בלאט 1 פון 1
משל בלא נמשל
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 02, 2007 2:37 pm
דורך מאשקע
עס איז איין משל צו איין מלך וואס האט געהאט איין קינד.
דער קינד איז געווען זייער א קלוגער און א פארשטענדליכער, און דער טאטע האט זיך שטענדיג משתעשע געווען מיט אים.
ויהי היום, דאס קינד איז אונטערגעוואקסן, און מ'האט אנגעהויבן רעדן שידוכים.
דאס קינד איז א חתן געווארן, מיט די טאכטער פון א קעניג פון א ווייטן לאנד.
דאס פארפאלק האט געלעבט ווי טייבעלעך עטליכע חדשים, ביז דער בייזער טייוול האט געברענגט א קראנקהייט אויף די יונגע פרינצעסין, און נאך צוויי מאנאטן איז זי געשטארבן.
האט דער בן מלך געטרויערט א יאר צייט, און ווען דער יאר האט זיך געענדיגט האט אים זיין טאטע אויפגעזוכט א צווייטע כלה, און זיי האבן חתונה געהאט.
נאך א שטיק צייט איז דאס קינד געקומען באזוכן ביים טאטן, און דער טאטע זעהט אז דאס קינד איז זייער פארטרויערט.
דער טאטע וויל וויסן פארוואס דאס קינד איז פארטרויערט, און דאס קינד זאגט אים אז ער קען נישט פארגעסן די אבידה פון זיין ערשטע פרוי.
האט דער טאטע געזאגט פאר'ן קינד: בני יקירי, דו דארפסט אויפהערן צו טרויערן און ווייטער הנאה האבן פון דער וועלט. די טרויער מאנאטן האבן זיך שוין געענדיגט, און דו דארפסט ווייטער אנגיין מיט'ן לעבן און זיין פרייליך און מונטער.
*
די אידן זענען געגליכן צו בני מלכים. מיר האבן דריי וואכן געטרויערט אויפ'ן חורבן בית המקדש, אבער אצינד האבן זיך שוין געענדיגט די טרויער טעג און אנשטאט דעם זענען אנגעקומען די טרייסט טעג.
יא, מ'קען זיך שוין טרייסטן. מ'קען שוין אנהייבן צוריק צו שרייבן אין קרעטשמע אזוי ווי בעפאר.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 02, 2007 2:42 pm
דורך סאכדעס
וואס העטן מיר ווען געטוהן אן מאשקע'ן? הא??? כעריך נישט.....
אקיצער, דיין משל העט ווען באלאנגט אינ'ם ס'מעדרעש פון די קרעשטמע, עס איז צו ריכטיג אז ס'זאל זיין געזאגט פלעין ביי א פארברענגן. אכיץ אז מ'וועמיר דאס רופן א פארבריינגן, לזכרון נשמת חבד בן ליובאוויטש, יעמאלט קען מען דאס דא יא אהערבראכן, אבער אז יא, שטעל צו דא די ספעציעלע וואדקע מיט אביסל כוס של ברכה פונ'ם רבינ'ס כוס....
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 02, 2007 3:43 pm
דורך צייטליך
מאשקע, גוט גוט, כ'האב שוין וואס צוזאגן די וואך ביי שאלעשודעס תורה,
Re: משל בלא נמשל
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 02, 2007 3:49 pm
דורך סאכדעס
ס'באדערט מיך נאר פארוואס נאר אין די ערשטע שורה שרייבסטו איין גוטן אידיש, און שפעטער שרייבסטו פלעין א גוטע אידיש? אזוי העט ווען געברויכט צו זיין.
מאשקע האט געשריבן:עס איז איין משל צו איין מלך וואס האט געהאט איין קינד.
דער קינד איז געווען זייער איין קלוגער און איין פארשטענדליכער, און דער טאטע האט זיך שטענדיג משתעשע געווען מיט אים.
ויהי היום, דאס קינד איז אונטערגעוואקסן, און מ'האט אנגעהויבן רעדן שידוכים.
דאס קינד איז איין חתן געווארן, מיט די טאכטער פון איין קעניג פון איין ווייטן לאנד.
דאס פארפאלק האט געלעבט ווי טייבעלעך עטליכע חדשים, ביז דער בייזער טייוול האט געברענגט איין קראנקהייט אויף די יונגע פרינצעסין, און נאך צוויי מאנאטן איז זי געשטארבן.
האט דער בן מלך געטרויערט איין יאר צייט, און ווען דער יאר האט זיך געענדיגט האט אים זיין טאטע אויפגעזוכט איין צווייטע כלה, און זיי האבן חתונה געהאט.
נאך איין שטיק צייט איז דאס קינד געקומען באזוכן ביים טאטן, און דער טאטע זעהט אז דאס קינד איז זייער פארטרויערט.
דער טאטע וויל וויסן פארוואס דאס קינד איז פארטרויערט, און דאס קינד זאגט אים אז ער קען נישט פארגעסן די אבידה פון זיין ערשטע פרוי.
האט דער טאטע געזאגט פאר'ן קינד: בני יקירי, דו דארפסט אויפהערן צו טרויערן און ווייטער הנאה האבן פון דער וועלט. די טרויער מאנאטן האבן זיך שוין געענדיגט, און דו דארפסט ווייטער אנגיין מיט'ן לעבן און זיין פרייליך און מונטער.
*
די אידן זענען געגליכן צו בני מלכים. מיר האבן דריי וואכן געטרויערט אויפ'ן חורבן בית המקדש, אבער אצינד האבן זיך שוין געענדיגט די טרויער טעג און אנשטאט דעם זענען אנגעקומען די טרייסט טעג.
יא, מ'קען זיך שוין טרייסטן. מ'קען שוין אנהייבן צוריק צו שרייבן אין קרעטשמע אזוי ווי בעפאר.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 02, 2007 4:56 pm
דורך דרך אגב
זיס זיס
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 02, 2007 5:48 pm
דורך זעקסטע_הקפה
סאכדעס,
איך וואלט געטראגן דיינע מאדיפיקאציעס נאך עטליכע שפאן ווייטער:
"איין קליגיר און איין פערשטענדליכר ... דאס קינד איז למזל איין חתן גיווארין צו איין מלך אין איין ווייטי מדינה ..." (דעם המשך קען מען גרינג געפינען אין יעדן בית יהודה חומש.)
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 02, 2007 5:54 pm
דורך זארעכפעפער
אדער אין צענע-רענע...
***
מאשקע, משל בלא נמשל?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 02, 2007 7:27 pm
דורך איך_הער
למשל מאשקע, האט נישט נישט קיין נמשל.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 02, 2007 8:08 pm
דורך abimlaibt
מאשקע, נחמתני בני נחמתני.
פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 03, 2007 12:23 am
דורך מאשקע
זארעכ, כאבאנאהע אז כאטשיינער האט געכאפט.
די מעשה איז, אז ווען כאב אנגעהויבן צו שרייבן, האבעך נאכנישט געוואוסט וויאזוי סעטזעך ענדיגן, כדרכי לפעמים.
למעשה, אז גאט בארעכי האט געהאלפן און מיר צוגעשיקט א נמשל, האבעך געדארפט זיין א קאפעטויבע און עס נישט שרייבן???
פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 03, 2007 12:34 am
דורך לאקשען ברעט
מאשקע מאשקע!!
חס ושלום , פין אזוי צי זאגען
אין הארצען טאר מען קיינמאל נישט פארגעסען פינעם חרבן בית מקדשינו אין פינעם ביטערען גלות פין כנסת ישרא-ל אין די הייליגע שכינה
די משל איז נישט גלייך צים נמשל
ווייל דער בן מלך וועט קיינמאל נישט צוריק באקומען זיין פרוי אבער אינז וועל מער יא צוריק באקומען דעם הייליגען בית המקדש אין מיר וועלען יא ארויס גיין פין גלות
דאס איז נישט אזוי ווי איינער וואס שטארבט וואס אויף דעם איז דא א גזירה על המת שתשתכח מין הלב
דא בענקען מיר זיך צי א לעבעדיגע זאך אין מיר וועלען דאס קיינמאל נישט פארגעסען
ביז מיר וועלען זוכה זיין צי די גאולה שלימה אין ציזאמען מיט אינדזער באשעפער וואס איז מיט אינז אין גלות וועל מיר צוריק גיין קיין ירושלים
אין נאר דעמאלץ וועלען מיר האבען די ריכטיגע טרייסט
במהרה בימינו .אמן
פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 03, 2007 12:43 am
דורך מאשקע
אמן. ביטער זיס...
פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 03, 2007 8:03 am
דורך abimlaibt
לאקשען איך ווייס נישט צו דו ביסט אינגאנצען גערעכט,
ווייל ווי באקאנט זאגט מען נאך מפי ספרים וסופרים, כמה ענינים אויפן בנין וחורבן בית המקדש,
פארוואס צוויי בתי מקדשות? ווייל עס איז גלייך ווי איינער וואס פלאנצט אין א פעלד איין מאל און ער רייסט ארויס די ביימער, און ער פלאנצט איין א צווייט מאל און רייסט עס נאכאמאל ארויס, אזוי אז די פעלד זאל ווערען רייף, דערנאך פלאנצט ער עס אן א דריטע מאל, ואס דאן איז די ערד און די פירות פון די בעסטע וואס קען נאר זיין,
ועוד ועוד יעדער מיט זייער פשט,
ולענינינו, די ערשטע צוויי בתי מקדשות זענען נעבעך חרוב געווארען וועגען אונזערע זינד, אצינד זענען מיר אין גלות דער רבוש"ע ווארט מיר זאלען תשובה טאן, און ווען מיר וועלען דאס טאן, דאן וועט אראפ קומען אינגאנצען א "נייע" בית המקדש פון פייער וואס דאס וועט מער קיינמאל נישט חרוב ווערען,
קען זיין יעצט אז עס שטימט יא דער משל בלא נמשל. ודו"ק כי קצרתי. ודי בזה.
פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 03, 2007 1:22 pm
דורך לאקשען ברעט
אבער ס'שטייט אין שלחן ערוך ראוי לכל ירא שמים שיהא מיצר ודואג על חורבן בית המקדש
--מען ווארט דאך אז די שכינה זאל צוריק קומען רוען צווישען אינז
אין די שכינה איז די זעלבע אפילו די בנין איז א אנדערע
פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 03, 2007 1:52 pm
דורך מאשקע
נו, שטייט דאך דארט קלאר, ראוי לכל "ירא שמים"... ער רעדט דאך דארט גארנישט פון "לאקשן ברעט"...
פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 03, 2007 4:35 pm
דורך לאקשען ברעט
בס"ד
חחחחחחח
האסט באוויזען מיר צי מאכען שמייכלען
זאל דיר זיין צי מצוה