בלאט 1 פון 1

אין די ניין טעג איז עס געשען

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 29, 2014 12:56 pm
דורך אליעזר גרינפעלד
איך זיץ מיר אראפ אויף מיין ארבייטס בענקל אזוי ווי יעדן טאג
זיך אנליינענדיג האלבוועגס אויף מיין שרייב טישל - טייפינג טישל קען אויך ווערן אנגערופן שרייב טישל?

איך ריק מיר מער זייטוועגס צו - קרעדיט מאשקע (זונטאג אשכול).
כדי צו עפענען א נייע אשכול צוצופיקסן דעם צוגעשלאסענע צושויבערטן.

עניוועי נחזור לענינינו:
איך ארבייט אריין יעדן טאג איך ברויך קער נעמען אז מיין טישל זאל ווערן ריין פון פאפירן
עס איז אנגערופן data entry

שוין חדשים וואס איך בין פארנומען ב"ה
איך באקום יעדע אנפאנג חודש נאך א פאפיר אדער נאך צוויי דריי אבער סע נאך קיינמאל נישט געווען
אזא גרויס פעקל פעיפערס ווי ווען איך האב אנגעהויבן

דו ווייסט וואס איך מיין?
שטעל דיר פאר דיין באאס קומט צו צו-דיר ער עפענט א גאנצע באקס אדער גענוג עס זאל אנפילן א באקס
ווען די בוזט פערטיג מיט דעם, וועל איך דיר אויסלערנען די נעקסטע זאך
צו מיר איז עס געשען:
ביים אנהויב האט ער מיר געברענגט א גאנצע פאק פאפירן דאס ברויכסטו קער נעמען
איך ארבייט שוין אפאר חדשים יעדע פאר טאג חלום איך שוין ווי אט אט גיי איך זעהן די קאליר פונעם טיש נאכאמאל
אפי' פאר נאר אפאר מינוט, די שמחה פון ענדיגן די גראבע פעקל פאפירן איז אין לשער!

די לעצטע פאר וואכן האלט איך שוין גאנץ אונטען שוין נישטא דעם גרויסן pile
איך זעה שוין כמעט די טיש, איך קען שוין שמעקן די שטויב אונטער דים אונטערשטען פעיפער
איך שמייכל שוין צו מיר - איך הייב זיך שוין אן פרייען..........................

**********

מיין באאס איז געפארן אין קאנטרי אנהויב זומער, שוין א חודש אדער מער אדער ווייניגער וואס איך האב עם שוין נישט געזעהן
איך פארבינד זיך טעלעפאניש אלעמאל ווען איך האב עפעס פארצושלאגן - פארשטייט זיך ער רופט קיינמאל נישט צוריק
אבער איך געב נישט אויף. איך רוף אסאך אסאך מאל צוריק.

איך האב זיך שוין געפרייט עם אנצורופן אז קען נעמען וועקאציע
צוליב'ן מאנגל אין פאפירן, איך בין דאך שוין כמעט פערטיג מיט די גאנצע דזאב.

***********

5 מינוט צוריק עפענט זיך די טיר פון מיין אפיס
מיים כאפצעם שפאצירט אריין מיט די זעלבע פעקל פאפירן ווי אפאר חדשים צוריק
לייגט עס חוצפעדיג אראפ אויף מיין טיש אין פראנט פון מיין פנים
אנע בושה וואקט ער צוריק ארויס מיט די זעלבע געמאסטענע טריט ווי ווען ער האט אריינגעוואקט

איך קען פלאצען - #9טעג

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 29, 2014 1:08 pm
דורך עירמאנט'ער
איי פיל יאור פעין

?אדער איז דאס אפשר א משל

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 29, 2014 3:15 pm
דורך לכתחילה אריבער
אוי וויי נעבעך!

עס איז יעצט אריינגעקומען אין די רעדאקציע עטליכע בילדער .......

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 29, 2014 3:20 pm
דורך למעלה משבעים
חחח, שיין געשריבן.

זאג פאר דיין באס אז אויף א פינף צעטלעך א טאג ארבעט זיך גרינגער ווי 800 צעטלעך איינמאל אפאר חדשים.

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 29, 2014 3:22 pm
דורך פיטום
אריין געקומען נאך

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 29, 2014 3:24 pm
דורך פיטום
נאך

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 29, 2014 3:28 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
מיר האבן שטארקע מיטלייד מיט אייך, אבער וואס קען מען טון אז ס'איז נגזר געווארן א גזירה פון בזיעת אפיך תאכל לחם, וואס ביי איינעם איז עס שוויצן פשוטו כמשמעו און ביי איינעם איז עס אויפזיין נעכט, און ביי א דריטן איז עס א בארג מיט צעטלעך.

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 29, 2014 3:29 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
לכתחילה אריבער האט געשריבן:עס איז יעצט אריינגעקומען אין די רעדאקציע עטליכע בילדער .......

בילד

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 29, 2014 8:19 pm
דורך private
דער האט א גרויסע קאמפעני יעדע מינוט וואקסט ארויס נאך א ארבעטער.

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 30, 2014 11:17 am
דורך אליעזר גרינפעלד
באאס האט געבעטן אראפצונעמען אלע בילדער
צוליב'ן חשש גילו

עס וועט ארויספארן א באס העכער די הייוועי
אראפצורייסן אלע בילדער ארום די וועלט