בלאט 1 פון 1

וואס מיר קענען ארויסלערנען פונעם אדוואקאדוי...

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 03, 2014 1:21 am
דורך שלום אויש
זיצענדיג אונטערן וועזן און גייסט פון קאנטרי יעצט מוצאי שבת קודש האב איך זיך געשטעלט אנגרייטן פיינע עסן לכבוד מלוה מלכה,
אויפשניידנדיג אן אדוועקאדוי און צוויי איז מיר אינטערגעקומען א וויכטיגע רוף צו וואלענטירן און א באוועגונג וואו איך שענק דינסט
זיך צוריקקערנדיג פונעם מיסיע א שעה דערנאך, האב איך געטראפן מיינע מאכלים בלאזן...די אדוועקאדוי איז פארמיאוסט און ציגרינד געגאנגען ווען א שווארצער שיכט דעקט איהר איבער ארויפברענגענדיג אפשיי,
איך האב זיך געשטעלט אריינטראכטן אינעם געדאנק מיט וואס א איד לעבט, נעמליך אז טאטי און הימל האט באשאפן יעדער זאך מיט א ציהל, אלזא פארוואס האט טאטי אהערגעשטעלט אז די אדוועקאדוי זאל נישט קענען פארנעמען צו זיין אפן אהן ברוין ווערן [קען זיין עס קימט פון גיין ליידיג...ווער ווייסט?]
אזוי טראכטענדיג און אלע ריכטונגען איז מיר אריינגעטאנצן און קאפ דער הערליכער געדאנק פון רעדן ווייניג און זיך איינצוימען
דער אדוועקאדוי ווען ער איז פארמאכט איז ער שיין און גרין ווערנדיג מער רייף און עסבאר, אבער ווען מען עפנט אים אויף צום עפנטליכקייט ווערט ער אומבאחנט און פארדארבן
מיר מענטשן זענען באוועגליכע פאקטארן וואס מאנעוורירן די לעבנס טעג וואו מאטראזן. עס ווענדט זיך און אונז,
אויב ווילן מיר זיין גרין און עסבאר זייענדיג באליבט און אנערקענט ביי די געזעלשאפט, דארפן מיר זיין שטיל געלאסן און אומארויסגעשטארט, שענקען ליבע צום בריאה און זיין צוגענגליך צו יעדן ברנש און איין ווארט: פארמאכט!
דאקעגן גיין אפען רעדן פון פארמאכטע נושאים און
פאבליק און ארויסשטארן ביי קופקעס אלס אלצווייסער דאס איז פארדארבן ברוין און שווארץ
אשריך אייוועלט וואו יעדער איז רעספעקטירט
לעטס גאו גרין...

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 03, 2014 2:15 am
דורך שעבאשנוט
שיין שיין, לעץ גאו גרין!!!

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 03, 2014 2:38 am
דורך לחרות
א זיסע און טיעפע געדאנק...
כאטש געהאט וואס צו עסן???...

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 03, 2014 2:54 am
דורך שלום אויש
די זעלבע באשעפער פון אויבן וואס האט מיר געשיקט דעם געדאנק, האט מיר געשיקט עסנווארג...

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 03, 2014 6:00 am
דורך גדול מרבן
געוואלדיגער מוסר השכל!
דאס מיינט מכל מלמדי השכלתי

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 03, 2014 6:52 am
דורך green
LET'S GO "GREEN "

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 03, 2014 6:54 am
דורך שלום אויש
גרין וויאזוי נעמסטו אויף דעם געדאנק?

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 03, 2014 6:55 am
דורך green
אזוי ווי דו

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 03, 2014 8:38 am
דורך לכאורה
שיין שיין!

[-עס שרייבט זיך אבער "אוועקאדא" אן דעם ערשטן ד']

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 03, 2014 8:47 am
דורך א גראם מיט טעם
שעבאשנוט האט געשריבן:שיין שיין, לעץ גאו גרין!!!

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:28 am
דורך יודל מענדלזאהן
זעהר שעהנע געדאנק.
נאט אייך א 'פארמאכטע' גרינע, מר. אויש. :mrgreen:

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 03, 2014 10:11 am
דורך לוי יצחק
זייער שיין.

אגב, דא איז דא אן עצה אז די קערל זאל נישט אזוי שנעל ברוין ווערן. בדוק ומנוסה.

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 03, 2014 11:26 am
דורך לכאורה
שלום אויש האט געשריבן:אויפשניידנדיג אן אדוועקאדוי און צוויי איז מיר אינטערגעקומען א וויכטיגע רוף צו וואלענטירן און א באוועגונג וואו איך שענק דינסט
זיך צוריקקערנדיג פונעם מיסיע א שעה דערנאך,

פארגעסן זיך צו באדאנקן פאר די וואוילטעטיגע ארבעט וואס איר גיבט אוועק פאר כלל ישראל, גאנץ זיכער אין די ראמען פון "חברה הצלה" אדער א צווייטע לעבנסוויכטיגע געברויך.

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 03, 2014 12:00 pm
דורך ידיד
שיינע געדאנק.

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 03, 2014 12:01 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
ידיד האט געשריבן:שיינע געדאנק.

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 03, 2014 12:20 pm
דורך לוי יצחק
לכאורה האט געשריבן:
שלום אויש האט געשריבן:אויפשניידנדיג אן אדוועקאדוי און צוויי איז מיר אינטערגעקומען א וויכטיגע רוף צו וואלענטירן און א באוועגונג וואו איך שענק דינסט
זיך צוריקקערנדיג פונעם מיסיע א שעה דערנאך,

פארגעסן זיך צו באדאנקן פאר די וואוילטעטיגע ארבעט וואס איר גיבט אוועק פאר כלל ישראל, גאנץ זיכער אין די ראמען פון "חברה הצלה" אדער א צווייטע לעבנסוויכטיגע געברויך.

ואוו! נישט אויפגעפסאט די ווערטער, גערעכט.