פראצענט ראטעס. פי כמה,

עניוועי, איך בין פארשוויצט, און אויסגעמוטשעט, א ריזיגע שכוח, עס פילט זיך די געפיל פון דיר צו אונז אונעם ארטיקעל.

קיפ אפ דע גוד ווארק. און לאמיר אלע שרייען צוזאמען "ווי וואנט מאר" פאר ווער עס פארשטייט נישט קיין אידיש ''WE WANT MORE''

דאנערשטאג אוגוסט 02, 2007 4:49 pm

ביי אייך מען גיט פיש ביי א בר מצוה? ביי אונז מען גיט פאפיטעס מיט ניסאלאך קוגל מיט חמוצים פאפקרן מיט טרונקן קיינער העס וואשט זיך ניט נאר פאר די קינדער פון די בר מצוה בחורל מען מאכט א סעודה מיט פיש מיט פלייש העס איז דא וואס גיבט אויך זופ אבער ניט אלע אויך אז דא איינער פון די כיתה וואס ברענגט מיט א פויקער און פויקט אבער ביי די מענטשן בר מצוה העס איז ניט דא גארניט נאר מען העסט און מען טרונט און מען שמועסט און העס קומט אויך רבנים מיט חשובע מענטשן אפשר אין אמעריקא איז אנדערשט

דאנערשטאג אוגוסט 02, 2007 5:40 pm

סאכדעס:
זייט קרעטשמע האט זיך געקרעטשמעט האבעך נאך אזא גוטס כמעט נישט געליינט!
האסט מייסטערהאפטיג קרעטשמעדיג צונעזמאגעפלאכטן הוידא נאנאש מיט קישקיש פיש. געפארן פון 'מאנגאליע'... ביז 'מאנטריאל' און געמאכט א סטאפ ביי די 'חורבה' דארט...
ומענין לבנין באותו בנין (קרעדיט: מילער) בין איך שוין שיר נישט 'קרעזי' געווארן פון די 'מניני מנחה מעריב' ווען דערביי, שטייצעך, רוקט סאכדעס איין פארציע נאכנאנדערן, און איך? ואני, וואס טו איך? יא, פרעגסט וואס איך האב דאן געטוהן? פשוט, זיך געקאצעט פאר געלעכטער אן אן (אהה, פרעגסט וואס זענען די צוויי "אן"? נו, האבעך דאך נישט קיין כח קיין הפסקות...) אויפהער, האלטנדיג מיינע צוויי האנט - /היינט, יא די מעשה איז געווען היינט, אומגלויבלעך הא? - צוגעטשעפעט צום בויך וועלנדיג מיר איינשפארן (נישט איינשפארן ח"ו, נאר איינשפארן. ווייסט וואס כ'מיין? יא) די יסורי צחוק... כידוע לצוחקים.

דיין ארטיקל איז סופער, סופער!
כ'רעד שוין נישט פון די האניג וואס כא'געלעקט ביי איטליכן אל"ף בי"ת, ניין, נישט פון דעם רעדעך, דאס אידאך פשוט און דאס ווייסן מיר דאך שוין. איך רעד גראדע פון דעם לאכעדיגן שילוב, וועלכער שלענגלט איבער די שטעגן און וועגן פון דיין בר מצוה אנגעהויבן פון מאנטריאל און געענדיגט ביי די קרעטשמע. געוואלדיג, געוואלדיג.

יישר כח פארן מיר אזוי מהנה זיין.

דאנערשטאג אוגוסט 02, 2007 7:33 pm

סאאאאאאאאאאאאאאכדעעעעעעעעעעעעעעס, וואסי מיט דיר, (געווען ביז היינט?) פארקויפט באבקעס, אז דו קענסט נישט שרייבן, הא, כ'הער נישט? אפפס, כאפארגעסן, איך הער יא, אבער דו ווייסטעך וואס כ'מיין, איא?

אזא טשאלענט אין א דאנערשטאג, האבעך שוין לאנג נישט געהאט, אזא לאנגע רייזע מיטצומאכן אין איין טאג, מוטשעט גוט אויס, כ'רעד שוין נישט דערפון, אז די בויך קוועטשט מיר פון אזויפיל לאכן, ביסט א סאך ריזיג, קיפ אן, זעהסטאך אז דער עולם גלייכטעס, קום מיר נישט מיט קיין תירוצים אז מ'קען נישט שרייבן, נאר ווען יענער וויל, ווייל פון דעם רעדעך דאך, אז דו זאלסט אויך וועלן, ווייל ווען דו ווילסט קענסטע, והא ראי', כ'גלייב נישט אז אזא ארטיקל קומט ארויס פון נישט וועלן שרייבן.

עניוועי בקיצור נמרץ ונורא, שכוח.

דאנערשטאג אוגוסט 02, 2007 8:00 pm

כמים 'זארעכ' על נפש 'יאכער' בינעך דא ב'דרך אגב' אריינגעפאלן צו באקומען א פיש גרוס פון 'ירושלים-עיר' הקודש שיבנה...

איר זאלט וויסן זיין אז נישט לייכט איז מיר אויסגעקומען צו שרייבן ס'ארטיקל, כאדעך זיך פארגעשטעלט אז זארעכ האט זיך געווארפן פאר געלעכטער זעענדיג מיך עסן איין פארציע נאכ'ן צווייטן, אבער ס'וואונדערט מיר נאר, פארוואס האט ער זיך אזוי באהאלטן, כ'וואלט ווען געזאגט פאר'ן פאטער זאל איהם מכבד זיין מיט א דרשה, אלס אורח הכבוד פון נוי יארק, (כ'אף אז דו וואוינסט נישט אין מאנטריאל) איי וואלט זיך דער ציבור געהאלטן ביי די זייטן....\

עניוועי כ'באדאנק זיך נאכאמאל פאר יעדן שערקויעך וואס כערהאלט, און דרך, ווייסטאך אז כ'בין אלעמאל רויט ביזי פארנומען......

פרייטאג אוגוסט 03, 2007 9:07 am

סאכדעס, אזאנס האב איך נאכנישט געליינט, אפילו פאר די קרעטשמע סטאנדארט איז דיין געמויזעכטס דא קרעטשמעכלער ווי קרעטשמע, יעדע ווארט איז צום קוילערן, אנבעליוועבעל, וואט עי סטייל.

זונטאג אוגוסט 05, 2007 1:29 am

דיין סטיל - סאכדעס - דערמאנט מיר פון מיינע ערשטע גוטע צייטן, ווען איך פלעג טאקע אזא רעצעפט מאכן פון הוידל ביז בוידל און אלעס אינדערמיט און דאס אפ'שלח'ן לתועלת הקרעטשמע.

דיין געדאנק אריינצורופן די פרויען צו מנחה-מעריב מיטן ציל זיי שטיל צו מאכן איז קאנטראווערסיאל, אבער האט באוויזן ארויסצושלעפן א שמייכל האזוי (קרעדיט ירושליםער) אלב דריי פארטאגס

זונטאג אוגוסט 05, 2007 7:24 am

לעצט פאראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 4:50 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

זונטאג אוגוסט 05, 2007 2:21 pm

כאלי, כאבאנאע אז כאטש איינער האט געמערקט מיין פראגעלע בין הפרקים.....

יא דאס איז עס טייטש, און עס איז דאכצאך אין גריכיש אזוי, כאנאר געוואלט וויסן צו דערוילעם איז באהאוונט...
גלייכצייטיג גלייך איך א גוט ווארט אויפ'ן ארטיקל זעלבסט, סיז נישט שמינית שבשמינית, סיז רביעית שברביעית..

קרעמער, א_ווי אלעמאל טרעפסטו א גוט'ס בין החומות.. יישר כוח פאר דיין הערה.

זונטאג אוגוסט 05, 2007 2:34 pm

יא פיין גוט וואויל סאכדעס, אבער אפשר געסטו מיר אזא שטיקל פיש?... כ'מיין יא, כ'האב שוין געהאט פיש, אבער דא רעדט מען דאך פון עפעס א ספעציעלע ארפישל.... כ'מיין ארטיקל.... כ'מיין... וואטעווער.... דער ארטיקל ווייס איך דאך זיכער איז מתיקות... די פיש עליך דיך מוזן גלייבן אויפן האר... כ'מיין אויפן ווארט.... איידאונאו..... איך בין שוין צופישט... כ'מיין צומישט....

זונטאג אוגוסט 05, 2007 2:43 pm

חחחחחחחחחחחחח, יענטאאש, דו ביסט מתוק....

זונטאג אוגוסט 05, 2007 4:09 pm

לעצט פאראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 4:55 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

זונטאג אוגוסט 05, 2007 4:11 pm

כאלי, דו האסט פולי רעכט..

כאנאר געוואלט דעם רביעית ההין, כאפסט??? אזוי ס'ווייבעלע פרייעט זיך מיט יעדן גוט ווארט אויפ'ן ארטיפישל....

זונטאג אוגוסט 05, 2007 4:16 pm

על כן קרא "שמה" מרה...

זונטאג אוגוסט 05, 2007 10:51 pm

לעצט פאראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 5:37 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
שרייב א תגובה

Advertisement