Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

דינסטאג יולי 31, 2007 8:57 am

יענטאאש, חחחחחח אביסעל רחמנות.. אז נישט אויף דעם אינגערמאן, כאטש פאר זיין באשערטע, וואס מאכסטו איר אזעלעכע בושות?.... יו ביסטו גוט. העמער זעהן וויאזוי יגר וועט רעאגירן דערצו, סאכדעס זאגט נאך אז יגר'ס קוקט אויס בעסער...

Advertisement

דינסטאג יולי 31, 2007 9:00 am

איך הער,

אזויווי אלעמאל איז עס יעצט אויך געווען זייער שיין באשריבן, איך האב אסאך געלאכט דארט. אבער איך וויל נאר וויסן איין זאך, דו האסט אויך נישט געליינט די קליינע ווערטער אין בעק פון די פלייער, אדער נאר מיילעך און דער באנקיר האבן עס נישט געליינט?

דינסטאג יולי 31, 2007 9:25 am

איך הער, זעסטע, איך בין געשטאנען און געקוקט אויף בראדוועי, כ'האב נישט געטראכט אז כ'דארף פארן אין טאון מיטצוהאלטן דיזע זאכן,
כ'האב זייער הנאה געהאט פון דיין ארטיקל, און איך מיין אז די דארפסט שוין קויפן א 15 פעסענדזשער ווען, צו קענען אייביג מיטנעמען דעם עולם ווי די גייסט,

יענטאאש, ווילסט מיר זאגן אז מיין פרוי האט געליטן די זעלבע בישות ווי אימער איך האב גערעדט אין איר געגענווארט ענגליש ? כ'שוין איר..

דער שוויגער, דער חבר הערש יואל, דער באנק ארבייטער, די קאפל, ענגליש, אלעס אלעס, מעכטיג אראפגעלייגט!!!

יישר כוחכם.

דינסטאג יולי 31, 2007 9:34 am

דריי-נול;

איך האב זיך נישט געוואלט אריינמישן, אבער אז דו ערווענסט שוין, די טשעק פון 125 איז נאר פאר דירעקט דעפאזיט, אמת?

דינסטאג יולי 31, 2007 9:38 am

יא.

דינסטאג יולי 31, 2007 9:42 am

זאג נישט אויס פאר קיינעם: איך האב א לאנגע צייט אוועקגעלייגט די סארט טשעקס, מיטן חלום איין שיינעם טאג צו עפענען ביי זיי א קאנטע, ביז איינער האט מיר אויפגעמערקט אויף דעם פארזעהנעם קליינעם דעטאל. ששש ס'זאל בלייבן צווישן אונז.

----

יענטאאש;

דיין דריטע קאפיטל איז מעכטיג, די קאמפעטישאן האט אויפגעטאן דאס זייניגע/איריגע, לאמיר זעהן וויאזוי יגר'ל וועט דאס פרובירן איבערצושטייגן.

דינסטאג יולי 31, 2007 10:21 am

אהההה אהההה אטעמט סאכדעס שווער אפ, יוי די טרערעלעך ליגן נאך אין די לעפל'עך פון די אויגן, נאכן זיך רייסן און כמעט זיך איבערייסן פאר געלעכטער, יענטאאש אז אף נאו יו מעיד דע דזשאב, און א_ווי מיינע קודמים האבן שוין מיר פארגעבריייטערט ס'לשון, יאכער לייגט עס אראפ אזוי ווי ס'יז געווען, ווען נישט די חברה ערווענען עס שוין, העטיך דיר ווען געזאגט אז פון די דירעקט דיפאזיט וואלסטו געקענט צולייגן נאך 3 פאראגראפן.... יענטאאש רעדט פון די זיבעלעך, קוים נפתחו עיניהם, און יגר'ל לויט ווי ס'קוקט אויס, צולייגט גוט דעם גאנצן הלוך ילך ובכה פון די סיזאן נאכ'ן ערשטן קינד האבן.

הערט אויס דערווייל קען מען נאך קיין וואוט נישט געבן, אבער יענטאאש, ס'האט זיך געלוינט די שוואכע הקדמה, אז מ'האמיר ערהאלטן די צווייטע און די דריטע, ווער רעדט נאך פון די גאנצע שוויגער, אוי איז דאס א רביצין.. (ווער קען די ניגון) אלזא קיפ איט אן...

דינסטאג יולי 31, 2007 11:29 am

אלע דריי זענט עטץ מעכטיג

דינסטאג יולי 31, 2007 11:40 am

נאטורליך האט געשריבן:יענטאש, יו האב איך געלאכט, שרייב ווייטער. יעצט גיי איך לייענען יגרס


וואס א מין ווערטשאפט איז דאס נאר צו לאכן, וואס גייט פאר מיטן מאכן לאכן? דו טויגטס דאך אויך, לאמיר זען וואס דו קענסט, כאטש יעצט וועט דיר זיין אביסל שווערער, ווייל דו וועסט דארפן גיין צווישן די טראפן, אבער כ'פארלאז מיך אויף דיר, אז דו קענסט עס באווייזן.

לחיים, וואו איז דיין ארטיקל?

נאך אזאך, ס'איז געווען אפגעשמועסט אז די ארטיקל דארף זיין קעמערע רעדי אויף ב' עקב, איך האב מורא אז זיי שטיקלען נאך יעצט.

יגר, קודם א שכוח פאר די איידיע, דיין באשרייבונג איז הערליך, כ'ווארט אויף די ענדינג.

יענטאאש, ביוריפעל, אזאנס צו מאכן לאכן, דאס אראפ לייגן די שוויגער אינמיטן קאכן, אזוי עכט, הערליך, שכוח.

באמת קען זיין א שטיקל פראבלעם ארום צו שכוח'ן ווען איך בין אויך א נוגע בארטיקל, אבער פון מיין זייט האלט איך אז ס'איז נישט קיין יושר, אז ווען איך האב הנאה זיך נישט צו באדאנקען, סאו א שכוח נאכאמאל פארן ברענגען די איידיע, שכוח לחיים פארן עס מאכן אלס אן אלוועלטליכן פארמעסט, וואס איך האב עס אנגענומען אזוי ערענסט, ס'איז גוט זיך אמאל אויסצוגעבן, נישט אז יעצט זאלט איר מיר צוריק שכוח'ן ווייל יעצט גייט עס שוין אויסקוקן פאני, סאו, איך האב אריין געכאפט, און עטץ מאכטס א שווייג.

דער עיקר איז אז דער עולם האט הנאה, מ'דארף ווען מאכן אזאנע פארמעסטן מער אפט.

דינסטאג יולי 31, 2007 1:56 pm

יגר !!! דו הארגעסט מיך... דיין פארזעצונג איז א שרעקליכע ליצנות, פלעין פשוט

דינסטאג יולי 31, 2007 2:01 pm

יגר, ביסט מעכטיג, ווי אלעמאל,

די DUBLE CHAIR האט מיך אזאנס געמאכט לאכן אז כ'קען דיר גארנישט זאגן,

גאו אהעד.

דינסטאג יולי 31, 2007 3:15 pm

כ'בין יעצט זייער מיד אויף צו קענען מאריך זיין אין שבחין אסדר וכו', אבער איין זאך קען איך קאמענטירן: גדול כח הקאמפעטישאן!

דינסטאג יולי 31, 2007 3:46 pm

חחחחחח יגר מיט דיין פעדער זאלען זיך קיינמאל שיידן, אוי אידאס געווען א גוטס, כאב געשוויצט פאר געלעכטער,

דינסטאג יולי 31, 2007 4:22 pm

יגר'ל אייעם קילינג יו, כ'ראל זיך נאך אלץ פאר געלעכטער...

יוי ביסטו גוט, נישט דא קיין שורה וואס קאסט נישט קיין אויספלאץץץ

דינסטאג יולי 31, 2007 5:19 pm

יגר'ל יו אר די בעסט אוו די בעסט, כאב אזוינס געלאכט פון אלע דריי, קיפל איט אחפ.

דינסטאג יולי 31, 2007 5:29 pm

כ'אב היצטער געענדיגט ליינען יענטאאש'נס ארטיקל און וואס זאליך אייך זאגן?

ווייסט ווא-כעלייך זאגן? אזוי היצט, שרייבנדיג דעם קאמפלימענט, ווארף איך זיך נאך פאר געלעכטער...

און א ווארט צו יענטאאש:
דיי היצטיגער ארטיקל שטייגט איבער אלע דיינע לעצטעריגע ארטיקלען דא אין קרעטשמע. זינט דיין פארלעצונג אךך... פארלאזונג... די קרעטשמע האב איך נאך אזאנס נישט געליינט! ליינענדיג דיינע לעצטערע ארטיקלען האב איך שוין חושש געווען אז דיין שיידונג פונעם פענע האט דיך ח"ו געפירט צו יבישות, כ'האב געציטערט אז דיין פענע האט אויסגעטרוקנט, אבער היצטערט שריי איך אויס: "עוד יענטאאש חי!!!"

מיר האפן נאר שלא יקצוץ הקאנעקציע שלך מבין כותלי הקרעטשמע, און זאלסט אונז ווייטער קענען מהנה זיין כבימי קדם.
***

יגר'ס, האב איך נאך נישט געליינט.

דינסטאג יולי 31, 2007 6:16 pm

יענטאאש, יגר, איך הער,

געוואלדיג געוואלדיג יעדער אויף זיין אייגנארטיגען סטיל, לא ראי זה כראי זה אבער הצד השוה שבהן שדרכן לילך ולהזיק אלעס וואס שטייט אין די ד' אמות פון די ליינערס ווערט געשעדיגט פונעם געלעכטער אויסברוך.

לאנג ליוו די קאמפעטשיאן.

----
יענטאאש פון דיין ארטיקל מיין איך אז די צווייטע חלק איז די בעסטע ווי אויך דער סיום שטיקל, (אגב דו ביסט אפשר א זיבעלע אז דו זיבעלסט אזויפיל ארום?).

דינסטאג יולי 31, 2007 8:42 pm

יגר און יענטאש איר האט געטון כדת וכדין מיטן נארהאפטיגען ארטיקעל, איך האב זיך געקאצעט פאר געלעכטער. זאל דער אייבערשטער העלפן איר זאלט ביידע זיין כמעיין המתגבר משמח צו זיין אלע אנ"ש עד זקנה ושיבה טובה. טענק יא, טענק יא, ווי ניד מאר

מיטוואך אוגוסט 01, 2007 10:33 am

נאטורליך, נאך פאר דו שרייבסט ווייטער קאמלימענטן, שרייב אראפ אן ארטיקעל, יעצט איינמאל פאר די פאבליק, און גיב ארויס וואס דו טויגס.

שכוח.

מיטוואך אוגוסט 01, 2007 1:23 pm

יאאפסס... יגר, ס'י'געלונגען!
כ'אב'ן אקוראשט געענדיגט אפליינען און... סי'דער געלונגען, האסט מיר מהנה געווען און געצווינגען צו לאכן און צו שמייכלען. זאל דיר דאס צו מצוה גערעכנט ווערן.

מיטוואך אוגוסט 01, 2007 2:01 pm

כ'קען נישט ליינען די ארטיקלען אין די דאזיגע מאמענט צוליעב פרעמדע וואס דרייען זיך דא אין אפיס...... כ'קען נישט אויספלאצן ווען זיי זענען דא....... אבער כ'זעה אז זיי זענען מורא'דיג. אלזא חברה, כ'זעה אזעלכע ארטיקלען, כ'שעם זיך שוין ארויפצולייגן מיינע, ס'וועט דאך איינגעשלינגן ווערן אין זייערס.

מיטוואך אוגוסט 01, 2007 2:07 pm

שעמט אייך נישט, פארברענג נישט דו צייט, שיק זיי שוין ארויס פון אפיס, דרוק דעם שלח אונטערן ארטיקעל, די חברה וועלן דיך שויןם סייווי לאזן וויסן צו ס'גיט צונישט,

און דערנאך קענסטו זיך זעצן ליינען די אנדערע.

מיטוואך אוגוסט 01, 2007 6:34 pm

יגר'ל, מעיזשאר.

דאנערשטאג אוגוסט 02, 2007 4:34 pm

איך ווייסט ניט ווער איך האט געליינט ביידע באנקס און איינער ער שרייבט דארט אז העס קראצט די קאפ פאר די פרוי ווייל זי האט העס אפגעשניטן די האר פון די קאפ ביי אונז אין ירושלים העס איז א האלטע מנהג אז די ווייבער מען שניידט ניט די האר פון די קאפ איר קענט פרעגט אלע האלטע ירושלימער אידן וועלן ווייסן אייך צו זאגן פאר דעם אז איינער הער קומט קיין ירושלים און הער זעהט ווי אונזערע פרויען גייט מיט די גרויסע כובעים פארוואס זי גייט מיט א גרויסע כובע? ווייל הונטער דעם העס איז דא די האר דאס איז די מנהג נאר ביי די האלטע ירושלמים אבער די חסידישע ירושלמים זיי גייט ניט אזוי זיי מען שניידט יא די האר יעדער איינער לפי זיינע מנהגים אבער די תולדות אהרן זיי שניידט יא די האר פון קאפ אויכעט ניט אלע

דאנערשטאג אוגוסט 02, 2007 6:03 pm

גרויסע אויספלאצען קימען פאר, אלץ רעזאלטאט פין ליינען די באנק אקואנט'ס, איי געס א טשעק בוק איז גארנישט אזוי שרעקעדיג וואו אבי האט מיך איינגערעדט.
שרייב א תגובה

Advertisement