בלאט 1 פון 1
כ'קען ענק טאקע נישט איבערלאזן אפילו פאר איין טאג?
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 31, 2007 12:23 pm
דורך מאשקע
איך פארשטיי ענק אינגאנצן נישט. אז איך גיי אוועק פון דא פאר איין טאג, איז שוין טאקע הפקר וועלט? באמת, ס'גייט מיר נישט אין קאפ! ס'ארא מין אומדערהערטע חוצפה? כ'קום אריין יעצט אין קרעטשמע אריין, און כ'זעה אז פון נעכטן ביז היינט איז געווען בערך זיבן תגובות. פון א פערטל צו צען פארטאגס ביז יעצט איז נאכנישט געווען קיין איין תגובה דארט! כ'מיין באמת, קען מיר עס איינער מסביר זיין? ענק זענען קינדער? כ'קען ענק נישט איבערלאזן אמאל מיט א סאבסיטוט? כ'מיין, איזאק איז דאך דא געווען, איא? פארוואס האט מען נישט געקענט שרייבן געהעריג כאילו לא חיה?
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 31, 2007 12:30 pm
דורך איזאק
וואס האב איך געקענט טאן ? איך בעט דיך שלאג מיך נישט, אהההה לייג אראפ דעם קאנטשיק, גלייב מיר כהאב מיך געבעטן ביי זיי, כהאב אפילו ארויפגעברענגט דעם שששששששש אשכול, כהאב געהאפט אפשר וועל איך כאטשיג הערן איינעם כראפענען, אבער גארנישט, זיפ, זילטש, נאטא, נול, מהאט מיך געהארכט ווי דער קאטער
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 31, 2007 12:37 pm
דורך מאשקע
פארענטפער דיך נישט מיט קיין טשיקן-זופ אדער מיט די נאטא קרעפטן, און מיש נישט אריין דעם שוואכן קאטער אין דעם. פארשטאנען?
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 31, 2007 1:08 pm
דורך דרך אגב
כ'מיין כ'פארשטיי נישט, וויזוי טוסטו דאס? אזוינס? ....... אונז איבערלאזן? אן זאגן א גוטן טאג........
אן זאגן סי יו........ אן איבערלאזן עפעס אגוטע זאך?............אן אונז אנווארענען מיט גוטן אז אונז זאל מיך זיך גוט אויפפירן..........
אן שטרענג אנזאגן...........אז אונז זאל מיר זיין וואויל............עםםםם כ'מיין ווי איז דו אחריות?
דו ווייסט וועלכע לעבן אונז האבן געמאכט....מיט די סאפסעטוט.......... ער האט אונז געטרייט צו סטראשענען.........אבער עס האט געהאלפן ווי אויף טויטע באנקעס.
אקיצור מען האט געמאכט א לעבן... ער האט אויסגערופן אלע נעמען פון די צעטל......... און א יעדער האט געהאט אנדערע נעמען...
צום ביישפיל ער פרעגט .......דרך אגב? רוף איך מיך אן......ער איז נישט דא יעצט.... ער איז אוועקגעפארן מיט א פליגער........
פרעגט ער וואס?.. אםםםם..ער איז משפחה מיט די .......שריי איך הויעך אםםםם יא...ניין.....כ'מיין אזוי.....כ'ווייסניש........
פרעגט ער וויזוי איך הייס? זאג איך אז איך בין נאר א זומער אינגל.......בקיצור
איך האב שוין נישט קיין געדולד... אלעס פונקליך איבערצוגעבן... א צווייטער קען איבערנעמען.
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 31, 2007 1:26 pm
דורך מאשקע
קינדערלעך, ווער האט צעריסן מיין קאנטשיק? דער דאזיגער חצוף זאל שנעל אויפהייבן די רעכטע האנט!
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 31, 2007 1:43 pm
דורך איזאק
יא פרעג גארנישט מאשקע... מהאט געהאט געמאכט האלאפצעס פון מיר...פשוט געלאכט אין פנים...
איך פרעג איינעם וויזוי הייסטו.. זאגט ער קיילי... און ער ווייזט מיר א טשעק בוך... פשוט געטריבן קאטאוואס...
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 31, 2007 1:57 pm
דורך צייטליך
מאשקע, אויף מיר שריי נישט, איך בין נעכטן נאר דא געווען א האלבע טאג.. כ'האב געהאט אן עפוינטמענט..
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 31, 2007 3:06 pm
דורך יגרסהדותא
מיר אויך נישט, איך בין געווען אין באנק..
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 31, 2007 3:48 pm
דורך abimlaibt
מיך אויך נישט איך בין יא דא געווען...
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 01, 2007 10:37 am
דורך דרך אגב
איזאק, יוא האביך געלאכט.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 01, 2007 1:40 pm
דורך לחיים ולברכה
מאשקע, מה אומר ומה אדבר, כ'ציטער.......... יוי.....ניין.........נישט איך נישט איך..........
דער קאנטשיק................ יויייייייייייייייייייייייי....................... ניין.......................רבי...... לאמיך אפ.................
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 01, 2007 1:42 pm
דורך מאשקע
נו, ווער דען האט עס געטון, הא??? וואס זאגסטו, ווער? נ, נא, נאח, נאחא, נאחאמ, נאחאמו האט עס געטון?
נו נו!
נ, נא, נאח, נאחא, נאחאמ, נאחאמו קום שוין אהער צו מיין טיש!
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 01, 2007 1:51 pm
דורך לחיים ולברכה
רבי...... איייייייייייייייייייייך............ניין.................אאאאאאא..............ס'ציפטטטטט............
א שאד כאנישט צובראכן די קאנטשיק אויף פיץ פיצלעך................אאאאאאאאאאאאאאאאאאאאא......................הער אויף.................
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 01, 2007 2:12 pm
דורך דרך אגב
וויין נישט חיים'ל, וויין נישט...............
וויש דיך אפ דיינע אויגעלעך........................
דריי דיך צו די רעכטע זייט.............
דריי דיך צו די לינקע זייט....................
דריי דיך צו דו ................... ............. וואס דו האסט דו בעסטע ליעב......
עס וועט נאך קומען גוטע צייט.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 01, 2007 3:28 pm
דורך לחיים ולברכה
יא, אבער ער איז א משו........ ניין ניי ניי.....הע....הע.......הע.... כאגארניש געטוהן.........
יוי איז דאס א רבי......
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 01, 2007 6:06 pm
דורך איך_הער
לחיים ולברכה האט געשריבן:
יוי איז דאס א רבי......
יוי זענען דאס קינדער.....
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 01, 2007 7:02 pm
דורך דרך אגב
ניין, דאס איז נארמאל, קינדער זענען קינדער.
אבער קינדער, ווען נישט זענען זיי ווען נישט דא.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 02, 2007 2:45 am
דורך לאקשען ברעט
יוא כ'קען שוין נישט ווארטען די רבי זאל נאכאמאל אוועקפארען
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 02, 2007 1:29 pm
דורך דארפסמאן
ווען איך ווייס ווען אז עס גייט זיין א סאפסעטאט וואלט איך געקימען איך וואלט שוין גיט געפילט או א שאד , ווען גייט זיין נאכאמאל א סאפסעטאט ??