בלאט 1 פון 1

***שערוריה אין וויליאמסבורג***

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 10, 2014 12:07 pm
דורך שמעלקא טויב
טייערע ברודער תושבי אייוועלט,

איר קענט מיר שוין געניג לאנג (אויב נישט קוקט בעסער אויפ'ן בילד ביז איר דערקענט מיר) און איר ווייסט אז אין חודש אלול מאך איך נישט קיין לצנות, כ'שרייב נישט סתם אזוי שערוריה'ס אויף שערוריה'ס, ס'טוט מיר נאר וויי אז ס'איז א שרעק!

שטייט א צובראכענער אינגערמאן אין איינע פון די קלענערע בתי מדרשים אין וומסב"ג, ס'איז שוין שפעט אויפדערנאכט, ער איז דער איינציגער אין ביהמ"ד, ער גייט צו צום שאנק וואו עס ליגן די שו"ע'ס, די גרויסע אלטע הלכות שבת בענדער, ער וויל ארויסנעמען א שו"ע און זיך לייגן אריבער דעם אבער ואיננו, עפעס א "גוטער" מענטש האט באשלאסן אז דער ביהמ"ד קען נישט זיין אזוי "אלד פעשאנד" און ער האט באשלאסן צו קויפן נייע שו"ע, שענערע בענדער אין א קלענערע פארמאט.

דער אינגערמאן שטייט פארקלעמט, אוי וויי, וואס וועט דא מיט מיר זיין? וועלעך טאקע דארפן מופען אויף בלומינבערג, איבערלאזן דעם באליבטן שטאט וומסב"ג (חן מקום על יושביו)? ער איז ממש פארקלעמט!

הערט און שטוינט, ס'איז נישט קיין לצנות, דער אינגערמאן איז מיר א נאנטער קרוב (כ'וועל קיינעם נישט איינרעדען אז איך בין עס געווען) און ער האט דאס מיר כמ"פ דערציילט. ער וואוינט אין א הערליכע לופטיגע לעכל וואס איז געניג גרויס צו לייגן דערין אפאר בעטן און בענקליך, די פראבלעם איז אז ער האט נישט געניג פלאץ צו לייגן שלאפן זיינע לעכטיגע קינדערליך, לייגט ער יעדע נאכט שלאפן זיינע קינדער אויף זיין בעט און ווען ער קומט אהיים שפעט ביינאכט און זיי שלאפן לייגט מען זיי אויף א געלעגער (נד"נ) וואס מ'מאכט אין האלוועי אדער וואו ס'יאז דא פלאץ.

די פראבלעם איז וואס רופט זיך אין אמעריקא growth pain, זיין גרויסער איז גרויס געווארן און גייט שוין שלאפן שפעט. אויך קען ער נישט אזוי שנעל איינשלאפן, וואס טוט מען דא? פלאץ וואו צו זיצן אין הויז ביז דער גרויסער אינגעל שלאפט איין איז נישטא, א קאוטש מאן דכר שמיה. ביז ער האט זיך אן עצה געגעבן, ער גייט אריין אין יענע ביהמ"ד יעדע נאכט, נעמט ארויס די אלטע הלכות שבת שו"ע און עפענעט עס פונקט און דערמיט און ביז אפאר מינוט שוועבט ער אין העכערע ספערן...

(ער זאגט מיר אמאל: א שאד אז כ'האב נישט קיין פלאץ צו לייגן אויפ'ן טיש אפאר אזאליכע, מיינע קינדער וואלטן פיין געשלאפן דערויף...)

למעשה האט דער וואס מיינט אז ער פארשטייט אז מ'דארף האבן נייע ספרים אין ביהמ"ד אים גוט געפיקסט, נישטא מער די גרויסע שו"ע'ס און ער וועט זיך מוזן איינגעוואוינען צו שלאפן אויף עפעס א דינטשיק גמרא, אפשר א בבא בתרא גמרא וועט זיין עטוואס בעסער ווי גארנישט, אבער קען מען עס דען צוגלייכן צו די אמאליגע אלטע גרויסע שו"ע???

טייערע אידן: דער אינגערמאן איז באמת אויף צרות, ער איז א נארמאלע מענטש ווי אלע מענטשן, און ער זאגט מיר: נאך צענדליגע אדער הונדערטער דרייען זיך ארום יעדע נאכט אויף די גאסן, נישט יעדער גייט אריין אין ביהמ"ד שלאפן, אסאך גייען ארום ליידיג רח"ל אויף די גאסן.

מ'דארף עפעס זעהן צו טוען, מ'דארף זיך אויפהייבן אין זיך אוועקציען פונעם טייערן ברוקלין, קענען מיר דען אלע דריווען א לעקסוס?

און ווער עס האט א השפעה זאל אנרופן דעם גבאי אין יענעם שוהל און בעטן ער זאל צוריקלייגן די אלטע שו"ע, כאטש אויף די אונטערשטע שעלף אז די וואס קענען נישט שלאפן אין שטוב זאלן האבן וואו זיך ארונטערצולייגן דעם קאפ!

העלפט ביטע!

(דיסקלעימער: די שערוריה דא האט גארנישט מיט שערוריה אין מאנסי, יענס וועט בעז"ה ווערן אסאך שנעלער מסדור כפי הנראה, די דאזיגע זעהט אויס ווי א לענגערע פארווייטאגטע מעשה)

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 10, 2014 12:16 pm
דורך משה יענקל
יוש!!!!!!

שמעלקא! נעם אראפ די פעדער פון דיין שו"ע און לאז דעים אינגערמאן שלאפן דערויף!!



:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 10, 2014 12:19 pm
דורך מילכיגער
יויש איז דאס ביטער.

יעצט פארשטיי איך די אלע שפעטע מנינים שחרית. די אלע לייגן זיך שלאפן ווען זייערע בחורים שטייען אויף פארטאגס און ליידיגן אויס די בעטן...

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 10, 2014 12:22 pm
דורך מאנ-יימער
הערנדיג פונעם שערורי' האב איך זיך פארבינדן מיט משמש פון יענעם שוהל צו הערן זיין צד, ס'איז נישט אזוי פשוט ווי דו מאכסט עס און זיכער שטעקט נישטא קיין שום רשעות.
ער זאגט אז די פראבלעם איז געווארן אז די ציבור וואקסט ב"ה און ער האט שוין פשוט נישט קיין פלאץ פאר די אלע גרויסע שו"ע, ווען מ'רעדט ווען פון אייגענע מענטשן וואס ניצן דארט די מקוה און טרינקען קאפי וואלט ער נישט געהאט קיין ברירה ער מוז דאך צושטעלן פאר די אייגענע, אבער למעשה רעדט מען פון מענטשן וואס ביז היינט זענען זיי געשלאפן אין אנדערע שוהלן און ווען די שמשים דארט האבן איינגעטוישט די שו"ע קומען זיי אהער זיך אנלייגן דא, אויף דעם איז ער שוין נישט מחויב זיך מוסר נפש צו זיין.
למעשה זאגט דער שמש אז מען האלט אינמיטן צוזאמשטעלן א וועד השמשים וואס זיי גייען זיין געשטעלט דערויף און דן זיין ביי יעדע פאל עקסטער אין וועלכע שוהל יענער קען שלאפן און אויב וועט אויספעלן וועט מען צווינגען א שמש אריינצונעמען יענע איד

ביזעדערווייל בעט ער דער עולם זאל זיך משתתף זיין מיט די הוצאת הנעגל וואסער וואס גרייכט הויכע סכומים.

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 10, 2014 12:52 pm
דורך שנאפס
אבי דער ביהמ"ד האט זיך נישט אינגאנצן פארמאכט...

וואס ענטפערט דער שמש? ער דרייט ארום מיט תירוצים אדער ער זאגט דעם אמת אין פנים?

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 10, 2014 1:13 pm
דורך נשמה
שמעלקא
א בעסמעדרעש איז נישט קיין פארטיי
האסט געהערט?

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 10, 2014 1:26 pm
דורך קרעפטיג
שמעלקא, גוטע איידיע פון א שלאף פלאץ, וואלט מיר קיינמאל נישט בייגעפאלן, פליז גיב אדרעסן וואו ס'איז נאך עוועילעבעל.

מאן-יימער, האסט מיר געקאסט אן אויסקראך.

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 10, 2014 1:42 pm
דורך נישט אלעס איז אמת
מאן-יימער
ס'דארף זיין געפילטערט?

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 10, 2014 2:03 pm
דורך ידיד
שמעלקא, איך בין גראדע באקאנט מיט דעם קעיס. די סיבה פארוואס דער אינגערמאן גייט שלאפן אין שול איז נישט ווייל ס'איז נישטא קיין פלאץ אינדערהיים, נאר וויבאלד ער האט זיך נישט צוגעשטעלט און נישט אויסגעפאלגט די תקנות ביי אים אינדערהיים האט מען נאך עטליכע מאל ווארענען אים געמוזט ארויסווארפן. און דער שמש טענה'ט מיט רעכט אז ער איז נישט מחויב אנצונעמען די אפפאל וואס מען האט געווארפן פון אלע הייזער.

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 10, 2014 2:06 pm
דורך ענדע צדיק!
הע? א שמעלקא געשרייבעכץ אין פארברענגען?


ממש א שערוריא..

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 10, 2014 2:06 pm
דורך שמעלקא טויב
שנאפס האט געשריבן:אבי דער ביהמ"ד האט זיך נישט אינגאנצן פארמאכט...

וואס ענטפערט דער שמש? ער דרייט ארום מיט תירוצים אדער ער זאגט דעם אמת אין פנים?


יעדער שיקט צו א צווייטן, ס'איז ממש עק וועלט

נשמה האט געשריבן:שמעלקא
א בעסמעדרעש איז נישט קיין פארטיי
האסט געהערט?


די ביהמ"ד איז גרייט ווייטער צו געבן גרויסע שו"ע'ס, די פראבלעם איז דער איין פארשטייער.

קרעפטיג האט געשריבן:שמעלקא, גוטע איידיע פון א שלאף פלאץ, וואלט מיר קיינמאל נישט בייגעפאלן, פליז גיב אדרעסן וואו ס'איז נאך עוועילעבעל.

מאן-יימער, האסט מיר געקאסט אן אויסקראך.


איך וואלט נישט ארויסגעגעבן קיינע נעמען איידער איך מאך זיכער אז דארט זענען דא פון די גרויסע שו"ע.

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 10, 2014 2:10 pm
דורך לכתחילה אריבער
שמעלקע, עס האט גארנישט מיטן שמש. בלומבערג איז געווען זייער קעגן שלאפן אזוי ווייל עס איז נישט געזונט! ע"ע זאלץ און קולעי וואסער. עס ברענגט א הויקער טענה'ט ער.

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 10, 2014 2:19 pm
דורך אפציער
פארוואס גייט ער נישט שלאפן אין זיין אדעסי?? מען זאגט אז די מיני ווענס זענענן ע"פ רוב גרעסער ווי די דירות..

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 10, 2014 2:20 pm
דורך הערליך
ש מ ע ל ק א ! ! !

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 10, 2014 2:20 pm
דורך שמעלקא טויב
אפציער האט געשריבן:פארוואס גייט ער נישט שלאפן אין זיין אדעסי?? מען זאגט אז די מיני ווענס זענענן ע"פ רוב גרעסער ווי די דירות..


כ'האב אים גראדע יא געפרעגט, זיינט ענטפער ציפט:

"כ'קען נישט אראפלייגן די פראנט סיט, אין די בעק ליגט מיין לאנדרי בעסקעט מיט וואס כ'גיי אין לאנדרי צוויי מאל א וואך".

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 10, 2014 6:00 pm
דורך לאדיךארויס
שמעלקא טויב האט געשריבן:איר ווייסט אז אין חודש אלול מאך איך נישט קיין לצנות

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 10, 2014 6:16 pm
דורך green
שמעלקע בתוקפו

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 10, 2014 6:17 pm
דורך פליגל
שמעלקא!!!!

ידיד!!
יימר!!

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 10, 2014 7:02 pm
דורך חסידישער יוד
כ'האף אז עכ"פ אום אלול לייגט זיך קיינער ניט שלאפן אויף א ספר ח"ו.


--------------------



ייש"כ ר' שמעלקא!
איך האב אלץ פארשטאנען אז די בילד איז פון החסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה. אקעי גוט צו וויסן.

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 10, 2014 7:33 pm
דורך כרם
מאנ-יימער האט געשריבן:
ביזעדערווייל בעט ער דער עולם זאל זיך משתתף זיין מיט די הוצאת הנעגל וואסער וואס גרייכט הויכע סכומים.

איך געב חודש תשרי
מ'בעט די עולם זאל זיך ווארעם אנרופן

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 10, 2014 9:09 pm
דורך כמעט
שמעלקא גוט ;l;p-

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 11, 2014 8:51 am
דורך פאליש'ל
כאכאכא נאדיר א גרינע
נאדיר אפאר
געטס עם גרינע

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 14, 2014 1:27 pm
דורך משה קארנפעלד
קוצקאץ!

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 14, 2014 5:03 pm
דורך נשמה
נשמה שרייבט שכח.

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 25, 2014 8:26 pm
דורך ניק ניק
ביטער געלעכטער