בלאט 3 פון 3

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 16, 2014 1:09 pm
דורך יאנקעלע קליגער
איי נשמה'לע !
אז ס'גוט אז ס'גוט!

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 16, 2014 1:12 pm
דורך דמתה לתמר
אין שרייבער כבעל הדמיונות (מאמר ה...)

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 16, 2014 1:22 pm
דורך זאכליך
Wowow נשמה, אראפגעלייגט אייזן. און נישט פארגעסן ארויסצונעמען א מוסר השכל אויף בל תשחית!

מיין בעג האסטו דארט געלאזט?

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 17, 2014 5:16 pm
דורך שלעפשיץ
מען ברויך פרישע מילך דא

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 17, 2014 5:23 pm
דורך נשמה
יא גערעכט. פארוואס לאזט מען אינדרויסן די מילך? ס'עניוועי נאר געווען א פיצי.
קודם לעת עתה האב איך געקויפט פון גראסערי פאר א סורפרייז דעי אלטע מינע פאפירענע באטל מילך. ניינדי ניין. ס'איז א ספעשול קונץ וויאזוי מ'עפענט עס, מ'דארף וויסן, אז נישט מיינט מען אז ס'איז אפן ווען ס'איז נישט עכט אפן.


די גוי זוכט די שמש זאל אונטערשרייבן

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 17, 2014 11:24 pm
דורך home
עפען עס נישט מיט די גראבע פינגער נאכדעם העט ער נישט זיין שפיציג מעט מיינען אז די האסט דארט געלאזט זי פינגער
עפען עס אזוי ווי ממאכט די שנאלצן פין די מיטן אויף ארויס

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 17, 2014 11:31 pm
דורך נשמה
home האט געשריבן:עפען עס נישט מיט די גראבע פינגער נאכדעם העט ער נישט זיין שפיציג מעט מיינען אז די האסט דארט געלאזט זי פינגער
עפען עס אזוי ווי ממאכט די שנאלצן פין די מיטן אויף ארויס

שכח, חחחחחחח.

ס'האט א בילד פון א כמו קיה, אזוי אז ווען מ'טרינקט די מילך, זאל מען האבן אויף וואס צו קוקן.

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 02, 2014 2:50 pm
דורך נשמה
איך האב עס אריינגעברענגט.
דארפסט? נעם! קענסט נעמען. וואסי נייעס? מיטל מזרח ווייס איך שוין, איך וויל וויסן אין די זייטן פון מזרח. וואס? טיטצעך? נעם נעם. דא האסטו. דארט ליגט נאך אפאר שאכטלעך. פיסטעטשוס, יענע! געב אהער. דעיע מאכט זיך נישט אויף געהעריג. איך האב נישט קיין נעגל פארשטייסט?

אזוי! אויפגעמאכט. אזוי! נאך איינס. באלד עט די גוי אראפקלינען, דא האסטו פעטעירא טשיפס. פרעצלעך, גלעזער פרעצלעך, דינע ציגארעטל פרעצלעך. טיק טאק טאו פרעצלעך. דארט אי דא פאפקארן. נישט דארט! וואו גייסטע? דארט אידע בעזימ'ס מיט די מאפ מיט נאך אומבע'טעמ'טע זייפן. דארט! יענע זייט. יא. בייג דעך אראפ! אונטן! זעהסט דארט א באקס פלעסטיקס? יעצט אונטער דעם. יא.

אויך האבעך דא געברענגט אמעריקאנע ניסלעך מיט ליידיגע באטלעך זעלצער ווי אריינצולייגן די שאלאכטץ.

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 02, 2014 6:53 pm
דורך קיווי סטראבערי
נשמה, נעכטן איז דא געווען א באטל טשאקלעד מילעך, איך האב געלייגט אן אויג דערויף, אבער יעצט זעה איך עס נישט, דו ווייסט ווי ס'איז אהין געקומען?

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 02, 2014 7:20 pm
דורך נשמה
א באטל טשאקלעד מילעך? דו מיינסט יענע מיט די...? אה סאו סארי. ס'ליגט שוין אין לענדפול אגב אפשר געסטו אביסל קיווי סטראבערי געמיש? אבער דייקא א דינע רויטע שטרוי.

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 02, 2014 7:33 pm
דורך AHA
די פיסטעטשוס איז דעלישעס. א דאנק

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 02, 2014 7:40 pm
דורך נשמה
הערסט? איך האב באשטעלט - זיצט? - א גאנצע טרעלאר פעסטעטשוס. גוטע. וואס זענען שוין כמעט אפן. איך האב נישט געוואלט באשטעלן די אפגעשיילטע, ווייל חסידים האבן געזאגט אז יעדע איינע וואס מ'קראכט אויף איז נאך אן איידיע וואס צו שמועסן.

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 02, 2014 7:58 pm
דורך AHA
נו, רעד ווייטער סיז זייער געשמאק דיך אויסצוהערן.

כ'מיין קענסט שוין באזיצען (באשטעלן) נאך א שיפמענט.

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 02, 2014 10:04 pm
דורך נשמה
הערסט? דער יענער... וויהייסטער נאר דארט? זיין שווער? נו? דערמאן מיך? ער וואוינט נעבן שלעפשיטץ? דארט אונטן? אין די ווייסע הויז מיט די פורפל טיר? נו? דער מיט אזא לאנגע בארד? פיאות צעפלאטשעט? גרויסע גלעזער? דו ווייסט כ'על דיר זאגן, ער האט גערעדט מיט דיר ביי משה'ס חתונה? ניין, נישט ביי משה'ס חתונה, ווער האט חתונה געמאכט פאריגע וואך אין עטרת יענטא? נו? דערמאן מיך? ווער האט חתונה געמאכט אין עטרת יענטא פאריגע וואך? וואס הייסט דו געדענקסט נישט? קליין! ניין? יא, קליין! קליין מיט תנחומאוויטש, איך האב דיך געזעהן דארט, געדענקסט נישט ביי דעי חתונה? פאריגע וואך? האסט גערעדט מיט איהם נעבן די סינקס? ניין נישט נעבן די סינקס? וואו האסטו גערעדט מיט איהם? וואו? נו? ווייסט וואו מ'קומט אריין? די ערשטע טיר, גראד ווען מ'קומט אריין אין די זאל, יא? אידא א טיר, שוין! יענע טיר, אין די זייט פון יענע טיהר אידא אזא פלאץ צו זיצן יא? דארט ביסטו געזיצן און גערעדט מיט איינעם. געדענקסט נישט? איין מינוט, נישט דו ביסט עס געווען, ניין. ווער איז עס געווען יענער? געשמועסט אזוי הויעך, זייער לאנג. אפשר קענסטו יענעם? א הויעכער? ארויפגעדרייטע בארד? שפאלט רעקל? גייט אייביג נאך געלט? צדקה? צדקה? דרייט זיך ארום מיט זיינע צעטליך? נו? קענסט איהם זיכער? דאווענט ביי ר' יעקב טאגנער? נו? קענסט איהם נישט? ער דרייווט אזא כמו דזשיפ טראק? קענסט איהם זיכער.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 03, 2015 10:08 pm
דורך נשמה
איך האב פארגעסן צו דערמאנען אז ביי אונז דא איז אויך דא א חמשה עשר סעודה. ווי אויך קען מען דא אהערברענגען אלע האלבע קאנטעינערס טרוקענע פרוכט. ווי אויך די איבערגעבליבענע אתרוג קאמפאוט. האלבע סאברעס. רעפטלעך שטערן פרוכט. פערטלעך עפל. שטיקלעך קאוקענאט. קערעלעך מילגרוים. וכו'

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 04, 2015 12:27 pm
דורך סמארט גאי
נשמה האט געשריבן:איך האב פארגעסן צו דערמאנען אז ביי אונז דא איז אויך דא א חמשה עשר סעודה. ווי אויך קען מען דא אהערברענגען אלע האלבע קאנטעינערס טרוקענע פרוכט. ווי אויך די איבערגעבליבענע אתרוג קאמפאוט. האלבע סאברעס. רעפטלעך שטערן פרוכט. פערטלעך עפל. שטיקלעך קאוקענאט. קערעלעך מילגרוים. וכו'

האלאו

ביינונז האט מען געמאכט א משיח סעודה נאר פסח,

"נאר" פרישע סחורה פליז,