בלאט 2 פון 3
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 23, 2014 7:36 pm
דורך מטעמים
פליז, ברענג מיר נישט קיין כפרות דא.
זאג נאר, וואס הערט זיך אין עיראק?
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 23, 2014 7:50 pm
דורך חיים צבי
וואס גייט דיר אן? סע גייט זיין פארטאגס דרייע פירע, דו שלאפסט נאך עניוועי דעמאלטס,
עניוועי
א גוטן ר' מתתי', כלל ישראל גרייט זיך צום כפרות שלאגן איר האט אפשר פיר קעסטלעך עופות פאר אונזער שטיבל?
הערסט? כ'האב שוין באשטעלט א טענט מיט עופות ביי קאהן'ס.. און פארדריי מיר נישט די שמועס מיט עיראק!
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 23, 2014 7:53 pm
דורך הרבטייטעלבוים
מטעמים האט געשריבן:פליז, ברענג מיר נישט קיין כפרות דא.
זאג נאר, וואס הערט זיך אין עיראק?
משלאגט כפרות
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 23, 2014 8:50 pm
דורך נשמה
איך מיין די נאכט שלאף איך דא אין א קארנער. אז דו קומסט אריין וועק מיך אויף צו סליחות. גוט?
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 23, 2014 9:07 pm
דורך מטעמים
נשמה, לויט דעם פלאן יעצט גייט מען באלד צומאכען דעם אשכול.
פארוואס פרעגסטו?
ווייל דא גייט מען באלד אנברענגען כפרות מיט קאנטרי באקסעס - נישט מער געדאכט. אין פון דעם ביז'ן ווערן נערוועז איז ווי געבן געז ביזען פאהרען.
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 23, 2014 9:17 pm
דורך נשמה
נע. זיי ווייסן קוים פון אונזער שטובל דא. איך גיי שוין שלאפן דא, שוין געליינט קרישמע. די כפרות גייט זייט פאן. איך פרעג דיר שטעל דיך פאר
אולי לא היה לכפרות אלא ריח דיינו
אולי לא היה לכפרות אלא קול דיינו
אולי לא היה לכפרות אלא רעי דיינו
אולי לא היה אלא גראד נאכן שלאף דיינו
על אחת כמה וכמה שיש ריח וקול ורעי והוא גראד נאכן אויפשטיין ולסובבו סביב ראשינו בתוך ציבור גדול כמה כפרה הוא.
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 23, 2014 10:03 pm
דורך אויסערן מיניסטער
נשמה האט געשריבן:נע. זיי ווייסן קוים פון אונזער שטובל דא. איך גיי שוין שלאפן דא, שוין געליינט קרישמע. די כפרות גייט זייט פאן. איך פרעג דיר שטעל דיך פאר
אולי לא היה לכפרות אלא ריח דיינו
אולי לא היה לכפרות אלא קול דיינו
אולי לא היה לכפרות אלא רעי דיינו
אולי לא היה אלא גראד נאכן שלאף דיינו
על אחת כמה וכמה שיש ריח וקול ורעי והוא גראד נאכן אויפשטיין ולסובבו סביב ראשינו בתוך ציבור גדול כמה כפרה הוא.
ליצנות פון א מנהג ישראל?
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 24, 2014 2:29 am
דורך פטר חמור
אזוי נישט קענענדיג איינשלאפן, איז באשלאסן געווארן אביסל אריינצוקומען דא רעלעקסן.
כ'האב אבער מורא אז א שלאף וועט מיר באפאלן, כ'וויל דאך נישט פארפאסן זכור ברית! סא, נשמה, ווען מ'וועקט דיר אויף, מאך זיכער אז כ'בין אויף.
יישר כח.
אויב מעגליך מאך זיכער אז כ'האב נאך צייט פאר א מקוה.
שיעור פארגעסן: אויב דו זוכסט מיר, כ'ליג דא אוטער די ביימעלעך אויף די לינקע זייט פון די טיר.
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 24, 2014 2:30 am
דורך פטר חמור
מ'דארף שטארקער מאכן די עקזאסט דא אויף די לינקע זייט.
די ציגארעטל רויך ברענגט מיר איבלען.
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 24, 2014 2:38 am
דורך פארשוין
אאאאההה מחיה אזא געשמאקע ווינטל א הערליכע פאנאראמא און נאכדערצו הערט מען די טשיפקען פון די פייגעלעך, ממממ אזא באטעמטע גערויך פון די פריש געשניטענע גראז אויף אזא באקוועמע זיץ, איך קען פשוט נישט צוזיך קומען פון גרויס איבערגענומענקייט , ווער האט זיך געגלייבט אז איך וועל נאך אמאל זוכה זיין דערצו אלעס צו פארדאנקען די ''נשמה'' פונעם ''אשכול'' דעם הערליכן וויינגארטן דא אינעם פארק .(איין מינוט לאמיר כאפן א זופ פון מיין קאלטן גלאז ביר און א צי פונעם ציגארעטל) אאאהה טעם גן עדן . קומטס און האטס הנאה !
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 24, 2014 2:42 am
דורך פטר חמור
אה..!! פארשוין איז דא!!
זאג, קיין רויך דארף איך שוין נישט דא, אבער א קאלטע גלאז ביר וואלט נישט געווען קיין שלעכטע געדאנק.
ווען דו ענדיגסט דיין ציגרעטל קום אהער דא אין ווינקעל מיט א גלעזל.
עסט דיר קויפן זכותים פארן יום הדין.
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 24, 2014 2:46 am
דורך פארשוין
זאג מיר ר''ר פטר חמור ווער שפילט דארט אזוי שיין מיט א גיטאר אויף די גראז הינטער דיר ? . די ביר דארפסטו מיט אייז ? היינקען באדווייזער וועלכע ?
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 24, 2014 3:18 am
דורך פטר חמור
די גיטאר איז א אויטאמאטישע סיסטעם וואס נשמה האט אינסטאלירט.
ביר קענסטו ברענגען ביידע. (הער אויס, כ'דארף דאך איינפאסטן!)
אייז קען קיינמאל נישט שאטן.
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 24, 2014 6:49 am
דורך נשמה
אויסערן מיניסטער האט געשריבן:נשמה האט געשריבן:נע. זיי ווייסן קוים פון אונזער שטובל דא. איך גיי שוין שלאפן דא, שוין געליינט קרישמע. די כפרות גייט זייט פאן. איך פרעג דיר שטעל דיך פאר
אולי לא היה לכפרות אלא ריח דיינו
אולי לא היה לכפרות אלא קול דיינו
אולי לא היה לכפרות אלא רעי דיינו
אולי לא היה אלא גראד נאכן שלאף דיינו
על אחת כמה וכמה שיש ריח וקול ורעי והוא גראד נאכן אויפשטיין ולסובבו סביב ראשינו בתוך ציבור גדול כמה כפרה הוא.
ליצנות פון א מנהג ישראל?
מן הסתם איז דאס א חלק פון די כפרה, ואינו לצנות, ס'איז א פאקט. ווען מ'זאגט די ווערטל "ווי אהאן אין די בני אדם" איז עס לצנות? ס'איז א פאקט אז ס'איז אזוי. די מנהג איז טאקע צו טון דאס, אפשר איז עס לצנות פון די טשיקענס. אבער נישט פון די מנהג. אדרבה זאג מיר צו דו האסט פארשטאנען אז ס'איז בשו"א נישט קיין לצנות.
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 24, 2014 7:01 am
דורך פארשוין
מטעמים האט געשריבן:נשמה, לויט דעם פלאן יעצט גייט מען באלד צומאכען דעם אשכול.
פארוואס פרעגסטו?
ווייל דא גייט מען באלד אנברענגען כפרות מיט קאנטרי באקסעס - נישט מער געדאכט. אין פון דעם ביז'ן ווערן נערוועז איז ווי געבן געז ביזען פאהרען.
פון וואס האסטו מער מורא פון די כפרות אדער פון די קאנטרי באקסעס?? ....
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 24, 2014 7:24 am
דורך חיים צבי
שוין אראפנעמען די מחאה צעטל פון העכער די סינקס! ס׳הייבט זיך אן מיט איין קליינע און באלד וועט מען קומען אנווארפען דאס פלאץ מיט פאשקעווילן.
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 24, 2014 7:30 am
דורך נשמה
חיים צבי האט געשריבן:שוין אראפנעמען די מחאה צעטל פון העכער די סינקס! ס׳הייבט זיך אן מיט איין קליינע און באלד וועט מען קומען אנווארפען דאס פלאץ מיט פאשקעווילן.
מ'דארף טאקע אויפהענגען כאטש עפעס אז מ'זאל האבן וואס צו ליינען יעדעס מאל מ'גיסט זיך אפ די הענט? ווי למשל "מנין מנחה ב..."
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 24, 2014 7:31 am
דורך יוראפ
חחח די יעניגע פון ישיבה וואס פלעגן אנקאטשקענען די סמייליס אויף אלע צעטלעך און די כלה נעמען פון די אינוועטעישענס, פארברענגען דא אויך, האבן זיי נישט קיין בעסערע דאנגעס ער"ה
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 24, 2014 10:44 am
דורך מטעמים
פארשוין האט געשריבן:מטעמים האט געשריבן:נשמה, לויט דעם פלאן יעצט גייט מען באלד צומאכען דעם אשכול.
פארוואס פרעגסטו?
ווייל דא גייט מען באלד אנברענגען כפרות מיט קאנטרי באקסעס - נישט מער געדאכט. אין פון דעם ביז'ן ווערן נערוועז איז ווי געבן געז ביזען פאהרען.
פון וואס האסטו מער מורא פון די כפרות אדער פון די קאנטרי באקסעס?? ....
גיי נישט אהין. ביידע זענען היילי דענזשרעס.
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 12, 2014 8:34 am
דורך נשמה
איך האב דא איבערגעבויעט. זעהסט. זעהסט די ציגעל, wow, הא הא, הערליך שיין. אויסטערליש עלעגאנט, נייע בענקלעך, מ'זינקט ממש אריין דערין. זעהסט דע טישן? אזוינע טישן אימפארטירט פון וויליאמסבורג.
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 12, 2014 8:47 am
דורך א גראם מיט טעם
פון ווי קומט דער הערליכע פעינטינג אויף דרום וואנט?
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 12, 2014 8:49 am
דורך דמתה לתמר
מיינסט אודאי די קליינע טישעלעך דא ביי די עק, כהאב געמיינט דאס זענען אזאלכע זיצענדיגע שטענדער'ס, כהאב נישט געוויסט אז און ווממב"ס הייסט דאס טישען.
עניוועיס, איך האב א מנהג, ביי מיין ספרים שטובל, אז איינמאל א חודש דרייט מען אלעס ארום אלס התחדשות. דו מיינסט אז דאס מאכט מיר מער זיצען דארטען?
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 16, 2014 3:13 am
דורך dim
עפעס גייט פאר היינט מיט מיר, יאך קאן ניט איינשלאפן קומעך אהער, געטראכט אז דא העט מען רוהיג קענען שלאפן, נשמה שלעפט דאך ארויף פון סטאריזש יעדע פאר וואכן די קויטשעס אין בעטן,
אינגארנישט
איך סקראל אראפדעם פעיזש זעה איך אז צוויי געסט האבן זיך באקוועם געמאכט דא
יא, זעהט אויס אז אפי' אינמיטן נאכט קומען דא אהער געסט,
איך ווארט אין איך ווארט, צוויי מינוט פינעף מינוט אפשר וועלן זיי אוועקגיין, אבער זעהט אויס אז די פאטעלן דא זענען צו באקוועם אזש דעי חברה רירן זיך נישט פון ארט,
אפשר נאכן אויפהענגען דעי צעטל דא וועלן זיי שוין וויסן אז די העירינג האט מען נישט אנגעגרייט פאר זיי
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 16, 2014 12:18 pm
דורך נשמה
איך האב געקויפט נייע טעפלעך זיך צו וואשן צום עסן. די אלטע זענען שוין געווען ראסטיג. אויך האב איך עס אזוי מתקן געווען אז א שפיי וואס מ'שפייט אריין זאל זיך גראד אראפשווענקען משום מעשה שהיה ווען א שפיי האט נישט געהאלטן ביים גיין צום אפלויף, ער האט נישט געהאלטן ביים ווערן פארניכטעט אזוי שנעל, ער איז אוועקגעלאפן אויף נישט ריכטיגע וועגן, אויך האב איך געפיקסט איין קראן וואס מ'האט נישט געקענט פארמאכן ס'זאל אויפהערן רינען שלא בעתו ובזמנו. די קראן האט נאר גערינט גאר א דין שטענדיגער אומאויפהערליכער שטראם פון וואסער.
איך האב אויסגעוואשן דעם פרידזשידער, ס'דארט געווען א שאפינג בעג, ס'איז געשטאנען אז ס'געהערט צו איינעם מיטן נאמען "פריוואט נישט נעמען". דארט איז געווען א בענענע מיט געלע פינטעלעך און א האלבע יאוגערט. איך האב געכאפט א שמועס מיטן בענענע פארציילט ער מיר אזוי, ער איז געבוירן אין שטאט וויזויסעהייסט, ער געווען א העפי קליינע בענענע, שפעטער ווען ער איז גרויס געווארן האט מען איהם אפגעשיקט מיט א טראק צו עפעס א פלאץ מיט קאלעגע חברים און קאזינס, ענדליך האט מיך איינער געקויפט, כ'האב געוואוסט אז איך וועל שפירן זיין ביס, און ווערן קערפול איינגעשלינגען ביי איינעם וואס האט אונז דירעקט יא ליב, אן אוהב בענענעס. וואס אנטלויפט נישט פון זיין מאמעס לערע, אמת טאקע אז זיין מאמע האט אונזער זיידן צעקוועטשט און מכניע געווען אינגאנצן עד לעפר דק, אז ס'זאל אויך פארלירן דעם אזוי איינגעבויגענעם געשטאלט, און צוקומען צום גרעסטן שטאפל פון הכנעה וענוה וביטול, אבער דעם ביטול היש, האב איך זוכה געווען צו האבן אינעם מויל וואס האט שוין געהאט פיהר ציינדעלעך.
דעמאלטץ -פארציילט מיך ווייטער די בענענע, מיט זיין טרויעריגען, אויפגערעגטן, איינגעקוועטשן בליק,- ווען ער האט מיך געקויפט בין איך געווען א שיינער פרייליכע בענענע, מיט מיין הויעכער היטל מיטן שווארצן קאפל דערויף, און ווען דער יעניגער האט מיך אריינגעלייגט דא בין איך מיט הכנעה פאלגעדיג געווארט, און געווארט,
מענטשן האבן געעפענט דעם פרידזשידער איך האב געהאפט אז מ'גייט מיך נעמען, אבער ניין די פרידזשידער איז צוריק געווארן טונקל, און, איך האב מיך ווייטער געזעצט ווארטן איינגעקורטשעט אין מיין ווינקל. נאך זייער לאנג ווארטן האט מען נאכאמאל געעפענט דעם פרידזשידער, אבער,
אבער איך בין געבליבן פארשעמט, איך האב געוואוסט אז נאך אביסל גיי איך טוישן קאליר און דאן וועט מיך קיינער מער נישט דארפן, איך האב אזוי געהאפט אז אפשר וועט מיך איינער נעמען, אבער מ'האט מיך איגנארירט, קיינער האט מיך נישט גענומען, און אוודאי קוק איך היינט אויס אזוי, שווארץ און פארביטערט, קוים דערקענט מען אויף מיר אז איך בין אמאל געווען א בענענע. יעצט פארשטייסטו שוין פארוואס איך בין אזוי אויפגערעגט און פארשווארצט פון צער און עגמת נפש. פארוואס האט מען מיך דא געלאזט? איך האב איהם נישט געקענט ענטפערן, וואס פארשטיי איך?
אויך איז דארט געווען א האלבער באטל וואסער אמאל געווען סעלצער.
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 16, 2014 1:02 pm
דורך AHA
נשמה דו ביזט ציקער זיס.