פייערדיגע מחלוקת אין קהילת קורווענע
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 15, 2014 4:20 pm
ס׳איז א ביטערע געלעכטער אבער קיין שום קהילה היינט פון די גרעסטע ביזן קלענסטן איז נישט ריין פון אינערליכע רייבערייען. קליינע שולעכלעך ווי מ׳דארף אריינרופן א צענטן צום מנין קריגט מען זיך מי בראש, אפילו אין אפגאניסטאן האבן די צוויי אידן נישט געקענט זיך דורכקומען.
קהילת קורווענע -אדער ווי אנדערע שרייבן עס קורוונה- אין די שטאט גוש דן, האט ווארשיינדליך אויך געוואלט א שטיקל פונעם טארט, און א פייערדיגע מחלוקת האט אויסגעבראכן נאכדעם וואס דער מנהיג הרה״צ ר׳ יחיאל מיכל לנדא שליט״א איז אריינגעשטעלט געווארן און א נוירסינג האום אין קען מער נישט ווייטער אנפירן מיט די תהליכי הקהלה ציליב זיין שוואכע געזינטהייט צושטאנד.
טראץ דעם וואס קארווענע האט נישט קיין גאנצע אכציג נעמען אין זייער אנשי שלומינו ביכל, און די גאנצע מלוכה באשטייט פון א אלטע ביהמ״ד מיט א נאכט כולל, איז די ברודער קריג אין ׳פול גיער׳ ווי די צוויי זין פונעם רבי׳ן פארמעסטן זיך ווער ס׳זאל זיין די קומענדע מלך אביון.
איך פערזענליך האב קנאפ שיכות מיט קארווענע, אבער אזוי ווי איך פאר אניואל אויף דאטשע אין מלון רעננים - א האטעל אין גוש דן, האב איך מיך אביסל באקאנט געמאכט מיטן עולם דארט און מיט די צוויי בעלי דינים. וועל אראפשרייבן לויט וואזוי איך האב געהערט פון מיינס א באקאנטער פון דארט וואס מישט זיך נישט (עכ״פ אזוי זאגט ער) און האט נישט קיין איינזייטיגע מיינונג אין די סאמאטוכע.
די רעדע איז פונעם רבין׳ס בכור ר׳ בערצי -דער נאטורליכע יורש- וואס איז זייער א איידעלער און שטילער, ער האט קיינמאל זיך געמישט אין קהילה ענינים, און בכלל האט ער ווייניג פארקער מיט מענטשן. זיינע שטיצער - וואס באשטייט פון די מער עלטערע און באזעצענע חברי הקהלה - טייטשן אים אויס אלס א דערהויבענע איד וואס האט כמעט נישט קיין שיכות מיט עולם הזה. ווידערום זיינע קעגנער זאגן שטילערהייט אז בערצי לייט אויף די נערווען און מ׳דארף דרינגענד טרעפן א האום פאר אים אויך.
פון די צווייטע זייט די דריטע זון ר׳ ענזיל שמעי׳ וואס האט דער גרעסערע טייל פון די יוגענט אויף זיין זייט. ר׳ ענזילע - ווי מרופט אים בלשון חבה - איז גאר א טעטיגע יונגערמאן, און האט אפילו אין די געזינטע יארן געהאלפן פירן דאס רעדל אין ביהמ״ד, אויסגערופן די עליות, געטיילט כיבודים אא״וו. אזוי אויך האט ער געדינט אלס זיין פאטער׳ס אומאפיציעלע גבאי אלץ געשטאנען הונטער זיין בענקל, געווישט די פדיונות, און פארשטייט זיך געהאט די דעה צו וועלעכע רבי׳שע שמחה די טאטע זאל גיין.
ר׳ ענזילס פארברענטע חסידים (אדער ענזיל׳ס באדיס ווי די אנדערע זייט רופן זיי) ווייזן אן אויף זיין געוואלדיגע מידת החסד, ר׳ ענזיל שמעי׳ איז אויף די וועד פון נישט ווייניגער ווי זיבן ארגענעזאציעס און אסאך מענטשן רעדן זיך אדורך מיט אים און ווייזן אים צו ׳זאכן׳. ״מ׳דארף האבן א מענטש צווישן מענטשן״ טענה׳ן זיי. ״א ספר תורה באלאנגט אין ארון הקודש נישט אויפן כסא ההנהגה״ אייסערן זיך די ענזיילים.
די באשוואוירענע בערציינים באטיטלען אבער ענזיל שמעי׳ אלץ א פראסטע פויער, א הוילע שטרוי-זעקל, איינער וואס פארשעמט זיינע גרויסע זיידעס און איז נישט ראוי צו זיין א מנהיג, ״איך געדענק אים נאך פון ווען ער איז געווען א עלעף יאריג יונגל״ זאגט זיין קעגנער דער ראש הקהל ר׳ סענדער גרידר ״איך האב אסאך צו פארציילן״ לייגט ער צו מיט א בליק וואס זאגט ״איך האב מער פון וויפיל איך לייג אראפ״
דערווייל דאווענען ביידע אינעם גרויסן קארווענע ביהמ״ד די מצב איז אנגעצוויגן ווי א פאס פולווער מאמענטן איידער עס רייסט אויף, איך וועל אפדעיטן דעם עולם ווי נאר איך האב מער.
אאאפס ראנג פורום.