בלאט 1 פון 1
האט יעדער געזאגט ביי ביי ?
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 01, 2007 1:25 pm
דורך איזאק
דאכט זיך מיר אז יא, סאו וואלט געווען א שיינע זאך
אז יעדער זאל עפענען אן אייגענע ביי ביי אשכול, ווי מוועט זיך קענען אפיציעל געזעגענען מיט קאלטע טרערן און הייסע וואדקע
און שוין.... יאנאש זאל ארויפלייגן א גרויסע נאמבער שלאס, און יאלא, עסטא לעוויסטא.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 01, 2007 1:28 pm
דורך זארעכפעפער
עסטא לעוויסטא פארמינקא דזשאברא. טינקא מינקא סירא? דזשע פענקסאל נאמלינא שזדזשיניפילא!
ס'נישט אזוי געפערלעך ווי דו שטעלסט דאס אראפ. איך זאג נישט, געפערלעך איז עס, אבער נישט אזוי געפערלעך... אמת?
ס'קען זיך מאכן ביי די שענסטע משפחות און קרעטשמעס...
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 01, 2007 1:53 pm
דורך צייטליך
האללא האללא, כ'בין דא, דא ביי די טיש, זעסט נישט ? אה, שוין, בקיצור, כ'בין דא אביסל פארנימען, העמער שפעטער רעדן, יא ?
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 01, 2007 4:31 pm
דורך קרעמער
און איך... ליידער... בין צוריק צום אלטמאדישן דיילאפ, וואס משותלח האט גענוצט צו אימעילן נח איבער די פונקטליכע לאקאציע פון למך'ס צווייטע חתונה.
פארשטייט איר שוין וואו איך בין לעצטנס?
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 01, 2007 4:49 pm
דורך דרך אגב
נישט קיין תירוץ, האנדל דיך איין כשרע נעצים און כאפ אריין דעם עולם. מיט דיינע בליציגע באשרייבונגען.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 01, 2007 5:27 pm
דורך קרעזי
עסטע לאוויסטא? דע דאנדע עסטא אוסטעד? פאר קע נא עסטע לועגא או עסטע מאניאנא?
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 01, 2007 5:45 pm
דורך איך_הער
אז מ'שפעטיגט אמאל, מיינט עס דען ביי ביי?
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 01, 2007 7:04 pm
דורך דרך אגב
קרעזי, ביסט אינגאנצן משוגע געווארן?...
כ'מיין וועלכע שפראך רעדסטו דארטן?.....
כ'פארשטייניש קיינייווארט....
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 01, 2007 9:24 pm
דורך מיללער
קרעזי,
פענדעכאו פארקע טו האבלא איספאנאל? טו לאקאו? לאס פערסאנאס אי עסטע פורמא נא קאפרענדא איספאנאל אמיגא, סאלא ענגלעס אי הודיא
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 01, 2007 9:51 pm
דורך יענטאאש
שמיגא דיגא באלא קאלא גאלאגאלאגאךא......
עטס פארשטייטס נישט וואס עס גייט פאר, ס'איז גאנץ פשוט, 'יענטאאש' איז דא, און די מענטאליטי פון די קרעטשמע נאך פונעם גרינדונג איז, אז ווען יענטאאש איז דא, איז די קרעטשמע שטיל....
איך סטראשע נישט, איך זאג נאר א פאקט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 02, 2007 2:52 am
דורך לאקשען ברעט
יענטאאש טייערע ,
נישט געזארגט ס'איז נישט דיין שולד , עס איז שוין אזוי די גאנג אין די קרעטשמע אז עס איז דא צייטען ווען די קרעטשמע סטאקס איז הויעך אין עס איז דא צייטען ווען עס גייט אראפ , עס איז נאר נארמאל , אזוי גייט עס , ענד ווי העב טו ליב וויט איט
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 02, 2007 9:46 am
דורך יאנאש
יאנאש לייגט נישט שלעסער נערגעץ, עס איז שטיל ווייל עס איז זומער, דער עולם איז אויף וויקאציע, איך פערזעהנליך קום אויך הערשט איצט צוריק, ארבעט איז דא איבערן קאפ, צייט האב איך אויסגענוצט ביים וויקעישאן און כאב נאך נישט געהאט צייט אנצופילן דעם פריפעיד צייט קארטל, סאו טעיק איט איזי גייעס, און הערט אויף ריידן ספאניאלע יאנאש שטייט נישט קיין ווארט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 02, 2007 2:20 pm
דורך מאשקע
אקעי, איינער זאל מיך ביפען גלייך נאך זומער. מיט דאנק.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 06, 2007 11:49 am
דורך איזאק
איך גיי דיך יעצט ביפען מאשקע...
די קרעטשמע האלט ביי גסיסה שטאפלען...
מבעט די געסט נישט צו זיין פארצווייפעלט...
ליינטס די ארכיוון און האטס הנאה...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 06, 2007 1:27 pm
דורך יאנאש
טעיק איט אזי, עס איז שוין אן אלטער מנהג אז מען שטייט אויף פארטאגס שלאגן, אוי וויי וואס רעד איך דא, עם עם יא, עס איז שוין אזו איינגעפירט משנים קדמוניות ושם נעבדך ביראה, אוי שוין ווייטער, עם אז יעדע שטיק צייט ווערט דא שטיל, אמאל איז עס וועגן זומער, אמאל וועגן די הייליגע טעג, אמאל סתם אזוי, אבער לא ינום ולא יישן פלעגט דאך דער רבי וויינען, מען דרימלט אמאל נא זעמער דאך יומען ביאינגס, האט נישט מורא מען שלאפט נישט איין אויף אייביג.
טעיק איט איזי פעילאס.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 06, 2007 2:38 pm
דורך איזאק
נחמתני יאנאש נחמתני
פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 07, 2007 2:08 pm
דורך איך_הער
איזאק ווער פארלוירן פון דא א טאג צוויי, וועסטו גוט זעהן אז די אשכולות פילן זיך אן, אז מ'זיצט דא צו לאנג אין א ציה, קען עס אפשר אויס קוקן ווי פארשלאפן.