בלאט 1 פון 1

א רוף צו די מנהלים אפצוהאלטן וואלן..

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 3:22 pm
דורך שלום אויש
און די לעצטערע טעג בוזשעווען ביי די זייטן פון מיין אויער עטליכע ווערטער וועלכע מאכן מיר לאנגווייליג און נערוועז אזש איך האלט ביים פלאצן! זיי נעסטיגן ביי מיר און די ווידער קול ווייבערירט מיר און פונקט אריין
איך וואלט פארגעשלאגן די מנהלים זאלן אפהאלטן וואלן וועלכע פון די ווערטער זענען דאס מערסטע פארטייבנד
"אפולי בהסתרה"
"פייער אפשטעל"
צו "אייסיס"
און א דערמאנונג נישט יעדן שמויגער וואס האט א בחינם'דיגע עפפ פון לייגן ווערטער אויף בילדער איז געבעטן עס צו טוהן ווייל די ניגון וויצן, עפפס , קרישקעלעך ,און אלע פייפעדיגע סממנים ארום און ארום...זענען ארויס פון אלע גלייזן און פראפארצן, זענען אומטאלירבאר און שטעקן וואו א ביין ביים לעכל פון האלדז

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 3:24 pm
דורך שנאפס
דער אייסעס איז דיר שטעקן אין האלדז?