Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

מאנטאג יולי 28, 2014 3:19 pm

ארטסקרול האט געשריבן:
דרךהמלך האט געשריבן:שעפעלע = ארטסקרויל
די איינציגסטע פלאץ וואו מ'רעדט פון ציונית איז דא אויף אייוועלט
דו לעבסט אין עולם הדמיון

און אפילו אויף אייוועלט.


און איך זאג, אז אין בעלז איז מ'ען אגאנצן טאג פארנומען מיט סאטמאר, והא ראי' אז יעדע בעלזער אויף אייוועלט הערט נישט אויף צו רעדן פון סאטמאר
גיי דיר ארויס פון דיין באקס
זאג עס נישט צו מיר
ווייל איך האב געלערנט אין אלע פרעמדע ישיבות, אנגעהויבן פון באבוב און געענדיגט אין די ליטא, און געהאט א שפראך ב"ה מיט יעדן איינעם פון גור ביז בעלזא

Advertisement

מאנטאג יולי 28, 2014 3:20 pm

דער תהילים איד האט געשריבן:
ארטסקרול האט געשריבן:
דער תהילים איד האט געשריבן:וואס פאר א שווארצע יאר די ציונים, וואס האבן זיי דיר אזויפיל גוטס געטון אז דו זאלסט טראכטן פון זיי ערב ובוקר. איך מיין אפילו שבתי צבי האט מען נישט אזויפיל עטענטשען געגעבן. וואס הייסט? מען דארף דאך דאס כסדר חזר׳ן אז מען זאל נישט פארכאפט ווערן!!!!

התורה ניתנה לבני אדם.

כת ש"ץ איז שוין נישט אקטועל. פארשטיסט טאקע נישט די נפק"מ?

אייגנטליך, האסט אנגעהויבן רעדן וועגן נט"ק און וועגן נטרונא מיט א ציהל צו זאגן אז סאטמאר רב האט נישט דאס געמיינט, און ביסט אנגעקומען צו העצן אויף סאטמאר רב ז"ל. פלעין פאני.

אפשר האב איך געהעצט אויף רבי עקיבא איגר ח״ו? וואו קומט דא אריין סאטמאר רב? ווילסט זיך מאכן ווי א שעפעלע אז איך העץ אויף סאטמאר רב? ניין! ביי מיר איז סאטמאר רב פונקט אזוי חשוב ווי ביי דיר. ער איז געווען א געטליכער מאן ומעשהו נורא. אבער די קיען מיט די שיטה טאנצן אין וואנט מיט ארבעס. אז איינער זאגט אנדערש מיינט שוין אז ער רעדט אויף סאטמאר רב.

כת ש״ץ האט לכאורה נישט פארנעמען אזא ארט בימים ההם ווי ציונית. און כת ש״ץ איז אין ״א געוויסע זין״״ געווען פיל מער מסוכן.

איך ווייס אז דו ביסט רעפאנירט צו פארדרייען ווערטער, ובבקשה לאז מיינע רייד אין פארום.

מאנטאג יולי 28, 2014 3:23 pm

א רגע, לאמיר פארשטיין.

דו זאגסט אז אין סאטמאר היינט רעדט מען פון ציונות מער ווי בימי הויואל משה/דברי יואל?

פששש. (אוי, הלואי...)

מאנטאג יולי 28, 2014 3:24 pm

דרךהמלך האט געשריבן:
ארטסקרול האט געשריבן:
דרךהמלך האט געשריבן:שעפעלע = ארטסקרויל
די איינציגסטע פלאץ וואו מ'רעדט פון ציונית איז דא אויף אייוועלט
דו לעבסט אין עולם הדמיון

און אפילו אויף אייוועלט.


און איך זאג, אז אין בעלז איז מ'ען אגאנצן טאג פארנומען מיט סאטמאר, והא ראי' אז יעדע בעלזער אויף אייוועלט הערט נישט אויף צו רעדן פון סאטמאר
גיי דיר ארויס פון דיין באקס
זאג עס נישט צו מיר
ווייל איך האב געלערנט אין אלע פרעמדע ישיבות, אנגעהויבן פון באבוב און געענדיגט אין די ליטא, און געהאט א שפראך ב"ה מיט יעדן איינעם פון גור ביז בעלזא

וואו קומט אריין דא בעלזא? איך רעד פון בעלזא? ביסט א בעלזאר? ניין, א סאטמארער? יא! דאן לאמיר נישט רעדן פון זיי ווייל איך בין אויך נישט קיין בעלזאר.

מאנטאג יולי 28, 2014 3:25 pm

מען קען שוין טוישן די קעפל...

מאנטאג יולי 28, 2014 3:25 pm

דער תהילים איד האט געשריבן:א רגע, לאמיר פארשטיין.

דו זאגסט אז אין סאטמאר היינט רעדט מען פון ציונות מער ווי בימי הויואל משה/דברי יואל?

פששש. (אוי, הלואי...)

וזהו הפראבלעם, בימי הויואל משה האט מען גערעדט מיט א סדר און וועג ווייזער, היינט וויפיל מען רעדט איז דאס לאקשען און בלי תכלית. מען רעדט און מען פארדאמט פאר פייער און וואסער. ווען עס וואלט געווען ווי בימים ההם וואלט נאך פיין געווען. עטוואס.

מאנטאג יולי 28, 2014 3:28 pm

ארטסקרול האט געשריבן:
דער תהילים איד האט געשריבן:א רגע, לאמיר פארשטיין.

דו זאגסט אז אין סאטמאר היינט רעדט מען פון ציונות מער ווי בימי הויואל משה/דברי יואל?

פששש. (אוי, הלואי...)

וזהו הפראבלעם, בימי הויואל משה האט מען גערעדט מיט א סדר און וועג ווייזער, היינט וויפיל מען רעדט איז דאס לאקשען און בלי תכלית. מען רעדט און מען פארדאמט פאר פייער און וואסער. ווען עס וואלט געווען ווי בימים ההם וואלט נאך פיין געווען. עטוואס.


:lol: :x :P :oops: :cry: :twisted: :roll: :wink:

דאס איז דער קיצור פון דיין לאנגע תגובה? רבי, וואס ווילסטו?

מאנטאג יולי 28, 2014 4:27 pm

ארטסקרול האט געשריבן:
שמעלקא טויב האט געשריבן:
ארטסקרול האט געשריבן:
שמעלקא טויב האט געשריבן:
ארטסקרול האט געשריבן:פאלגענד איז א טוויט וואס א גרויסע פאופלערע אקאונט האט געשריבן און ליינט די צוויי קאמענטס פון פאלנער ערלים. דאס איז א מעלדונג איבער די נטרינא - נ״ק פראטעסט, און קוקט וואו די א.ג. ציל פון נטרינא איז ווי אויסליידיגען א טייך. ולא עוד עס מאכט גאר שאדן.


וואו אין די וועלט קומט דא אריין נטרונא? וואס שטעלט איר צוזאם נטרונא צו נטו"ק???

עס איז איין קאמפעני.

קיינער אינדארסירט זייער נישט אפציעל. נאר אינטער רב׳לעך, און נישט אפציעל סאטמאר.

די חילול השם איז, אז רוב גויים וועלן קיינמאל נישט משיג זיין אז עס איז דא א פונדאמענטאלע אינטערשיד פון ציונים און חרידישע אידן, פאר זיי זעט עס אויס צודרייט ווען חרדים שפרינגען מיט אראבער, אדער מאכן זיי זיך די רושם ווי וואנזיניגע אז זיי רעדן אויף זייערע אייגענע ברידער, פונקט ווי אנדערע פראקציעס בעולם ווי שבטים שינדן איינער דעם צווייטן. ע״כ איז אשאד אויף זייערע צייט און איז אויך א חילול השם.


כ'האף אז נישט אלעס פארשטייט איר אזוי גוט ווי דאס, נטרונא און נטו"ק זענען הימעל און ערד, זיי זענען איין זאך ביי אייך ווייל איר האט ביידע פיינט, ווייל ביידע דערמאנען אייך אז די מדינה מיט וואס איר זענט אזוי שטאלץ "מיין מדינה" איז א מדינה של גיהנם וואס איז מורד בה' ובתורתו!

כפארשטיי עס כמעט אזוי קלאר ווי דו ביסט מיט די שיטה.

ואתן לך מענה וטענה.

קודם כל מיין שטאלץ איז מיט די מדינה, אבער נישט מיט די אמטירענדע, נאר מיין שטאלץ איז אויף די מדינה שאחכה לו בכל יום שיבא, אויף די ארץ הקודש וואס גואלינו וועט אונז אריינפירן במהרה.

כוונתי מיט די אויסדריק אז זענען ׳איין קאמפעני׳ איז ווייל שניהם עולים בקנה אחד, ביידע מיט די זעלבע מאטיווען נאר מיט אנדערע שטיוועל. דער שטייט א צורידערטער און שאלט מיט די בני ישמעאל והשני קומט אומשולדיג מיט ליטארוטורס און ליפלעטן אויסצופאמפן וויאזוי ער פארשטייט דעת רבינו הקדוש.

והנה, רוב חרידישע אידן ווייסן צו זאגן אז די גרינדער פון ישראל איז געווען בדם און בייזוויליג. נאר די אינטערשידן קערט זיך אן ביי די אנשויאינגען פון די צוגאנג כלפי די מדינה. זה בבחירות, וזה באגידה וכו׳ יעדער גייט אין די וועג שדרך לו רבו. אבער מיט די מחשבה איז יעדער איינשטימיג אז די ציונים דרכם כסל למו, און מזידים הם יעדער געוואנדן אויף די שטארקייט פון בשאט נפש עד היכן מגיעים להם. עס מיינט נישט אבער אז אויב איינער טרעפט זיך אין די שלל פון נישט זאגן ׳ימח שמו די צינוים יעדער צען מינוט׳ איז א פושע און א דירעקטע אנהענגער צו די מלכות הרשעה. נישט אז האבן יא די מינדערסטע השגה פון שיטת רבם נאר מען פלעפעלט נאך מיט פאמפלעטן וואס ער האלט און פארשטייט אז די רבי האט אזוי געהאלטן, און עס שטעלט זיך ארויס אז די רבי האט געהאט ששים רבוא שיטת מיט איין מילוני מיינונגען צוטיילט לויט יעדעם׳ס פראקציע, בנ״י/מהר״א/מהר״יי/נטו״ק/נטרינא וכולהו. יעדער שינד דעם צווייטן אז דאס האט די רבי געמיינט, און אויב איינער וואגט זיך צו זאגן אנדערש איז אחת דתו. און אויב איינער פון א באזונדערע פראקציע וועט זאגן עברית ח״ו און נישט העברעיש אדער שעלט די אראבערס איז אויטאמאטיש א געמיינזאמע טייל פון די כנסת.

מען פארגעסט אז די תכלית פון א איד בעלמא הדין איז די עגל נפשו, ג״ע שפו״ד וע״ז, און אויף יענער וועלט וועט מען שמייסן מיט א פייערדיגע רציעה אויב מען האט נישט מנצל געווען די זמן כדבעי, און עס וועט זילטש העלפן אז מען האט געזאגט ימח שמו די ציונים הונדערט מאל א טאג. עס איז גענוג מיט די הכרה און ידיעה איבער די מינים און מען דארף דאס נישט מאכן א אינטערגראלע טייל פון לעבן נאכדעצו מען רעדט און מען בלעבעלט נאך וואס מען ווייסט נישט און מען פארשטייט נישט.

עס איז אזויווי די חסידים פאר 200 יאר צוריק וואלטן געווען פארנומען רציפות צו האקן אויף שבתי צבי אדער די פרענקן. מיר אלע האבן געוויסט אז אונזערע רביס טוען די ארבעט פאר אונז און שלאגט זיך פאר אונז. און יעדער ווייסט אז שבתי צבי וכו׳ זענען יורדים ולא עולים רשעים ומסיתים. ובכגון דידן האבן מיר אנגעטון שטיוול וואס באלאנגט נישט צו אונז, און מען פארטאכלעוועט די צייט מיטן זיך אויפעסן איינער דעם צווייטן ווער עס ווייסט ריכטיג די שיטה הקדושה. דער מענטש רעדט זיך איין אז ווען ער ווייסט שוין ריכטיג די שיטה האט ער שוין מקיים געווען זיין תכלית בעלמא הדין. ולא עוד אז עס איז באמת א גרינגער זאך, וואס דארף מען מער ווי רעדן א גאנצע טאג אויף אפיקורסים וואס קען זיין גרינגער פון דעם? ימח שמם וזכרם! אההה! דו זעסט איך בין א איד! אבער וואס טוט זיך מיט דיין עגל הציוני? משיח קומט נישט נאר וועגן דיינע זינד! נישט וועגן די אפיקורסים! בשבילי נברא העולם און נישט בשביל ביבי! (קען זיי אז זיי אויך) אדער מיר דארפן זיך באשעפטיגן מיט אונז!! מיט זיי אויך, מפעם לפעם, מען דארף דאך טאקע וויסן ווער עס איז א אפיקורס.

זענען מיר אראפגעקומען מתקן צו זיין ביבי נתניהו, אדער אונזער זעל? הגע את עצמך, מיט וואס איז די מוח פארנומען א גאנצען טאג מיט ציונית אדער מיט עבודת השם?

איך פארשטיי אז עס גייען זיך באלד יאווענען מאמרי חז״ל אז עס איז נישטא קיין גרעסערע נחת רוח פארן אייבירשטען ווי דאס אז מען רעדט אויף אפיקורסים א גאנצן טאג. און נאכאמאל יעדער איז בארעכטיגט אפצולערנען אז זיין רבי האט דאס געמיינט. [און איך גלייב אז די רבי האט מער גערעדט פון עניני שובבים ווי ציוניזעם, ומהיכן מגביר צו זיין וועלכע איז שטערקער, פארוואס קומען נישט ארויס ביכער וועגן שובבים?] אבער עס איז נישט בארעכטיגט צו שיסן ארטולערישע וואפן ווען איינער זאגט אז אים איז מער מחייב עניני קדושה ווי ציוניזעם (באלד וועט קומען תורות אז קדושה וציונים איז היינו הך) און אויב איינער שעלט די אראבערס אדער פארדאמט נטו״ק וכו׳ מיינט נישט אז ער איז פארכאפט.

און אפשר קען מען יא דן זיין די קאך אין ציונים לטובה, ווייל עס איז מעגליך אסאך בעסער ווי צו רעדן פון טוויטער אדער אנדערע שטותים, וואס מען קען זיך זיכער נישט איינרעדן אז זהו התכלית.

מען קען זיך זייער גרינג נארן, אזוי ווי באלד וועלט אפיר קומען לינקס צו דרשות און היברא באקס, און ציטאטן פון דער און יענער. אבער דער מענשט אליין קען זיך גוט נארן מיטן מיינען אז מיטן האקן אויף ישראל און די מינים א גאנצען טאג וועט מען אריינגיין גראד אין גן עדן. זיי פארנומען מיט דיין אידישקייט! מיט דיין אינטערנעט! מיט דיין חבריא! מיט אונזער אידישקייט! מיט אונזער עגל! און אויב דאס איז ציונים, זייער פיין פאר דיך! אבער יענער האט אויך עפעס וואס איז אים מחייב מרבו מער פון שינדן אויף ציונים! און עס מיינט נישט אז משום הא איז יענער א אגעדיסט.


איך האב נאכנישט אלעס אפגעליינט ביז אהער קען זיין איינער האט שוין געשריבן
ווי איך פארשטיי האסטו דא געוואלט מסביר זיין אז נטו"ק און נטרונא זענען יא היינו הך און אז דו פארשטייסט ווי אזוי און מיט וואס (חוץ אויב דו האסט געמיינט צו קוואטן א אנדערע תגובה)
און צוליב דעם האסטו גענומען שיסן איבער די ג' חמורות און שובבי"ם און אז יעדער דארף זיך אליין מתקן זיין וכו'
פון דיין גאנצע לאאאאנגע תגובה איז עס מיר פאר א סיבה נישט קלאר געווארן ווי נטו"ק און נטרונא זענען קרובים אפשר ביסטו זיך בעסער מסביר

מאנטאג יולי 28, 2014 4:52 pm

ארטסקרול האט געשריבן:
דער תהילים איד האט געשריבן:אויף וויפיל איך ווייס האט סאטמאר איין הויפט פריאריטעט, און דריי סעיף קטן'ס.

הויפט פריאריטי: איינהאלטן יעדע סעיף אין שו"ע. אזוי האט אונז דער רבי געלערנט.

סעיף קטן פריאריטי'ס: 1) אמונה טהורה 2) קדושה 3) צדקה

די פראבלעם איז א די סעיף קטן אלף איז געווארן די הויפט פריאריטעט, ניין? נישט דאס איז די טעמע אלעמעל און אין יעדן צייט? נישט דאס גראמט מען ביי אלע רבישע חתונות? נישט אויף דעם איז דא חבירות? נישט איבער דעם רעדט מען 75% אין אייוועלט?


יא אויף דעם איז "אויך" דא חבורות

מאנטאג יולי 28, 2014 5:12 pm

וואטיצעך האט געשריבן:
ארטסקרול האט געשריבן:
דער תהילים איד האט געשריבן:אויף וויפיל איך ווייס האט סאטמאר איין הויפט פריאריטעט, און דריי סעיף קטן'ס.

הויפט פריאריטי: איינהאלטן יעדע סעיף אין שו"ע. אזוי האט אונז דער רבי געלערנט.

סעיף קטן פריאריטי'ס: 1) אמונה טהורה 2) קדושה 3) צדקה

די פראבלעם איז א די סעיף קטן אלף איז געווארן די הויפט פריאריטעט, ניין? נישט דאס איז די טעמע אלעמעל און אין יעדן צייט? נישט דאס גראמט מען ביי אלע רבישע חתונות? נישט אויף דעם איז דא חבירות? נישט איבער דעם רעדט מען 75% אין אייוועלט?


יא אויף דעם איז "אויך" דא חבורות

גוט, איך בין צופרידן פאר די ׳באלד אויך׳. יעצט, אויף עניני שובבים און תיקן המעשים ועבודת השם איז ״אויך״ דא?

מאנטאג יולי 28, 2014 5:19 pm

טראכסט באמת אז נישט??

מאנטאג יולי 28, 2014 5:21 pm

דער תהילים איד האט געשריבן:טראכסט באמת אז נישט??

יא. ווייל עס איז נישט בנמצא. (איך מיין נישט שיעורי תורה)

מאנטאג יולי 28, 2014 5:25 pm

אין סאטמאר איז (ליידער) נישטא קיין ארגאנאזירטע חבורות, כ'ווייס נישט פון וועלכע מ'רעדט דא. דאס וואס איז יא דא אביסל אין וויליאמסבורג און אין קרית יואל איז א אויפוואכונג אז מ'קען אסאך אויפטוען ביי אינגעלייט ווען מ'זאל זיך האלטן בשבת אחים ווי מ'קומט זיך צוזאם צו פארברענגן מיט דברי תורה ויראת שמים, ס'איז אבער קלאר נישט אוועקגעשטעלט געווארן צו רעדן דארט קעגן ציונות.

כ'זאג דיר נאכאמאל, אין סאטמאר ביי ביידע פראקציעס עקזעסטירט נאכנישט דערווייל ארגאנאזירטע חבורת מטעם, ס'זענען יא דא קלענערע חבורת וואס אין די ראמען דערפון זענען מסתם נישטא קיין פינעף פראצענט אברכים, מילא ווייסעך נישט פון וועלכע חבורות מ'רעדט.

מאנטאג יולי 28, 2014 5:26 pm

ווי עס שיינט זעהט עס אויס ווי א פשוטע קבלת אבות אז אין סאטמאר איז נאר דא קנאות, סאיז אמת אז לערנען אין דאווענען טוען מיר אין בית מדרש און נישט אויפן גאס, אויב קענט איר סאטמאר נאר פון די גאס איז אויך נישט געפערליך, אבער איר ווילט וויסן אביסל מער דאן מאכט אביסל ריסורטש טו האם ווארק און קום אינז צירוק פארציילן.

מאנטאג יולי 28, 2014 5:31 pm

עבודת_הבורא האט געשריבן:ווי עס שיינט זעהט עס אויס ווי א פשוטע קבלת אבות אז אין סאטמאר איז נאר דא קנאות, סאיז אמת אז לערנען אין דאווענען טוען מיר אין בית מדרש און נישט אויפן גאס, אויב קענט איר סאטמאר נאר פון די גאס איז אויך נישט געפערליך, אבער איר ווילט וויסן אביסל מער דאן מאכט אביסל ריסורטש טו האם ווארק און קום אינז צירוק פארציילן.

לאכן מיר אלע. איך דארף קיין ריסערטש נישט מאכן. עס שיינט ווי די לעכטיגקייט פון די זין.

מאנטאג יולי 28, 2014 5:32 pm

עבודת_הבורא האט געשריבן:צירוק צום אשכול נושא
ליידער 10 סאלדאטן מזרע ישראל זענען אומגעקומען היינט על מזבח הציונות, ליבי ליבי על חלליהם, מעי מעי על חלליהם אלעס באשמת הציונים

אפשר איז עס באשמת האינטערנעט? האסט א מקור? ביסט אין הימל? זאגסט אזוי מחמת געפיל? אדער איז עס גרינגער זיי צו באשולדיגען ווי זיך אליין.
לעצט פאראכטן דורך ארטסקרול אום מאנטאג יולי 28, 2014 5:34 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

מאנטאג יולי 28, 2014 5:32 pm

פריי דיך מיט דיין חלק מיר זענען אלע אויך צפרידן

מאנטאג יולי 28, 2014 5:33 pm

ארטסקרול האט געשריבן:
דער תהילים איד האט געשריבן:טראכסט באמת אז נישט??

יא. ווייל עס איז נישט בנמצא. (איך מיין נישט שיעורי תורה)

דו רעדסט פון חבורות, מיינסטו מסתמא חבורות ביי בחורים צו לערנען ויואל משה, ווייל ביי אינגעלייט ווייס איך נישט פון קיין חבורות. און ביי בחורים איז דא חבורות אויף אלע ענינים הצריכין חיזוק וואס ס'איז שייך צו מאכן חבורות, וויפיל איך ווייס.

ביי אינגעלייט ווייס איך דערווייל פון 2 סארט חבורות: אויף לימודי התורה, און אויף התחזקות בעבודת ה'. אויב דו ווייסט עפעס מער ווי מיר, דאן קיעפ מי אפדעיטעד..

מאנטאג יולי 28, 2014 5:35 pm

דער תהילים איד האט געשריבן:
ארטסקרול האט געשריבן:
דער תהילים איד האט געשריבן:טראכסט באמת אז נישט??

יא. ווייל עס איז נישט בנמצא. (איך מיין נישט שיעורי תורה)

דו רעדסט פון חבורות, מיינסטו מסתמא חבורות ביי בחורים צו לערנען ויואל משה, ווייל ביי אינגעלייט ווייס איך נישט פון קיין חבורות. און ביי בחורים איז דא חבורות אויף אלע ענינים הצריכין חיזוק וואס ס'איז שייך צו מאכן חבורות, וויפיל איך ווייס.

ביי אינגעלייט ווייס איך דערווייל פון 2 סארט חבורות: אויף לימודי התורה, און אויף התחזקות בעבודת ה'. אויב דו ווייסט עפעס מער ווי מיר, דאן קיעפ מי אפדעיטעד..

כמעט אין יעדע סאטמארע שול קענסטו זען ׳חבורת ויואל משה, די ישיבה איז סטאנציאנירט אין ביהמ״ד?

מאנטאג יולי 28, 2014 5:37 pm

ארטסקרול האט געשריבן:
עבודת_הבורא האט געשריבן:צירוק צום אשכול נושא
ליידער 10 סאלדאטן מזרע ישראל זענען אומגעקומען היינט על מזבח הציונות, ליבי ליבי על חלליהם, מעי מעי על חלליהם אלעס באשמת הציונים

אפשר איז עס באשמת האינטערנעט? האסט א מקור? ביסט אין הימל? זאגסט אזוי מחמת געפיל? אדער איז עס גרינגער זיי צו באשולדיגען ווי זיך אליין.


מיין רביים האבן מיר אזוי געלערנט

די פשטות דערפון איז זייער פשוט, ווען איך געב דיר א פראסק שלא ברשות התורה אין די געסט מיר צירוק, איז דיין פאטש באשמתי וואס איך האב דיר געטון א אומבארעכטיגטע זאך.

ווען די תורה הייסט הארגענן א מסית איז מען איז עס מקיים און דער גואל הדם הארגעט צירוק איז עס נישט באשמת דער וואס האט געהארגעט דעם מסית ווייל ער געטון רצון השם איי ווי קען זיין אז פון דעם איז ארויס געקומען אזא זאך יעצט קען שוין מאכן סענס אז דאס איז דער אינטערנעט
לעצט פאראכטן דורך עבודת_הבורא אום מאנטאג יולי 28, 2014 5:43 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

מאנטאג יולי 28, 2014 5:41 pm

ארטסקרויל טייערער ווען די ווילסט אפפרעגן מיט השקפה אז מיר זענען נישט אויסגעהאלטן קענען מיר צירוק ענטפערן מיט השקפה אז מיר טוען יא די ריכטיגע זאך, און פאר דעם איז דער אשכול געפענט געווארן, עס קומט דיר באמת א דאנק פארן גיין אויף דעם ריכטינג.

אבער אויב מזטו שוין צו קומען אז מיר זענען אפגעפרעגט ווייל מיר זענען פשוט פארדרייטע פארקרומטע מענטשן, דאס האט שוין נישט מיט השקפה צו טוען איך בעט דיך ביטע פירקל נישט אן דעם אשכול מיט די סארט זאכן.

מאנטאג יולי 28, 2014 5:45 pm

ארטסקרול האט געשריבן:כמעט אין יעדע סאטמארע שול קענסטו זען ׳חבורת ויואל משה, די ישיבה איז סטאנציאנירט אין ביהמ״ד?

כווייס נישט אין וועלכע שוהל דו האסט עס געזעהן, כנראה איז ערגעצוואו געווארן א התעוררות איבער דעם צוליב וואס מהאט געזעהן א געברויך דערין, זינט דער ויואל משה איז א סאטמארע שולחן ערוך לאמונות ודיעות.

אבער מיט די דאזיגע ווערטער "כמעט אין יעדע סאטמארע שול קענסטו זען ׳חבורת ויואל משה" האסטו זיך פשוט צונאר געלייגט.

מאנטאג יולי 28, 2014 5:48 pm

ארטסקרול, ביי דיין ערשטע תגובה האב איך דיך פארשטאנען און גראדע האסטו ארויסגעברענגט א פונקט. אבער זינט יענע תגובה ביסטו ווייט פארפארן און זיך גענומען שיסן רעטאריק און העיט. סארי האסט מיך פארלוירן

מאנטאג יולי 28, 2014 5:52 pm

געלעגער האט געשריבן:ארטסקרול, ביי דיין ערשטע תגובה האב איך דיך פארשטאנען און גראדע האסטו ארויסגעברענגט א פונקט. אבער זינט יענע תגובה ביסטו ווייט פארפארן און זיך גענומען שיסן רעטאריק און העיט. סארי האסט מיך פארלוירן

סארי, איך מיין נישט צו ווארפן העיט. ווייז מיר אן וואס דו רופסט העיט און איך וועל משתדל זיין זיי אויסצולאזן.

מאנטאג יולי 28, 2014 5:58 pm

זעהט נישט אויס די מלחמה מיט די טינעלן א פארלוירענע קאמף? אויב זיי מאכן דאס אזוי שנעל ווי זיי האבן דאס געמאכט ביז יעצט, איז דא זייער שנעל צירוק אלע טונעלן, דארף מען טאקע זיין א סאטמערער אין גלייבן אז העברת פי השם לא תצלח צו זעהן די לעכרליכקייט פון די גאנצע מלחמה, אדער דארף מען זיין דייקא משוחד צו נעציאנאלע געפילן פון מיין לאנד כדי צו פארשטיין אז דאס האט יא א פשט.
איך בון פשוט נייגעריג ווי א דריטער וואלט עס אנגעקוקט, קען איינער אהער ברענגן אזא דריטער........... אפשר ארטסקרויל איז א גוטע קאנדידאט
לעצט פאראכטן דורך עבודת_הבורא אום מאנטאג יולי 28, 2014 5:59 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
שרייב א תגובה

Advertisement