בלאט 1 פון 3

קומט אריין

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 19, 2014 7:32 am
דורך נשמה
אזוי ווי לעצטענס איז זייער העפטיג ברוך השם דא אויף יודישע וועלט, געוויסענע אשכולות האלטן אין איין ארויפקומען אויפן אויבן אן, און דער עולם קען חס ושלום אנהייבן צו שוויצן, און אפילו באקומען קאפ ווייטאג, דערפאר האב איך דא צוגעשטעלט א הערליכע שיינע לופטיגע גרויסע צימער מיט ריזיגע פענסטער, רינדעכיגע טישן, אויסטערליש געשמאק צום בארואיגן דעם גייסט, און ועל כולם, יאפ, לעפטאפס, די נייעסטע, מיט אייוועלט. קומטס אלע זיך דא אפרוהען, מ'דארף זיך דאך צאמקלויבן גענוג כוחות צו קענען ווייטער בלוטיגן פארן כבוד שמים.

קומטס טא זישע אלע אריין אביסל, קום אריין זעץ דיך אריין אין איינע פון די פאטעלן, קום אריין דא אביסל זיך אויסלופטערן פון די אלע היציגע אשכולות, וועסטו דא אלעמאל טרעפן דיינע פרייינט, אבער דא רעדט מען נאר פון די וועטער, אפילו נישט פון אייסיס, נאר פאזיטיוו, דא עקזיסטירט נישט קיין שלעכטס,

דא זענען אלע אינטערנעט כלים בלויז טהרה, נישטא צום געפינען נאר גוטס וואו דו גייסט אויפן אינטערנעט, ווואווו,

ייי.פארקויפדיינזייגער.קום

געגאנגען ENTER וואס קומט ארויף, יודן, נאר ראיות היתרות. יוטוב נאר יודישע קליפס, אן קיין שום חשש, נאר ריין כשר'ע אינטערנעט. די ווארט אינטערנעט איז מער נישט א טרפה'נע ווארט, ס'א כשר'ע ווארט, ס'קען נישט ארויפקומען שלעכטס, ווי עפעס א כח האלט עס אפ, און ווייסט פונקטליך וואס ס'איז גוט און וואס ס'איז שלעכט.

חלומות.

עניוועי קומטס אריין דא אביסל, לאמיר זיך אויסלופטערן, דא איז דא נאר טישן און קאוטשעס, אלעס כשר, קיינער זינדיגט נישט גארנישט, אה מחי'.

אה. דארפסט אפשר א גלעזל קאווע? אה... געשמאק... א גלעזל שנאפס? אה.

זינק איין אביסל אין איינע פון די קאוטשעס, אה מחי' וואטיטצעך? וויזויגייטעס? אפילו בהצלחה אדער אפילו בהסתרה?

וואס נאך? חוץ מזה?

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 19, 2014 8:07 am
דורך נישט
נשמה, אלע קאוטשעס זענען שוין פארנומען :roll:

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 19, 2014 8:39 am
דורך א גראם מיט טעם
קען איך אויסדינגען דעם פלאץ איין טאד חוה"מ צו נעמען די קינדער פארברענגען?

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 19, 2014 8:44 am
דורך נשמה
מאנכע זאגן אז מ'דארף די קינדער צולייגן צום קאמפיוטער און זיי זאגן "זעהטס עטץ קינדערלעך מ'טאר נישט ארויפברענגען זאכן וואס מ'טאר נישט, נאר זאכן וואס מ'מעג" אזוי אז די ווארט לעפטאפ גייט צוזאמען מיט "איך בין אפגעהיטן" אזוי ווי די ווארט "מקוה". און ס'דא וואס לערנן אויס די קינדער לייג א פילטער און זיי פריי. וד"ל

די ערשטע גרופע גייען די קינדער ווען זיי ווערן גרויס אויב זיי וועלן דארפן האבן לעפטאפס, גייען געדענקן ווי זייער טאטע האט איינגעברענט אין זיי מיט פייער אש קודש אז מ'דארף זיך היטן די אויגן און דאס וועלן זיי איבערגעבן פאר זייערע קינדער. און די צווייטע גרופע קינדער גייען די קינדער אדער יא אדער נישט לייגן פילטערס, און זוכן לעכער... ודי למבין. למי שרוצה להסתכל על האמת ועל סוף הדבר.

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 19, 2014 10:29 am
דורך הרבטייטעלבוים
כהאב געהאט א חבר און ביהמ"ד וואס ער פלעגט אלטס טענען די טענה מען דארף זיין אימיונט, אבער כעל עס נישט אויסשמיעסן דא, ווייל מען דארף זיין רואיג, און פארברענגען.
אגב מעג מען רייכערען דא אינעווענדיג?..

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 19, 2014 10:33 am
דורך שנאפס
נשמה האט געשריבן:
אה. דארפסט אפשר א גלעזל קאווע? אה... געשמאק... א גלעזל שנאפס? אה.

זינק איין אביסל אין איינע פון די קאוטשעס, אה מחי' וואטיטצעך? וויזויגייטעס? אפילו בהצלחה אדער אפילו בהסתרה?

וואס נאך? חוץ מזה?


זיכער גיב אהער!

גיימער כאפן א ציגרעטל, נשמה צינד פליז אן די עקזאסט פען שקויעך

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 19, 2014 12:11 pm
דורך נשמה
איך צינד אן דעם זעלבן פען פונעם זעלבן מאטריאל ציגארעטל רויעך וואס דו רייכערסט. די מינע ציגארעטלעך מעג מען רייכערן וויפיל מ'וויל.

אנגעצינדן די עקזאסט.
אקעי איך צינד אן מיינע פון דיינע. איש מפי איש.

איך האב אריינגעלייגט די בהסתרה שבתוך ההסתרה סידי שיין?

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 21, 2014 6:21 am
דורך חיים צבי
איי שלאפט זיך גוט דא, גיימיר זאגן סליחות? נו, א בעל תפלה איינער? דא זאגט מען ענינו ד ענינו שטיייט!

...במוצאי מנוחה קידמנוך-א-א-א-א תחילה

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 21, 2014 9:58 pm
דורך תרנגול
wow נישט געוויסט אז מיר פארמאגן דא אזא צימער, נשמה ביסט דא? איך זיך מיט וועם צו שמועסן אביסל. איך מיין אז איך לויף אין גראסערי ברענגען אביסל פאפקארן מיט קאלע סאדע זאל מען כאטש האבן וואס צו קייען....

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 21, 2014 10:02 pm
דורך תרנגול
אביסל צוצוגעבן צו די אטמאספערע פון דעם צימער...

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 21, 2014 10:04 pm
דורך יוראפ
פאר דו גייסט אוועק לאז נישט איבער דא א גאנצע חאזעריי, הייב אויף אלע אויפגעפלאצטע קארן פון די פלאר און טראג ארויס די ליידיגע באטלעך מיט בעגס, פארשטאנען?

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 21, 2014 11:23 pm
דורך נשמה
יא.

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 22, 2014 9:11 pm
דורך זאכליך
אשאד אשאד, ווען מ'האלט ווען ריין דעם צימער וואלט געווען א מחי' דא צו זיצן. אבער מיט אזויפיל שמיץ ווער שוין באלד געשמאקער צו זיין אין די רוישיגע אשכולות...

#נאראוויץ

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 22, 2014 10:02 pm
דורך נשמה
איך קער עס אויס.
האלט אן די שאוועל.
אה, דו זעהסט דעיס, דאס איז אזוי, ארגינעיל איז עס א צעטיל קעגן וכו' מיט א מעשה, נאר אויבן איז פארשריבן א דייאגראם, מיט א קאנסטראקציע פלאן, זעהסט? א גאנצע מאפע. מיט עראוס. זאל איך עס אוועקווארפן?

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 22, 2014 10:06 pm
דורך יוראפ
ניין קענסט עס בויען, פארשטייסט, נעה ניש ממש דאס נאר קום דא אין א זייט כ'וויל נישט אויפוועקן דער וואס כראפעצט דא אזוי הויך מיט אזא געשמאקייט

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 22, 2014 11:28 pm
דורך יואל גרין
שכויעך יוראפ פארן לאזן שלאפן, און סארי פארן שנארכעצן, געווענליך טו איך עס נישט נאר יעצט בין איך זייער אויסגעמוטשעט דא פון די אלע שטורמישע אשכוליות... שוין לאמיר זיך אויסדרייען אויף ס'אנדערע זייט כככ...

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 23, 2014 11:25 am
דורך נשמה
קיינער איז יעצט נישט דא. נאר די גוי וואס קלינט. די איינציגסטע טעטיגקייט דא איז די פענס וואס דרייען זיך אויפן דאך. אוי שיער פארגעסן, אויך איין פליג.

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 23, 2014 3:28 pm
דורך חיים צבי
סוי די רעדסט צו דיר אליין? ווירד,

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 23, 2014 5:02 pm
דורך נשמה
אה חיים צבי. דארט איז די בעסקיסעס. אזוי ווייס איך, די ערשטע זאך ווייזט מען די ביהכ"ס, אפשר וועט זיך יענער שעמען צו פרעגן.

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 23, 2014 5:34 pm
דורך תרנגול
די פענ'ס אויפן דאך איז ממש א ברכה, ס'געבט צו צו די רואיגקייט פון די אטמאספערע דא. איך וואלט דא אינסטאלד א עיר קאנדישן וואס מאכט נויז....

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 23, 2014 5:38 pm
דורך נשמה
האסט ליב די נויז.

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 23, 2014 6:03 pm
דורך נשמה
דער עולם איז מסכים מ'זאל דא שלאגן כפרות, דא אינדרויסן. אדער ס'עט אנמאכן א לול?

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 23, 2014 6:05 pm
דורך זאכליך
עיר קאנדישאן יעצט??? אפשר עיר סטים...

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 23, 2014 6:12 pm
דורך הרבטייטעלבוים
נישט איינס וואס מאכט קאלט, נאר פאר די נויז...

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 23, 2014 7:30 pm
דורך חיים צבי
ש'כוח נשמה פאר די בעסקיסעס, שוין לאנג נישט געזען אזוינע קלינע פאבליק טוילעטס,

כפרות 'עט זעכער אנמאכן א לול דא, ענדערשער זאל מען בויען א טענט דא אינדרויסען, איך האב א חבר וואס קען שחט'ן און איך'על קאלעקטן די שוחט געלט. פאר דא אינעוויינינג האב איך באשטעלט דריי טרעיס שטערנס מארבל קעיק פארן שמש צו טיילן, מ'זוכט נאך א נדבן פאר די שנאפס.