א אשכול פאר נישט געשעענע אשכולות
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 12, 2014 12:45 pm
יעדער אויפן וועלטל ווייסט וויפל הארץ, און געפיהל , קאפ, און מח, עס גייט אריין און יעדן איינציגן תגובה מען שאפט קוואנטיטעט, מען קראצט אפיר א לעקציע, א נייעס באריכט, מען שרייבט עס אפ און ווען מען האלט שוין ביים דרוקן דעם "שיק עס" קנעפל גייט אראפ א דרוק וואס נעסטיגט און הארץ, עס ווערט לייכטער סאיז ארויף..!!! מען קוקט עס איבער און מען פאריכט די טעותים, און מאיז מחיה דערמיט טויזענטער אידישע קינדער, איז אבער דא ביי יעדעם די שרעק פון אן אינטערקימענדן פראבלעם וואס קען פארווישן א גאנצן ארטיקל און סאקונדעס,
עס האט שוין ביי מיר פאסירט א גוטע פאר מאל וואס נאכן אפשרייבן א לענגס און די ברייטס, א תגובה וואס איך וואלט געחלשט צו זעהן די ציבורס רעאקציעס, צוליב מיין אפיניען אז דאס איז עפעס אויסערגעווענליך, קימט דאן אינטער א מיסיע פון"פארפרוירענע מאשין" און די גאנצע ארטיקל גייט מיטן ווינט...איך קען וויינען און שרייען פארפירן און זיך רעגן שנעל טאנצן צום דרעפטס וואונקל און קוקן אולי ואולי האב איך עס געשיקט אהין און זיך איבערצייגן אז נישט און דער קנאקעדיגס איננו,
עטליכע מאל ביים שרייבן האב איך געשפירט וואו דאס וועט זיין א זאך, פרישע ווערטער האבן באמבארדירט מיין קאפ איך האב עס נאר געדארפט סארטירן און אראפלייגן ווען טיעף אינמיטן דעם תגובה האט (איך האלט בין לאדין האט עס אנגעדרייט) מיין בעטערי געשיקט א גסיסה סיגנאל און ווילנדיג שנעל שטעלן דעם בעטערי עסן האב איך געזעהן אז דער תגובה איז נישט מער בנמצא שפורנדיג וואו מיין שעיר אויפן אייוועלט סטאקס וועט נידערן...איך האב געמוזט אפלעקן מיינע וואונדן איינשלינגען א טיילענאל און פארגעסן דערפון...ווייל א זאך וואס איז איינמאל געשריבן געווארן שרייבט זיך נישט די זעלבע או די אפעטיט ווערט וואו פארשוועמט מיטן דורכפאל
א עקסטערע פראסק איז אז קיינער ווייסט ניטאמאל אז איינער האט זיך געפלאגט אויף א תגובה און מען ווייסט נישט וואס מען פארלירט טעגליך...
זאל מען כאטש וויסן...!!
איך האב שוין לאנג געטראכט פון עפענען א תגובה פאר דורכפעלער זאל מען אנערקענען און דאנקבאר זיין אויך פאר די אומגליקליכע אנגעפלאגטע שרייבער וואס ארבעטן שווער אויף גוטע זאכן און האבן נישט די מעגליכקייט עס צו ארויסגעבן צום ליכטיגקייט,
זאלהאפנטליך דער תגובה פארבלייבן ביים "אומפארענטפערטע אשכולות וואנקל אהן קיין איין איינציג תגובה...