בלאט 1 פון 1
איך האב א משל, איינער האט א נמשל?
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 1:34 pm
דורך יאנקעלע קליגער
אסאך מאל זעט א מענטש א געוויסע זאך וואס מ'קען ווען ארויס נעמען עפעס א מוסר השכל
אבער ער קען עפעס נישט אויפקומען מיט א געהעריגע געדאנק
מאך איך אויף דעם אשכול אז מיט די הילף פון די חשובע חברים דאהי זאל מען קענען דעוועלאפן עפעס ריכטיג
איך וועל אנהייבן מיט 2 זאכן וואס איך האב לעצטענס געטראכט
1) איך האב געזען איינעם מאכן א שטערן
און ביים מאכן די שטערן שניידט מען אוועק היפשע חלקים פונעם שטערן פאפיר וואס גייט אין מיסט
קען איינער טראכטען ס'איז דאך סתם א שאד , אבער די אמת איז אז כדי די שטערן זאל ארויסקומען שיין מוז מען אוועקשניידן די חלקים
2)איך האב געדרוקט א נומער אויף מיין טעלעפאן צו קאלן איינעם און איך ווארט ס'זאל אנהייבן קלונגען אבער ס'הייבט נישט אן
גיב איך קוק זע איך אז איך האב נישט געדרוקט די TALK באטאן, פשט אז די קענסט דריקען וויפיל נומערן די ווילסט ווילאנג די דריקסט נישט אויפן ריכטיגען קנעפל וועט גארנישט אריבער גיין
נו! טאטע לעבן איך האב דיך געפרעגט וכו'
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 1:40 pm
דורך ידיד
זייער א פיינע געדאנק פון אן אשכול!
איך האב גראדע שוין געהאט א פארקערטע פראבלעם. איך טראכט א געדאנק, אבער איך קען נישט טרעפן קיין פאסיגע משל דערפאר. דער אשכול קען זיין גוט אויף צאמצושטעלן אזעלכע שידוכים.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 1:44 pm
דורך נשמה
1 נאר נישט אוועקשניידן חלקים. ביטע...
ס'זייער א גוטע משל אבער אונז זאל מיר נישט זיין די נמשל, יעדער וויל בלייבן א לעבעדיגער חלק פונעם שטערן, פליז...
2 בלי אהבה ויראה.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 2:12 pm
דורך גביר אדיר
1. אין די שפעטערע יארן פאר די קריג האט זיך אין אונגארן געהאלטן דאס אידישקייט שענער ווי אין פוילן אדאנק די טיילונג.
2. הכנה לתפילה בלימוד ובהתבוננות דע לפני מי אתה עומד, און נאר דערנאך קען מען זיך שטעלן דאווענען.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 2:18 pm
דורך נשמה
גביר אדיר האט געשריבן:1. אין די שפעטערע יארן פאר די קריג האט זיך אין אונגארן געהאלטן דאס אידישקייט שענער ווי אין פוילן אדאנק די טיילונג.
2. הכנה לתפילה בלימוד ובהתבוננות דע לפני מי אתה עומד, און נאר דערנאך קען מען זיך שטעלן דאווענען.
אה, אבער מ'האט געקענט ווערן פון די שטערן, מ'האט נאר געדארפט זיך באהעפטן צו די גוטע קהילה.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 2:20 pm
דורך יאנקעלע קליגער
גביר אדיר האט געשריבן:1. אין די שפעטערע יארן פאר די קריג האט זיך אין אונגארן געהאלטן דאס אידישקייט שענער ווי אין פוילן אדאנק די טיילונג.
2. הכנה לתפילה בלימוד ובהתבוננות דע לפני מי אתה עומד, און נאר דערנאך קען מען זיך שטעלן דאווענען.
ייש"כ גביר
די צווייטע זיי אביסל מער מסביר (נאר אויב די ווילסט)
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 2:24 pm
דורך נשמה
יאנקעלע קליגער האט געשריבן:גביר אדיר האט געשריבן:1. אין די שפעטערע יארן פאר די קריג האט זיך אין אונגארן געהאלטן דאס אידישקייט שענער ווי אין פוילן אדאנק די טיילונג.
2. הכנה לתפילה בלימוד ובהתבוננות דע לפני מי אתה עומד, און נאר דערנאך קען מען זיך שטעלן דאווענען.
ייש"כ גביר
די צווייטע זיי אביסל מער מסביר (נאר אויב די ווילסט)
דו רעדסט דאך פון די TALK באטען. איז די נמשל אז אפילו מ'לערנט פארן דאווענען, דארף אבער די טאלק באטען ווערן געדרוקט, און דאס אינעם נמשל איז די עצם דאווענען. זאל זיין געטאלקט.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 2:34 pm
דורך יאנקעלע קליגער
איך וואלט געזאגט אביסל אנדערש
די עצם דאווענען דאס וואס מ'זאגט ארויס פון מויל איז דרוקען די קנעפלעך
די כוונה במחשבה איז די TALK קנעפל
תפלה בלי כוונה כגוף בלי נשמה
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 2:56 pm
דורך לכתחילה אריבער
אויף איינס איז דא די אלטע משל מיט די "גאבליין". איינער וואס קוקט פון "אונטען" זעהט א געפערליכע צומישניש, אבער די הערליכע בילד פון אויבן, קען נישט פארווירקליכט ווערן, נאר טאקע מיט די צומישעניש. ווען מען קוקט פון אויבן זעהן מען די בילד, איז שוין גארנישט שווער.
דערנאך איז דא די מעשה אין די גמ' מיט אליהו הנביא, וואס ער איז מיטגעגאנגען, און נישט פארשטאנען די אלע זאכן וואס ער טוט, הארגענען די קו וכו', ביז אלי' האט אים געגעבן די הסבר.
פאר איינעם וואס איז נישט קיין מבין, קוקט אויס ווי די אלע שטיקלעך ווערן פארשניטן גוטע זאכן, אבער איינער וואס טראכט אריין, זעהט אז צו האבן די הערליכע שטערן, מוז מען נעמען די אלע שריט.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 2:57 pm
דורך גביר אדיר
נשמה האט געשריבן:יאנקעלע קליגער האט געשריבן:גביר אדיר האט געשריבן:1. אין די שפעטערע יארן פאר די קריג האט זיך אין אונגארן געהאלטן דאס אידישקייט שענער ווי אין פוילן אדאנק די טיילונג.
2. הכנה לתפילה בלימוד ובהתבוננות דע לפני מי אתה עומד, און נאר דערנאך קען מען זיך שטעלן דאווענען.
ייש"כ גביר
די צווייטע זיי אביסל מער מסביר (נאר אויב די ווילסט)
דו רעדסט דאך פון די TALK באטען. איז די נמשל אז אפילו מ'לערנט פארן דאווענען, דארף אבער די טאלק באטען ווערן געדרוקט, און דאס אינעם נמשל איז די עצם דאווענען. זאל זיין געטאלקט.
ייש״כ נשמה פארן מסביר׳ן, אבער געמיינט האב איך פונקט די פארקערטע נקודה, אז אנע דעם וואס מ׳זאל דרוקן פון פריער די נומער, דהיינו צו וועם דו ווילסט יעצט רעדן (דע לפני מי אתה עומד), קענסטו דרוקן דעם טאלק קנעפל (דאווענען) ביז מארגן, אבער דו האסט דאך פארגעסן צו דרוקן די נומערן.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 3:43 pm
דורך יאנקעלע קליגער
ייש"כ יעדן שיינע זאכן קומט דא ארויס
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 11, 2014 7:52 pm
דורך הרבטייטעלבוים
יאנקעלע קליגער האט געשריבן:
1) איך האב געזען איינעם מאכן א שטערן
און ביים מאכן די שטערן שניידט מען אוועק היפשע חלקים פונעם שטערן פאפיר וואס גייט אין מיסט
קען איינער טראכטען ס'איז דאך סתם א שאד , אבער די אמת איז אז כדי די שטערן זאל ארויסקומען שיין מוז מען אוועקשניידן די חלקים
'
איינער האט מיר גענוצט די משל ביים מזביר זיין שיטת המוסדות נישט אנצונעמען קינדער אפי' פון פיינע שטובער
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 11, 2014 9:00 pm
דורך נשמה
הרבטייטעלבוים האט געשריבן:יאנקעלע קליגער האט געשריבן:
1) איך האב געזען איינעם מאכן א שטערן
און ביים מאכן די שטערן שניידט מען אוועק היפשע חלקים פונעם שטערן פאפיר וואס גייט אין מיסט
קען איינער טראכטען ס'איז דאך סתם א שאד , אבער די אמת איז אז כדי די שטערן זאל ארויסקומען שיין מוז מען אוועקשניידן די חלקים
'
איינער האט מיר גענוצט די משל ביים מזביר זיין שיטת המוסדות נישט אנצונעמען קינדער אפי' פון פיינע שטובער
דערפאר האב איך שוין דעמאלסט געשריבן אז ס'איז משל כחרס הנשבר.
נשמה האט געשריבן:1 נאר נישט אוועקשניידן חלקים. ביטע...
ס'זייער א גוטע משל אבער אונז זאל מיר נישט זיין די נמשל, יעדער וויל בלייבן א לעבעדיגער חלק פונעם שטערן, פליז...
2 בלי אהבה ויראה.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 11, 2014 9:02 pm
דורך הרבטייטעלבוים
גוט גוט
בד"א ברויך מען עפעס א נייעם משל פארן תקיעת שופר דרשה האט איינער?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 11, 2014 9:12 pm
דורך נשמה
הרבטייטעלבוים האט געשריבן:גוט גוט
בד"א ברויך מען עפעס א נייעם משל פארן תקיעת שופר דרשה האט איינער?
א משל למה הדבר דומה, צו א טאטע וואס מ'האט נישט אנגענומען זיין טאכטער אין סקוהל, איז דער טאטע איז צעבראכן צעקלאפט צעשאסן עולמו חשך בעדו, ער פרובירט, ער טרייט, ער וויינט, ער קלאפט טויערן, ער דרייט א שטאט, אולי יחוס עלי אחד, איך וויל נישט זיין אוועקגעקלאפט, איך וויל זיין מיט ענק, אבער דאך קיינער מאכט זיך נישט וואוסענדיג, וואס טוט ער, ער נעמט דעם שופר, און ער שרייט, תקיעה, תרועה, שברים, צעבראכן, אבער קיינער מאכט זיך נישט וואוסענדיג...
אבער ביי אונז, ביים אייבערשטען, אז מ'נעמט דעם שופר, און מ'שרייט הערט ער, ער הערט יא א צעבראכן געוויין, ער פארשטייט א צעבראכן הארץ, אשרי העם יודעי תרועה, באור פניך יהלכון, אינעם אייבערשטענ'ס מוסדות פיט יעדער אריין, יעדער.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 11, 2014 11:38 pm
דורך א גראם מיט טעם
איי נשמה,