בלאט 1 פון 1
זענען קליידער געשעפטן אחראי אויף די קליידער?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 18, 2014 10:03 pm
דורך נישט
נא, הייבסט אן כ'ווארט צו הערן אייער מיינונג
יא! אייך מיין איך טאקע
נו, הייבט שוין אן!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 18, 2014 10:05 pm
דורך הרבטייטעלבוים
יא
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 18, 2014 10:07 pm
דורך נישט
הרבטייטעלבוים האט געשריבן:יא
מקור ביטע
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 18, 2014 10:13 pm
דורך הרבטייטעלבוים
לכתחילה האט איר געבעטען אמיינונג, דאס האב איך ב"ה..
יעצט בעט איר א מקור איז דאס ווייס איך נישט.
עכ"פ מיין מיינונג איז, אז אנד'יש ווי ביי סעל פאנס וואס מען קען ניצען יעדען טעלפון אויף א כשרע וועג אויב דער מענטש וויל, איז פארהאנען געוויסע קליידער און די היימישע געשעפטען וואס האט נישט א מורה הוראה וואס זאל עס מתיר זיין, און עס איז נישט דא קיין אויפןמ עס צו ניצען בהיתר, ממילא אויף די סארטען קליידער זענען זיי אחראי נישט ארייצוברענגען.
איך רעדט נישט פון הידורים און צניעות וואס דאס זענען זיי [לויט מיין מיינונג] נישט אחראי, איך רעדט פון די געשעפטען וואס פארקויפען קליידער אביסל אנדריש ווי הלכה פארלאנגט.
פארגעסען א נקודה איך בין נאך קיינמאל נישט געווען און א קליידער געשעפט, אלעס וואס איך שרייב איז נאר מפינ השמיעה און נישט דייקא פון קראנטע מקורות
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 18, 2014 10:17 pm
דורך נישט
WOW א דילאניער קלארקייט וואו אלעמאל
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 18, 2014 10:19 pm
דורך שמעלקא טויב
מעג מען פארקויפן נבילה אין מאנסי?
פון איינע פון די אדמורי"ם האט א אידענע געפרעגט צו זי מעג פארקויפן קליידער וואס זענען נישט אויסגעהאלטן בהלכות צניעות, האט ער איר געענטפערט מיט א שאלה: איר האט שוין געהערט פון דעם ___ ______ פון מאנסי וואס האט פארקויפט נבילה? וואו איז ער היינט? אין עפעס א שאול תחתית רח"ל, מכשיל געווען אזויפיל אידן. האט דער רבי געשריגן: דער שאול תחתית פארן פארקויפן קליידער וואס זענען מכשיל אידישע קינדער איז פיל פיל ארגער רח"ל!!!!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 18, 2014 10:24 pm
דורך הרבטייטעלבוים
שמעלקא טויב האט געשריבן: דער שאול תחתית פארן פארקויפן קליידער וואס זענען מכשיל אידישע קינדער איז פיל פיל ארגער רח"ל!!!!
די שאלה איז וואס הייסט קליידער וואס זענען מכשיל, למשל א שייטל אנשטאטס א שפיצעל? ניין..
ממילא כל זמן אז עס דא רבני וואס פסקענען אז מען מעג גיין אפי פון א אנדערע קרייז, קען מען לכאורה נישט זאגען [לפי מיין מיינוג] אז זיי זענען אחראים, חוץ קליידער וואס גייען ארויס פון גדרי הלכה והצניעות לכו"ע.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 18, 2014 10:26 pm
דורך שמעלקא טויב
הרבטייטעלבוים האט געשריבן:שמעלקא טויב האט געשריבן: דער שאול תחתית פארן פארקויפן קליידער וואס זענען מכשיל אידישע קינדער איז פיל פיל ארגער רח"ל!!!!
די שאלה איז וואס הייסט קליידער וואס זענען מכשיל, למשל א שייטל אנשטאטס א שפיצעל? ניין..
ממילא כל זמן אז עס דא רבני וואס פסקענען אז מען מעג גיין אפי פון א אנדערע קרייז, קען מען לכאורה נישט זאגען [לפי מיין מיינוג] אז זיי זענען אחראים, חוץ קליידער וואס גייען ארויס פון גדרי הלכה והצניעות לכו"ע.
איז דא א רב וואס פסק'ט אז מ'מעג גיין אין רויטע מלבושים?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 18, 2014 10:27 pm
דורך הרבטייטעלבוים
כמיין אז נישט [לפי ידיעתי] או כהאף אז מען פארקויפט טאקע נישט..
עכ"פ אויף דאס אד"ג זענען זיי אודאי (למ"מ) אחראים
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 18, 2014 10:35 pm
דורך מאנ-יימער
קלאר אז יא, דער קליידער געשעפט איז אחראי אויף די קליידער פונקט ווי די עלעקטאראניק געשעפט איז אחראי אויף די עלעקטאראניקס וואס ער פארקויפט, אויב ווערט די סחורה שאדן אדער פארלוירן איז עס זיין אייגענע אחריות און ער קען צו קיינעם קיין טענות האבן.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 18, 2014 11:01 pm
דורך נישט
מאנ-יימער האט געשריבן:קלאר אז יא, דער קליידער געשעפט איז אחראי אויף די קליידער פונקט ווי די עלעקטאראניק געשעפט איז אחראי אויף די עלעקטאראניקס וואס ער פארקויפט, אויב ווערט די סחורה שאדן אדער פארלוירן איז עס זיין אייגענע אחריות און ער קען צו קיינעם קיין טענות האבן.
מאני, נאך איין ווארט פאנג איך צומעקן תגובות
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 18, 2014 11:54 pm
דורך א גראם מיט טעם
אויב האב איך א גראסערי מעג איך פארקויפען פראדוקטען וואס האבען נישט קיין היימישען הכשר,נאר פון די או.יא. ?
פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 19, 2014 12:50 am
דורך מילכיגער
שמעלקא
ס'וואלט עכט נוצליך געווען ווען די עמאציעס שטייען נישט אין וועג פון דעם אמת. פינקל איז א חוטא ומחטיא פארן מכשיל זיין בלא יודעים און זיי גיבן פלייש וואס זיי האבן געגעסן מיינענדיג אז ס'כשר. א קליידער געשעפט פארקויפט א זאך וואס 1)קען זיין כשר פאר א צווייטן 2) קען ווערן געכשר'ט און בעיקר 3) מיט די פולסטע ידיעה פון דעם קונה.
יא! קענסט נוצן אויסדרוקן פון עתיד ליתן את הדין וכו' ווער רעדט נאך אז ער איז א מסית צו אנטון דייקא אסור'דיגע זאכן אבער אויף די אופן וויזוי דו זאגסט עס איז פלעין נישט ריכטיג.
אה פאר איך פארגעס. כך שמעתי מאחד מגדולי פוסקי דורנו שליט"א
פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 19, 2014 12:56 am
דורך מטעמים
א קלייד וואס האט א אויסגעשניטענע האלז אבער מען קען אנטוהן אינטער דעם א שעל, אזא קלייד מעג מען פארקויפען אדער נישט?
מ'גייט נאכאמאל מאכען דעם קאנטעסט ווער עס קען ווייזען די מערסטע פרומקייט???
נו געגאנגען....
פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 19, 2014 12:32 pm
דורך ביבער היט
נישט האט געשריבן:נא, הייבסט אן כ'ווארט צו הערן אייער מיינונג
יא! אייך מיין איך טאקע
נו, הייבט שוין אן!
פארוואס זאל ער נישט זיין אחראי פארן העלפן אידישע טעכטער גיין שלא בצניעות, ווי וואלט דער סתם המון געקויפט אומאויסגעהאלטענע בגדים ווען די סטאר שטעלט נאר צו כשרע בגדים
איך פארשטיי נישט די פראגע
פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 19, 2014 12:47 pm
דורך נישט
דארט וואו זייער אסאך קויפן ביז יעצט
און אלע גויאישע מאללס, וכו וכו
פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 19, 2014 2:10 pm
דורך לכתחילה אריבער
מילכיגער אין זענען סעלפאן געשעפטן אחראים אויף פילטערס? אשכול האט געשריבן:מי חכם. נאט אייך א גרינס.
בס״ד פונקט יעצט געלערנט א משנה אין שביעית
ואֵלּוּ כֵלִים שֶׁאֵין הָאֻמָּן רַשַּׁאי לְמָכְרָם {ו} בַּשְׁבִיעִית, מַחֲרֵשָׁה וְכָל כֵּלֶיהָ, הָעוֹל, וְהַמִּזְרֶה, וְהַדֶּקֶר. אֲבָל מוֹכֵר הוּא מַגַּל יָד {ט} וּמַגַּל קָצִיר, וַעֲגָלָה וְכָל כֵּלֶיהָ. זֶה הַכְּלָל, כָּל שֶׁמְּלַאכְתּוֹ מְיֻחֶדֶת לַעֲבֵרָה, אָסוּר. לְאִסּוּר וּלְהֶתֵּר, מֻתָּר:
אה. אלעס קען מען טרעפן אין די תורה. א אפענע משנה אז די איסור לפני עוור מיטן פארקויפן א חפץ וואס מטוט דערמיט איסורים איז נאר ווען די חפץ איז מיוחד לעבירה. (און אויך דעמאלס נאר דרבנן). טאמער נישט (דהיינו מקען טון סיי איסורים און סיי מותרים) איז מותר לכתחלה
וואסי נאך שייך צוצולייגן?