Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

גם מאחורי הדברים הקשים... אויף יודיש?

דינסטאג אוגוסט 26, 2014 6:12 pm

קען מען פארשלאגן יודישע ווערטער אויף 'גם מאחורי הדברים הקשים העוברים עליך אני עומד'
גראמען, אדער עפעס.

אפטייטשן אין יודיש קען מען, פיין, אבער ס'דארף זיך קענען זינגען, לויטן ניגון. עני איידיע?

ס'וואלט געווען גוט צו מאכן 'קורצע גראמען', זעקס גראמען איינס נאכן צווייטן.

די 'גם מאחורי הדברים הקשים העוברים עליך' קען גיין גראמען איינס נאכן צווייטן, 'העוברים עליך' דארף זיין א ווארט וואס איז מער די קלימאקס, און נאכדעם די תנועה וואס איז מחזק 'אני עומד אני עומד אני עומד' דא דארף זיין די מערסטע חיזוק, די מערסטע הארציג, ס'דארף קענען קאמפיטן מיט 'אני עומד אני עומד אני עומד' עפעס אזוי ווי 'איך שטיי דא מיין קינד'

איינער פארשטייט וואס איך רעד?

למשל

גראם (גם)
און א גראם (מאחורי)
און א גראם (הדברים)
און א גראם (הקשים)
און א גראם (העוברים)
און א גראם (עליך)

שטייסטו, (אני עומד) טאטע, (אני עומד) דא אויך (אני עומד)

ס'מוז נישט זיין גראמען איינס אונטערן צווייטן. ס'קען זיין קורצע פראזן

Advertisement

דינסטאג אוגוסט 26, 2014 6:15 pm

נשמה האט געשריבן:איינער פארשטייט וואס איך רעד?

נישט איך.

דינסטאג אוגוסט 26, 2014 6:17 pm

ידיד האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:איינער פארשטייט וואס איך רעד?

נישט איך.


אויב קיינער פארשטייט נישט, גיי איך מיך מחזק זיין מיט 'אפילו בהסתרה',

דינסטאג אוגוסט 26, 2014 6:29 pm

ס'צרות!
צופיל ארבעטסלאזע אינגעלייט.

דינסטאג אוגוסט 26, 2014 6:31 pm

פאליש'ל האט געשריבן:ס'צרות!
צופיל ארבעטסלאזע אינגעלייט.



ס'גארנישט, מ'איז זיך מחזק, אפילו בהסתרה, אפילו בפאליש.

דינסטאג אוגוסט 26, 2014 6:53 pm

נשמה, דו טייטש די ווערטער אין יידיש אנע גראמען
אנדערע וועלן עס איבערזעצן אין גריימען (גראם)

לא עליך המלאכה לגמור
ואי אתה בן חורין להיבטל ממנה (נישט גראם)

ואל תאמר לכשאפנה אפנה
שמא לא תיפנה (קילאגראם)

--רבותי ס'איז ר"ח אלול....... אלול!

דינסטאג אוגוסט 26, 2014 7:14 pm

נשמה, פאר איך טריי וויל איך וויסען צו דע אשכול איז א דשאוק ווי אלע אנדערע הסתרה אשכולות

דינסטאג אוגוסט 26, 2014 7:31 pm

א גראם מיט טעם האט געשריבן:נשמה, פאר איך טריי וויל איך וויסען צו דע אשכול איז א דשאוק ווי אלע אנדערע הסתרה אשכולות



איך מיין עס ערענסט, איך טראכט אז ס'קען זיין גוט, ניין? איך האב עס אריינגעשטעלט דא אין פארברענגען פשוט ווייל... אבער איך האב שוין אריינגעלייגט אביסל מחשבה צו כאפן וויאזוי ס'וואלט געדארפט גיין.

די ערשטע פאל "אפילו בהסתרה וכו' קען מען לאזן" ס'וועט קאסטן צופיל כוחות און אוועקנעמען פונעם ניגון. איך טראכט אז אנשטאט 'גם מאחורי הדברים הקשים העוברים עליך' קען גיין זעקס שורות, מוז נישט זיין דייקא גראמען. אין די אלגעמיינע וועלט איז דא אזוינע 'סאנגס'. ווי איין ווארט גייט נאכן צווייטן, אבער דא דארף עס פארשטייט זיך זיין יודיש'ליך, איך טראכט אז יודיש איז מער פאסיג, אבער פארשטייט זיך אז ווער ס'מאכט די גראמען אדער סיי וואס, טוט נאר א טובה, הגם ס'קען ווערן פארשפרייט אויף די גאנצע וועלט, איך פלאן נישט צו נעמען קרעדיט בכלל. בקיצור, מ'דארף עס ווען קענען מאכן, און איינטוישן די ווערטער 'גם מאחורי וכו' פאר הארציגע יודישע ווערטער. די זעלבע באדייט, אבער דאך וכו' וכו' וכו' איך האף דו פארשטייסט.

איינס אונטערן צווייטן איז אזוי ווי למשל.
איי איי איי
וואו דו גייסט
וואו דו שטייסט
וואו דו קריכסט
וואו דו זוכסט
וואס דו טוסט
וואס דו ביסט

ביסטו, טאטע, אויך דא,

געדענק די נאטן...
איי איי איי,

בקיצור איך טראכט אז איך האב א גוטע איידיע,

ס'דארף אבער זיין די מערסט ריכטיגע ווארט. געדענק, ס'דארף ערזעצן 'גם מאחורי הדברים הקשים העוברים עליך, אני עומד אני עומד אני עומד... אוי.....
לעצט פאראכטן דורך נשמה אום דינסטאג אוגוסט 26, 2014 8:08 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

אפילו בהסתרה אין אידיש

דינסטאג אוגוסט 26, 2014 8:08 pm

געשריבען אויף די גאנצע ניגון והבוחר יבחר...


א) אפילו אין א צרה
ס'זעהט אויס ווי אן הסתרה
גלייב אז דער בורא , מיט דיר ער שפאנט

עס פעלט די הסברה
דאס בילד נישט קיין קלארע
דארפסטו נאר געפונען זיין אויסגעשטרעקטע האנט


ב)אוי יוי יוי נעם אין אכט
פון דיר ער טראכט
אפילו ווען ביסט אין טיפען גרוב
האט ער דיר ליב,האט ער דיר ליב, האט ער דיר ליב

בלייבען וועסטע
זיין אוצר דער גרעסטע
אפילו אין דעם הסתר
האט ער דיר ליב, האט ער דיר ליב, האט ער דיר ליב.



.Copyright 2014 by gram.mit.tam
לעצט פאראכטן דורך א גראם מיט טעם אום דינסטאג אוגוסט 26, 2014 8:15 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

דינסטאג אוגוסט 26, 2014 8:11 pm

א גראם!!!!!
(אריין אין היכל נגינה?)

דינסטאג אוגוסט 26, 2014 8:18 pm

א גראם ;l;p-

דינסטאג אוגוסט 26, 2014 8:31 pm

מחותן האט געשריבן:א גראם ;l;p-

דינסטאג אוגוסט 26, 2014 8:32 pm

וואו, דעס איז געלונגען... זייער גיט אויסגעקומען.

איינער זאל קאלען פינקי שנעל. זש -ק

דינסטאג אוגוסט 26, 2014 8:38 pm

געלונגען אייזן
א גראם מיט טעם במלוא מובן המלה

דינסטאג אוגוסט 26, 2014 8:40 pm

א דאנק אייך פאר די קאמפלימענטען
זאל איך עס אריבערפירען אין היכל נגינה?

מטעמים האט געשריבן:וואו, דעס איז געלונגען... זייער גיט אויסגעקומען.

איינער זאל קאלען פינקי שנעל. זש -ק

וואס מיינט זש-ק?

דינסטאג אוגוסט 26, 2014 8:43 pm

זרע של קיימא זש -ק

זש -ק מיינט זשאסט קידדינג...

לדעתי באלאנגט עס אין היכל הנגינה.

דינסטאג אוגוסט 26, 2014 9:00 pm

א גראם, דאס איז א מאסיוו שטיקל!!

מטעמים, פאלט דיר נישט איין אז דאס איז ער אליינס..? אקעי גארנישט..

דינסטאג אוגוסט 26, 2014 9:04 pm

יוי פלעגט ער טאקע שיין גראמען אויף יבא ידיד, ידיד בן ידיד.

פרייטאג אוגוסט 29, 2014 3:11 pm

און אפילו בהסתרה
נישטא קיין הארה
גלייב, אז אויך דארט, טוט דער בורא זיין.

אפילו אין א צרה
מיט אמונה א קלארע
אז דו קענסט אויך דארט, טרעפן, זיין ליבער שיין.


וואס זאגט דערוילעם צו דעם?

איך האב עס בעסער ליב ווי 'א גראם מיט טעם' אבער ס'בלייבט נאך אונטערן קאפירייט פון 'א גראם מיט טעם'

וואס איך האב יעצט געלייגט זינגט זיך בעסער.


דאס איז 'גראם מיט טעם'


א) אז אפילו בהסתרה
ס'זעהט אויס ווי א צרה
גלייב אז דער בורא, מיט דיר ער שפאנט

עס פעלט די הסברה
דאס בילד נישט קיין קלארע
דארפסטו נאר געפונען, זיין אויסגעשטרעקטע האנט.


יעצט אויפן הויעכן פאל.

וואס איז בעסער?

האט ער דיר ליב האט ער דיר ליב האט ער דיר ליב
אדער איז ער מיט דיר, איז ער מיט דיר, איז ער מיר דיר.


'א גראם מיט טעם' האט מיר געזאגט ארויפצולייגן מיין פארשלאג...

און לויט מיינס קומט די ניגון אויס ווי פאלגענד:


אוי ברידער'ל טייערע, ס'קען דיר צומאל דאכטען.
אז עס גייט דיר שווער - דו קענסט נישט מער - העלפען וועט ווער
אבער וויסען זאלסטו...


א) און אפילו בהסתרה
נישטא קיין הארה
גלייב, אז אויך דארט, טוט דער בורא זיין.

אפילו אין א צרה
מיט אמונה א קלארע
אז דו קענסט אויך דארט, טרעפן, זיין ליבער שיין.


ב)אוי יוי יוי
נעם. אין אכט
פון דיר. ער טראכט

אפילו ביסט
אין טיפען גרוב

האט ער דיר ליב, האט ער דיר ליב, האט ער דיר ליב.

בלייבען.
וועסטע.
זיין אוצר
דער גרעסטע

אפילו
אינעם הסתר.

האט ער דיר ליב, האט ער דיר ליב, האט ער דיר ליב.


האט ליב דער עולם ענדערש דאס פאלגענדע:

ווייל איבעראל.
מיין קינד ישראל.
אלע מאל.

האט ער דיר ליב, האט ער דיר ליב, האט ער דיר ליב,..

(איז ער מיט דיר, איז ער מיט דיר איז ער מיט דיר.)

שוין אקעי....

זונטאג אוגוסט 31, 2014 3:17 am

א גרינע פאר א טעם, הערליך שיין.

און א עקסטערע פאר נשמה, ביסט דאך א שטיק נשמה.

זונטאג אוגוסט 31, 2014 8:19 am

מ'דארף איינער זאל עס אריינזינגען און דא ארויפלייגן.

זונטאג אוגוסט 31, 2014 8:50 am

רבותי,אויב איינער האט אן אנדערע בייפאל פון ווערטער זאל מען ביטע לייגען,
גראמען פארמעסט#

מאנטאג ספטמבר 01, 2014 5:11 pm

דער אפטייטש פון 'גם מאחורי הדברים הקשים העוברים עליך' איז 'אפילו אין מצבים וואס ס'קוקט נישט אויס ווי איך בין דארט (מיט מיין ליכטיגן פנים, דיך צו העלפן) בין אבער יא דארט' און דאס וויל איך אפטייטשן, און ווען איך וועל וואקן אויפן גאס און הערן ווי איינער זינגט עס אויף יודיש, איז א סימן פון אנגענומענקייט.

דאס ענין פון הסתרת פנים איז נישט אז ס'גייט שלעכט, נאר אפילו ס'גייט גוט, אבער דער אור ה' פעהלט, מ'זעהט נישט דעם אייבערשטען, מ'זעהט נישט געטליכקייט, און געווענליך גייט שווער, ווייל ס'איז נישטא מאור פניו.

און הסתר בתוך הסתר מיינט אז מ'ווייסט אפילו נישט אז מ'זעהט נישט הארת פנים,

איז, דארף מען מאכן אפאר ווערטער אויף יודיש. א גראם מיט טעם גייט

.... נעם, אין אכט, פון דיר ער טראכט, אפילו ביסט אין טיפן גרוב...

און דא לייגט ער 'האט ער דיר ליב האט ער דיר ליב האט ער דיר ליב'

וואס איז בעסער די אדער 'איז ער מיט דיר, איז ער מיט דיר, איז ער מיט דיר'

נו, און אויך דארף מען עס אפזינגען און פארשפרייטן, ס'דארף ריפלעסאן 'גם מאחורי הדברים הקשים העוברים עליך אני עומד אני עומד אני עומד'

ס'דארף עס אזוי גוט ריפלעסאן אז מענטשן זאלן דאס זינגען ענדערש.... ווייסעכמיין?

נו?

מיטוואך ספטמבר 03, 2014 6:52 pm

איך טראכט אז די ווערטער
האט ער דיר ליב, האט ער דיר ליב, האט ער דיר ליב איז כולל אלעס אין זיך.


אלעס בלייבט אונטער 'א גראם מיט טעם קאפירייט'

און אפילו בהסתרה
שבתוך ההסתרה
גלייב,אז אויך דארט.
געפונט זיך השי"ת.


ווייל אפילו בהסתרה.
איז א זיכערקייט א קלארע.
אז אויך, אויף יענעם ארט,
געפונט זיך השי"ת.



ב)אוי יוי יוי
נעם. אין אכט.
פון דיר. ער טראכט.

אפילו ביסט אין טיפען גרוב.

האט ער דיר ליב, האט ער דיר ליב, האט ער דיר ליב

בלייבען. וועסטע.
זיין אוצר
דער גרעסטע

אפילו
אינעם הסתר.

האט ער דיר ליב, האט ער דיר ליב, האט ער דיר ליב.


בקיצור מ'דארף עס אריינזינגען אין א ... און עס ארויפשטעלן.

דינסטאג ספטמבר 16, 2014 4:18 pm

און אפילו בהסתרה
שבתוך ההסתרה
גלייב,אז אויך דארט.
געפונט זיך השי"ת.


ווייל אפילו בהסתרה.
איז א זיכערקייט א קלארע.
אז אויך, אויף יענעם ארט,
געפונט זיך השי"ת.

אוי יו יו

רבש"ע. טאטע זיסער. אפילו איך זעה דיך ניש זאג איך דיר.
אז דו ביסט דא, דו ביסט דא, דו ביסט דא.

אוי יו יו

בני בני, מיין טייער קינד. אפילו דו זעהסט מיך ניש זאג איך דיר.
אז איך בין דא, איך בין דא, איך בין דא.
שרייב א תגובה

Advertisement