בלאט 1 פון 1
פאזיטיווע געדענקענישען פון תשע''ד
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 22, 2014 4:37 pm
דורך יצחק דע באנקיר
יאפאן האט פריי געלאזט דעם לעצט פארבליבענער בחור
אייוועלט האט דעליווערט אסאך גוטע זאכן פארן ציבור, דאס מערסטע וואס געדענקט זיך איז די מאנסי שערוריא
תשע''ד איז אביסעל לייכטער געווארן אין נ.י. די גזירה קעגן מציצה בפה
אסאך קינדישע שמועסן דא אויף אייוועלט איז אריבערגעפירט געווארן אין א באזינדערע אפטיילונג
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 22, 2014 4:57 pm
דורך 3x0
5. אן אלטע ליינער וואס קוקט אויס האט אסאך מיטגעהאלטן דא, האט באשלאסן איין מאל פאר אלעמאל זיך צו נעמען שרייבן. שלום עליכם יצחק.
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 22, 2014 5:33 pm
דורך בנימין הלוי
שלום עליכם יצחק פון באנקיר
זייער א פאזאטיווער אשכול! א דאנק
אין א זייטיגער נעגאטיווער נאטיץ, וועלמיר זען וויפיל דער עולם געדענקט פאזאטיווע געשעענישן...
ווען איך זאל זיין נאר אפאר פראצענט מער פאזאטיוו אין לעבן, וואלט איך געווען פילפאכיג בעסער אין אלע הינזיכטן (שוין ווידער נעגאטיוו.. וואס קען מען טון??) פאזאטיווע זאכן נעמט מען פאר גרענטעד
אנטשולדיגט פאר'ן פארקריכן, א גוט געבענטשט יאר
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 22, 2014 5:45 pm
דורך שמעלקא טויב
עה עה, די סיבה פארוואס מ'שרייבט נאר נעגאטיוו איז ווייל פאזאטיוו איז דא צופיל, מ'קען עס נישט שרייבן, מ'וועט נישט פארטיג ווערן, שרייבט מען די ביסל נעגאטיוו.
זיי פאזאטיוו, ביטע.
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 22, 2014 6:04 pm
דורך יצחק דע באנקיר
6. תשע''ד זענען אסאך אירע געווארן פאזיטיוו א דאנק פראדאקטיוו וואס האט דע יאר שטארק פראדוצירט זייערע פאזיטיווע געדאנקען
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 23, 2014 1:00 pm
דורך נישט אלעס איז אמת
שמעלקא טויב האט געשריבן:עה עה, די סיבה פארוואס מ'שרייבט נאר נעגאטיוו איז ווייל פאזאטיוו איז דא צופיל, מ'קען עס נישט שרייבן, מ'וועט נישט פארטיג ווערן, שרייבט מען די ביסל נעגאטיוו.
זיי פאזאטיוו, ביטע.
אט אזוי ר' שמלקא !!!
לאמיר געדענקן די טאג טעגליכע חסדי השי"ת
מען גייט בעטן נאך (כתבינו בספר החיים) לאמיר קודם זיין דאנקבאר אויפן עבר
(מדברי הגאון ר' אביגדור זצ"ל)
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 23, 2014 1:47 pm
דורך יצחק דע באנקיר
זיין דאנקבאר אויף גוטס ברענגט א שמחה און צופרידענהייט ביי א מענטש, עס לוינט זיך טעמו וראו כי טוב