ער"ה תשע"ה: קלני מראשי קלני מזרועי....
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 23, 2014 12:20 am
איך ווייס נישט צו איך מעג דא שרייבן דערוועגן.... אפשר דארף מען בכלל נישט שרייבן...
איך שפיר אבער איך מוז מיר ערגעץ אויסגעבן.... עס ציפט צו שטארק מען זאל דאס קענען איגנארירן...
דאס האנט ציטערט... דאס הארץ שיסט בלוט... די מח בלייבט שטיין...
דאס פנים פלאמט פאר בושה... בושנו ונכלמנו להרים ראש...
אוי הייליגע באשעפער ווי קען מען דאס אויסהאלטן?... איז כלל ישראל טאקע האפענונגס'לאז?....
די דאזיגע צרה איז שוין למעלה מכוחותינו... וויי פאר אונז אז מיר האבן דאס דערלעבט...
שרעקעדיג שרעקעדיג... ערגער פון אלעם ערגסטן... נידעריגער פון נידעריג... צו האלט עס טאקע דארט??...
צו האט זיך דאס דען אמאל געגלייבט אין ווילדסטן חלום... איז אונזער דור אזא דור השפל אז מיר מוזן דאס צוזעהן?...
אוי ווידער אמאל.... א טייערע אידישע נשמה.... אויף אזא שאנדפולע אופן.... היינו ללעג ולקלס...
טאטע אין הימעל? געוואאאאאאאאאאאאאאאללללללללללללללדדד!!!!!! האם תמה זכות אבות ח"ו????....
ווי קען מען בכלל צו גיין צום יום הדין אויף אזא מצב?... ווי קען מען אויפהייבן די קאפ.... פון ווי נעמט מען די כוחות צו עפענן דאס מויל?...
באלו פנים נשפוך שיח?.. מיר ווילן זיך ענדערש פארשטעקן בין תנור לכריים...
הייליגע טאטע, דו מוזט אונז צוזאגן אז ס'איז נאר אן איבערגאנג. אנדערש איז דאס נישט צום אויסהאלטן....
ס'איז שוין צופיל צו פארנעמען.... עס איז נישט פאר אונזער כוחות דאס צוצוקוקן....
אידישע קינדער מאכן שוין גענוג מיט... מיר זענען שוין צוקלאפט און צוביילט... אבער דאס שטייגט שוין איבער אלעם....
אל תחטאו בילד האט יוסף געזאגט... אלעס ביז אונזער קינדער.... דאס המשך פון כלל ישראל.... מיר דארפן יעדן איינציגע פון זיי...
רבונו של עולם האב שוין רחמנות אויף אונז.... מי יודע מה יולד יום... אין לך יום שאין קללתו מרובה מחברתה... במלא מובן המלה...
עס האלט שוין ביי והפלא ה' את מכותך... אשר לא שערום אבותיכם... ווער איז דען פארזיכערט.. ווער האט א גאראנטי...
גאטעניו... למה יאמרו מצרים איה נא אלוקיהם... זיי שוין מקיים דעם השבת אבידה מיטן גרויסן והשיב לב...
מיר האלטן שוין ביי כלות... מיר קענען פשוט נישט מער...!!