בלאט 1 פון 3
קאמענטארן אויף די ארטיקלן: באנק אקאונטס
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 30, 2007 9:59 am
דורך יגרסהדותא
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 30, 2007 10:07 am
דורך קרעזי
יגר'ל. ס'ארטיקל איז זייער גוט און שיין, אבער מיר זעען דערויף אז ס'איז נאר צו מעלקן פון יענטאאש אזוינס אזש ס'זאל רינען.
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 30, 2007 10:15 am
דורך איזאק
יגר, גוט אנגעהויבן, געשמאק און זאפטיג, האב איך מיך דערמאנט פון די אלד גוד דעיס.., איך ווארן דיך, צי מיך נישט אונטער, שרייב ווי שנעלער די פארזעצונג.
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 30, 2007 10:16 am
דורך יגרסהדותא
קרעזי; גוט געזאגט, דאס ציל איך. דאס איז נאר ס'הקדמה.
יענטאאש; לייג אראפ דיין ארטיקל, אדער ערשטע העלפט. איי וויל גאוי וויט יו, סטעפ ביי סטעפ.
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 30, 2007 10:26 am
דורך לחיים ולברכה
ארויסגעפרינט. עמיר עס ליינען ווען מ'עט האבן צייט.
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 30, 2007 10:39 am
דורך צייטליך
יוי ביסטו גוט יגר'ל, ס'מוז זיין אז די האסט ממש לעצטענס חתונה געהאט, אדער האסטו א אייזערנע זכרון, כ'האב מיך געפילט ממש אינדערהיים..
איך ווארט מיט שפאנונג אויף די פארזעצונג.
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 30, 2007 10:54 am
דורך דרך אגב
יגר, יו האביך מיך דערמאנט אלטע צייטן, אבער מיט אזא פונקליכקייט?
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 30, 2007 12:19 pm
דורך בני היכלא
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 30, 2007 12:32 pm
דורך מיללער
יגר ס'איז ריזיג אבער דערווייל האלט איך נאך ביי חזקאל'ס שלום-בית און כולל פראבלעימען, איך ווארט שוין אויף די באנק מענעזשער הו וועט ער/זי זיך דרייען פאר געלעכטער פון דעם תמים דנן.
בד"וו די חזקאל/רחל'ע קאפל זענען גאנץ הינטערשטעליג, הערשט נאכען ערשטן קינד עפנט מען דעם אקאונט, אויסער אויב ס'איז א זיבעלע.
זעץ עס איין במאי עסקינן
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 30, 2007 1:59 pm
דורך זארעכפעפער
און דאס איז נאר בלויז די התחלה...
***
לויט ווי עס זענען געמאלדן געווארן, רישן זיך עטליכע פון אונזערע פראפעסיאנאלע שרייבער אויפצוברענגען א זאפטיג געשמאלצן ארטיקל איבער דער נושא, דעריבער שטעל פאר א פלאן פאר די מנהלים אז דער 'קרעטשמער' ניק זאל עפענען אן אשכול וועלכע זאל דינען ווי א קאמענטארן אשכול פאר אלע ארטיקלען איבער דער נושא, ווי דער עולם וועט קענען געבן קאמפלעמענטארן, באהאנדלונגען און אפשאצונגען, איבער די ארטיקלען.
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 30, 2007 2:50 pm
דורך abimlaibt
יגר, זייער גוט ארגינאל אראפגעלייגט, די גאנצע הלוך ילך ובכה אין שטוב, ווען עס קומט די צייט זיך צו מאכען (קעמערע)רעדי,
האלט אונז נישט לאנג אויף און זעה זי זאל זיך צויאגען עסטו קענען שנעלער פארטיגען,
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 30, 2007 2:52 pm
דורך 3x0
זייער שיין.
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 30, 2007 3:24 pm
דורך עמך איד
ווארט ביי ווארט נאכגעשריבן פין מיין טאג בוך...
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 30, 2007 3:26 pm
דורך מיללער
עמך איד האט געשריבן:ווארט ביי ווארט נאכגעשריבן פין מיין טאג בוך...
עי וואטס אפ חזקי, שוין פארוואס זאל ר' יגר זיך דארפן מוטשען וווייטער צו קאפירן, אפשר סקענסטו אריין די איבעריגע פון דיין טאג-בוך?
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 30, 2007 3:59 pm
דורך סאכדעס
חחחחחחחחח
מילער דו ביסט גוט,
יגר'ל ביזדערווייל בידסטו יענטאאש'ן....
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 30, 2007 4:01 pm
דורך עמך איד
חרדר"גרשום איז גארנישט? קודם ברויך איך דערגיין פין ווי מען האט דערווישט די ערשטע האלב...
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 30, 2007 4:30 pm
דורך צייטליך
יענטאאש, כזעה דאך שוין, די אנפאנג ברענגט שוין ארויס וואס דא גייט זיך אפטוען, לאז מיך דיר און זיי ווינטשן גאוד לאק!
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 30, 2007 5:14 pm
דורך קרעמער
יענטאאש'ס ארטיקל האב איך נאכנישט געליינט, דאס איז נעקסט אי"ה.
יגר'ל;
דיין ארטיקל איז נורא נוראות! אפילו די סיטרא אחרא (כ'מיין די צד שכנגדו, די עזר נכונה) האט געמוזט בעל כרחו יענה (לויטן קול יעקב סידור: תענה) שמייכל!
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 30, 2007 5:16 pm
דורך זארעכפעפער
הקיצור, איך טריי צו כאפן דעם אינטערשיד פון משפחת מושי ביז משפחת חזקי.
ווי עס שיינט מיר, זענען די מושי'ס פאמיליע, זייענדיג אין די ערשטע בוי פאזעס פון זייער בנין, א פרייליכיגע, לאכעדיגע, זיבעלדיגע, שמייכעלדיגע פאמיליע. דאקעגן ביי די חזקי'ס-שנה-שני'דיגע פאמילע אהה... דארט איז שוין די מאנסע גאר אנדערש... דארט וויינט מען שוין... מ'שוין נערוועז... ס'טוט זיך שוין אויף טענער...
איז עמער האפן אז כ'הער וועט עפענען א באנק אקאונט פאר די שנה שלישיות'דיגע יונגעלייט'לעך. עמער זען וואס ביי זיי אין שטוב שפילט זיך אלס אפ...
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 30, 2007 5:29 pm
דורך קרעמער
אקעי. נארוואס אפגעליינט יענטאאש'ס ארטיקל (וואס פארשטארקט אלע אלטע חשדות אז זי איז גאר א פרוי... יענטא'אש).
די הקדמה איז הערליך, ממש א פאעזיע, די רעשט: טיפיקל יענטאאש!
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 30, 2007 6:07 pm
דורך זארעכפעפער
איך הער,
אפי' יענטאאש מיט יגר זאלן וועלן מיט זייער גאנצן ווילן וועלן זיי נישט קענען אהערשטעלן אזא זיסער ארגינאלער באשרייבונג ווי דו האסט באוויזן! דער באשרייבונג, מיט דיין אגנארטיגער חן, איז עפעס להפליא! ס'איז א באשרייבונג אראפגעשטעלט מיט ארגינאלע דעטאלן, געמישט מיט הומאר, אן קיין צוגעשטעלטע דמיונות.
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 30, 2007 6:13 pm
דורך קרעמער
כקרעמער ועוד לזארעך: איך-הער'ס אריגינעלקייט קען קיינער אוועקנעמען!
איך_הער;
עס איז צרות... מיילעך דארף קאונסעלינג! ער האט אלעס אליין געטאן אין באנק, גארנישט איבערלאזנדיג פאר די מלכה.
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 30, 2007 6:31 pm
דורך דרך אגב
יענטאאש און איך הער יו האב איך געלאכט. אלע אנדערע קאמאנטארן קוקט צירוק די פריערדיגע אשכולות.
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 30, 2007 6:46 pm
דורך נאטורליך
יענטאש, יו האב איך געלאכט, שרייב ווייטער. יעצט גיי איך לייענען יגרס
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 30, 2007 10:19 pm
דורך קרעמער
אוי לאך איך, יענטאאש, דיין צווייטע טייל איז עפעס געוואלדיג, דער 'הערש יואל' איז ווערט קעש (כמיין באנדס).