Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

מיין אייגענער אשכול

מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:39 am

אה- דאס איז מיין אייגענער אשכול ווווואאאאאא

איך האב געפענט דעם אשכול

איך בין דא בעַלבאס

איך עפען עס ווען איך וויל, איך קען דא שרייבן ווען איך וויל
איך קען מעקן, צולייגן, אראפנעמען, ארויף לייגן, שניידן, מגיב זיין, פארריכטן, קאפיען, פעיסטן, מאכן גרויס מאכן קליינע אותיות,
דא בין איך בעלבאס.

איך האב געפענט דעם אשכול און קיינער אחוץ ווער סע וויל האט נישט קיין רעכט זיך דא צו דרייען אן מיין רשות
איך האב עס געפענט ערשט, איך שטיי ביים טויער ווער סע וויל אריין מוז קלאפן.

איך האב אפגעטייפט די ווערטער וואס דו ליינסט יעצט
די שורות וואס שטייען דא, די אותיות וואס הענגן אין דעם אשכול איז מיינס.

איך האב פולע רעכט דא צו שרייבן וואס מיר געפעלט, ווען מיר געפעלט
איך קען אפי' שרייבן - אין איך וועל שרייבן אלע מיינע תקנות וואס איך וויל זאל אינפארסירט ווערן דא אינעם אשכול

1) איך מעג שרייבן וועלעכע ווארט איך וויל אן דעם וואס עס ברויך גוט געספעלט ווערן
איך מעג מאכן סיי וועלעכע ספעללינג מיסטעיק איך וויל נאר.

2) איך קען שרייבן וואסערע ווארט איך וויל נאר נוצן צו יענע זאך וואס איך וויל זאגן אדער שרייבן
עס מוז נישט מאכן קיין סענס און עס מוז נישט שטימען מיט די שפראך פארום, נישט מיט מאשקע'ס recent אשכול פון צולאזענקייט.

3) נאר איך מעג מוחה זיין אין דעם אשכול קיינער קען נישט דא מוחה זיין
אנטשולדיגט אויב האלט איר אז איך האב עפעס נישט געמעגט זאגן
קענט איר שיינערהייט קאממענטן אונטען אבער חלילה נישט שרייען אדער פארפירן
איך בין בעלבאס איך 'על דיר ארויסלייגן פון דעם אשכול.

ווי אויך וועל איך דא אי"ה ובל"נ ובל"ש זיך דרייען, איך וועל פרובירן על כל פנים
צו ענטפערן אדער צו פרעגן און שמועסן מיט'ן עולם וואס איז זיך מקבל צו פאלגן די תקנות דא אין מיין אשכול.

*****
א ווארט צו אייוועלט:
דא קענט איר נישט מעקן!
דאס איז מיינס דא איז מיין ביזנעס, איך שרייב דא
איך לייג דא בילדער, איך טוה וואס איך וויל.

דא איז מיין טאטענ'ס ווייגארטן, איך האב עס ענדליך געפונען, דא בין עך!
טאטי האסט מיר געזוכט? איך בין דא.

אויב ווילט איר פארקויפן איי-וועלט, די אשכול קענט איר נישט ארויסגעבן
נישט קיין סטאקס אויף דעם אשכול, נישט פאר משכנו'ן גארנישט
עס האט מיט אייך גארנישט עס איז מיינס.

אויב איר האט סיי וועלעכע פראגע קענט איר מיר אישי'ן איך וועל אייך גערן ענטפערן
אבער דא בין איך בעלבאס.

******
צו אלע תלמידי וחסידי שלעפשיץ:
ב"ה מיר האבן דא גערינדעט אן אייגן אשכול, אלע נייעס פון שלעפשיץ ווערן דא געמאלדן אי"ה
מיר קענען דא הענגן אלע posted notes

ווער עס האט א קוויטל אריינצוגיין צום רבי'ן אטע דא איז דאס מקום
א פדיון קען מען אויך דא אויפהענגן
א מז"ט אדער א שלום עליכ'ן אלעס אלעס איז דא דאס פלאץ
ווייל: דא בין איך בעלבאס.

*******

פון היינט און ווייטער האבן מיר דא א פלאטפארמע
פאר אלע צוגעהערן וואס אנבאלאנגט די מוסדות.

*******
נאך איין זאך.
1) ווער עס זאגט די ווארט "שלעפשיץ" אפי' נאר איינמאל דורכ'ן ליינעם דעם אשכול
איז אוטומאטיש א שלעפשיצער, מען קען קיינמאל נישט צוריקצועהן.

דאס איז מיין פריוואטע אייגענטום!!

Advertisement

מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:45 am

נעבּעך...

מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:46 am

מיסטעריעז האט געשריבן:נעבּעך...

נעבּעך בן...

מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:56 am

נשמה האט געשריבן:
מיסטעריעז האט געשריבן:נעבּעך...

נעבּעך בן...


בוסט א טייערע נשמה מיין קינד

מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:58 am

לאמיר זעהן צו דו קענסט מעקן די דאזיגע תגובה.

מיטוואך אוגוסט 06, 2014 11:01 am

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:לאמיר זעהן צו דו קענסט מעקן די דאזיגע תגובה.


וואס דו גלייבסט מיר נישט?
בעריש זאג עם בוסט נישט אינדערהיים - קרעדיט זעמל

מיטוואך אוגוסט 06, 2014 11:10 am

קודם מעק נאכדעם עמיר רעדן מעניני אמונה.

מיטוואך אוגוסט 06, 2014 11:11 am

טעסט.

אופס, איך קען טאקע נישט שרייבן דא. וויאזוי מאכסטו דאס?

מיטוואך אוגוסט 06, 2014 11:21 am

ידיד האט געשריבן:טעסט.

אופס, איך קען טאקע נישט שרייבן דא. וויאזוי מאכסטו דאס?


ידיד דו זעסט - דאס מיין איך

מיטוואך אוגוסט 06, 2014 11:53 am

דער העיליגער שלעפשיצער טוט זיך באדאנקן פאר וואס האבן זיך באטייליגט ביי זיין שמחה.

https://copy.com/PqJodrzFaNlX

מיטוואך אוגוסט 06, 2014 11:55 am

מאנ-יימער האט געשריבן:דער העיליגער שלעפשיצער טוט זיך באדאנקן פאר וואס האבן זיך באטייליגט ביי זיין שמחה.

https://copy.com/PqJodrzFaNlX

העי, ס'איז נאך עטליכע מינוט פאר חצות.

מיטוואך אוגוסט 06, 2014 11:56 am

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:
מאנ-יימער האט געשריבן:דער העיליגער שלעפשיצער טוט זיך באדאנקן פאר וואס האבן זיך באטייליגט ביי זיין שמחה.

https://copy.com/PqJodrzFaNlX

העי, ס'איז נאך עטליכע מינוט פאר חצות.


העי דעיס איז געווען א מחאה

מיטוואך אוגוסט 06, 2014 11:59 am

אקעי איך זאג שנעל שלעפשיץ, איך בין געווארן א שלעפשיצער לעולם ועד, והכל על מקומו יבא בשלום.

מיטוואך אוגוסט 06, 2014 12:02 pm

שוין חצות

מיטוואך אוגוסט 06, 2014 12:14 pm

שלעפשיץ האט געשריבן:שוין חצות

איז עס שוין מער נישט דיינס?
כ'האף דו זעהסט די תגובה, אז נישט קענעס אריינגיין אין רידן צו זיין אליינס אשכול...

מיטוואך אוגוסט 06, 2014 12:19 pm

יוראפ האט געשריבן:
שלעפשיץ האט געשריבן:שוין חצות

איז עס שוין מער נישט דיינס?
כ'האף דו זעהסט די תגובה, אז נישט קענעס אריינגיין אין רידן צו זיין אליינס אשכול...


דעיס איז שוין מיינס פאר אייביג- שעפעלע

מיטוואך אוגוסט 06, 2014 2:45 pm

מיסטעריעז האט געשריבן:נעבּעך...

מיטוואך אוגוסט 06, 2014 3:16 pm

מיסטעריעז האט געשריבן:
מיסטעריעז האט געשריבן:נעבּעך...


דער מיסטעריעז איז אזוי נעבעכדיג
ואס קען מען מיט דיר טון?

מיטוואך אוגוסט 06, 2014 5:13 pm

שׂרייבּן‎ ‎עפעס‎ ‎זאכליך

מיטוואך אוגוסט 06, 2014 5:35 pm

מיסטער יעֹׁז, וואס זענען די פּינטעלעך וואס דו פּילסט אן די אייוועלט סערווערס? דאס דארף צוגעבן חן?

דאנערשטאג אוגוסט 07, 2014 11:00 pm

ליידער האב איך נישט די זכי'ה צו זעהן די בא'חן'טע 'מיסטעריעזע' פינטעלעך פון וואס איר רעדט, אבער הנלענ"ד אכתוב.
מיין טייערער פאון איז ליידער אינעם אידישן שפראך בלויז א מקבל און נישט א משפיע, דעריבער בין איך געצווינגען צו נוצן א אנליין היברו קיבאורד, דארטן איז דא די אפציע פאר אותיות דגושים און נישט.
אין אנפאנג האב איך אויפגעמערקט אז עס איז נישט דא בפועל קיין חילוק צווישן‎ ‎זיי, דעריבער האב איך מער‎ ‎בכלל נישט מקפיד געווען אויף וועלכע איך קליק.
ווי עס שטעלט זיך ארויס, קען מיין ברויזער מסתמא פשוט נישט אויפכאפן קיין נקודות, דעריבער איז עס פאר מיר נישט געווען קיין חילוק.
אבער יעצט הערנדיג אז עס 'געט צו חן' צו מיינע תגובות וועל‎ ‎איך פראבירן מהיום והלאה צו זיין א וואויל פאלגעדיג אינגל אנע חכמות.
מיט אנטשולדיגונג און האפענונג צו אייער פארשטאנד,
מיסטעריעז

דאנערשטאג אוגוסט 07, 2014 11:15 pm

חחחחח
זיס זיס.
איך בין "נישט" קיין שלעפשיצער, א צווייטער האט מיר שוין פארכאפט.

זונטאג אוגוסט 10, 2014 8:08 am

מיסטעריעז האט געשריבן:שׂרייבּן‎ ‎עפעס‎ ‎זאכליך

מיינסט מיך?

זונטאג אוגוסט 10, 2014 10:35 am

בכלל נישט

זונטאג אוגוסט 10, 2014 10:40 am

זאכליך האט געשריבן:
מיסטעריעז האט געשריבן:שׂרייבּן‎ ‎עפעס‎ ‎זאכליך

מיינסט מיך?

וויזוי‎ ‎האסטע‎ ‎געכּאפט‎?‎
שרייב א תגובה

Advertisement