בלאט 9 פון 10

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 30, 2014 7:39 am
דורך farshlufen
ארטסקרול האט געשריבן:
און איך מיין אפילו ביי לויית רעדט מען אויך דערפון. וואס פאר א שווארצע יאר די ציונים, וואס האבן זיי דיר אזויפיל גוטס געטון אז דו זאלסט טראכטן פון זיי ערב ובוקר. איך מיין אפילו שבתי צבי האט מען נישט אזויפיל עטענטשען געגעבן. וואס הייסט? מען דארף דאך דאס כסדר חזר׳ן אז מען זאל נישט פארכאפט ווערן!!!!


האט איר מיר דערמאנט פון עניני דיומי דעם שו"ת שבות יעקב ח"ג סימן ל"ג

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 30, 2014 7:47 am
דורך farshlufen
farshlufen האט געשריבן:ארטסקרול, שוין געמאכט די פאון קאל?

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 30, 2014 7:49 am
דורך דער תהילים איד
הופס. נייע אשכול, "השקפה קריגערייען", אין "פארברענגען". קודאס!

א דאנק אייך טייערע מנהלים.

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 30, 2014 8:30 am
דורך יוסף שרייבער
דער תהילים איד האט געשריבן:
יוסף שרייבער האט געשריבן:קעגען די תקנות פון אייוועלט נישט אבער קעגען די געפיל פון סאטמארוועלט יא.

הפלא ולעפעלע, איך האב נעכטן געשריבן דא אויף סאטמארוועלט מיין הערה אויף בעלזער רב'ס הוספה צום נוסח פון אחינו כל בית ישראל, און ס'איז פארמעקט געווארן.

און... כהאב נישט געשימפט און נישט געהאט קיין טענות.

(היצט כאפ איך זיך אז סאטמאר האט שוין שלום געמאכט מיט בעלזא... קען טאקע יא זיין אז דא איז סאטמארוועלט :roll: )

נישט געזעהן וואס איר האט געשריבען ואיתכם הסליחה.
אבער דעס איז נאך קאי וקיים און דער רעדט זיך נעבעך איין ער טשעפעט איינעם.

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 30, 2014 8:49 am
דורך למעלה משבעים
יוסל האסט פארגעסן אז דאס האט מען ארויסגעפירט און ע"פ דיין טענה'עריי האט מען עס צוריק אריין געברענגט דא...? ביזט דאך רגיל אין די סארט טענות.. מצד אחד זאגסטו מיר כסדר, נע, מען דארף נישט מעקן דאס וואס מען טשעפעט דיר פערזענליך, און ווען מען לאזט עס יא שרייסטו אז נאר ווען מען טשעפעט סאטמאר מעקט מען, ווידער אויב מעקט מען עס יא שרייסטו אז מען מעקט...

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 30, 2014 9:07 am
דורך יוסף שרייבער
ווי זעהט איר איך שרייב מען זאל מעקען? אפילו נישט האבענדיג געזעהן הרב תהלים'ס תגובה איבער דעם נוסח גלייב איך נישט ער האט געשריבען עפעס שוידערליך אז עס איז א מאסט צו מעקען.

און יענער האט מיר נישט געטשעפעט פערזענליך (עכ''פ נישט אין יענע תגובה) אבער עס איז מיר אינטרעסאנט אויב איך וועל שרייבען עפעס למשל לגבי אדמו''ר מהר''א מסאטמאר געוויקס/אויסזעהן צו איך גיי באקומען א ווארענונג צו נישט.

נאר ווי איך זעה גרייט איר שוין צו דעם באדען מען זאל קענען דעם אשכול גענצליך אראפלאשען. ולהי ידוע אז דאס איז די סיבה פארוואס הרב ארטסקרול פלאנט מער נישט צו שרייבען אין דעם אשכול, ער האלט זיך מער נישט ביים משתתף זיין אין אייער כיתה א מכלומפערש דעמאקראטיע שפיל.

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 30, 2014 12:18 pm
דורך יהיה כן
יוסף שרייבער האט געשריבן:
דער תהילים איד האט געשריבן:
יוסף שרייבער האט געשריבן:קעגען די תקנות פון אייוועלט נישט אבער קעגען די געפיל פון סאטמארוועלט יא.

הפלא ולעפעלע, איך האב נעכטן געשריבן דא אויף סאטמארוועלט מיין הערה אויף בעלזער רב'ס הוספה צום נוסח פון אחינו כל בית ישראל, און ס'איז פארמעקט געווארן.

און... כהאב נישט געשימפט און נישט געהאט קיין טענות.

(היצט כאפ איך זיך אז סאטמאר האט שוין שלום געמאכט מיט בעלזא... קען טאקע יא זיין אז דא איז סאטמארוועלט :roll: )

נישט געזעהן וואס איר האט געשריבען ואיתכם הסליחה.
אבער דעס איז נאך קאי וקיים און דער רעדט זיך נעבעך איין ער טשעפעט איינעם.


דאס א תשובה צו איין תגובה פריער, וואס א אדמו"ר ווערט דערמאנט בשמו, (און דאס איז אויסער וואס יענער האט סתם מבאיש ריח געווען אויף צוויי גרויסע קהילות קדושות בישראל, וואס זענען ב"ה גארנישט אינטערשטעליג פון אנדערע בתורה ועבודה וגמילות חסדים, כאילו דארט איז מען נישט עוסק אין אידישקייט נאר אין קנאות וכו', בלאה בלאה)

ולעצם התגובה הנ"ל
פארהאן גענוג און נאך אדמורים אשר מילאו 'כריסם' בשס ופוסקים......... מיט דיין זיך באליידיגן ולצעוק בקול גדול, ביזטו בבחינת 'דער נאר זאל ארויס גיין פון מקוה...' והבן

נאך אביסל זעהסטו שוין אויס ווי להבדיל די חמאס'ניקעס, וועלכע שיסן אויף יעדן, נאר ווען זיי כאפן וויינען זיי מיט קראקאדיל טרערן...

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 30, 2014 2:33 pm
דורך ארטסקרול
יוסל האט גוט פראדיקטעט, איך פלאן נישט צו פרעטיסיפעטן אין די ווייטערדיגע שמיעס. און איך וויל קלאר שטעלן און מגלה דעת זיין אז איך האב נישט קיין פראלבעם ווען איינער שענד מיך און רופט מיך אן מיט סייוואספארא לשון של גנאי, אויב דאס מאכט אים זאט און באפרידיגט אים, טא פארוואסזשע זאל איך נישט העלפן א צווייטן איד. ער דארף דאס נאר קאנסידערן אויב עס שטומט מיט די תקנות און מיט זיין תכונת הנפש. און די סיבה פארוואס עס באדערט מיך נישט איז ווייל דער יעניגער אטאקירט נישט מיך, ווייל ער קען דאך מיך נישט, סא עס איז "שפך כעסו על ניקי".

און טאמער איינער וואלט מיך יא געוואלט גוט צופיקסן, וואלט מיך פשוט געדארפט "ענטפערן" אויף מיינע פראגעס. ענטפערן מיין איך קאנטרעדיקט, און נישט מענין לענין. ענטפערן מיינט: נישט מסלף זיין מיינע רייד, און מיינט: נישט מוסף זיין צו מיינע רייד. נאר פשוט: 'א ענטפער'. א ענטפער מיינט נישט צו זאגן: 'האסט מיך נישט ליב', עס מיינט נישט צו זאגן: דו רעדסט אויף מיין רבי'ן. עס מיינט נישט צו זאגן: 'דו רעדסט אויף א חסידות'. ניין! ווייל איך האב דיך יא ליב, און איך רעד נישט אויף דיין רבי'ן, און נישט אויף דיין חסידות. און די פראבלעם פארוואס דו קענסט מיך נישט ענטפערן איז ווייל דו פארשטייסט נישט מיין קשיא. ביי ענק אויב איינער פרעגט אזא קשיא, באקומט א קאנטער טיטול, 'תלמיד קוק', אויב איינער פרעגט אזא קשיא איז א 'מעריץ למדינה'. ניין! איך בין נישט קיין תלמיד פון הרב קוק, און נישט קיין מעריץ למדינה. איך פרעג נאר, וואס די הרי חושך האבן דיך די ציונים געטון אז דו רעדסט פון זיי יעדע רגע פון טאג, און די ארגסטע פון אלעם איז אז דו פארשטייסט נישט וואס דו זאגסט. זיי פארנומען מיט דיין זעל, און חזר א גאנצע טאג, מסילת ישרים, חובת הלבבות, ספרי חסידות, ווייל דאס איז 'נישט' א איינמאליגער מלחמה, דער מענטש האט א 'אייביגער מלחמה' מיט זיין יצר א גאנצע לעבן. רעד ביי שלש סעודת וועגן 'קדושה', ביי 'חתונות' גראמט פון צניעות, און ביי לויות זייט מספיד אז 'יבלע הטומאה לנצח'. (זאגט מיר נישט אז איך זאל קאלן טעלעפאן ליינס, ווייל איך מיין נישט אז איר טייטש די חומש: וידבר בלעם, און ביבי האט גערעדט, אל בלק צו שאראן. איך ווייס אז מען רעדט 'אויך' פון אנדערע ענינים, אבער וואס מען געדענקט איז די 'נשא תורה'.. און די שטיקלעך אז די רבי האט געזאגט אז מען זאל טון וואס נטרינא טוט) און ווען מען האט איבריג צייט קען מען, אויב מען איז מסוגל דורכטון די 'סוגיא ד'מינות'. מיר האבן פאר די סוגיא אסאאאך וויכטיגערע זאכן צו חזר'ן.

לסיכום איז ממה נפשך, אויב לערנט איר און דאווענט איר א גאנצן טאג, און נאר אמאל אמאל רעדט מען פון ציונים בשעת המלחמה, דאן פארוואס הערט מען פון ענק א גאנצע טאג "ציונית"? און אויב רעדט איר 'יא' א גאנצע טאג פון 'ציונית', דאן זעצט אייך 'לערנען' און רעדט א גאנצע טאג פון 'חובת הלבבות'. אויב איך רעד שוין צו טיף דאן טוט אייך אויס די שיך, עס וועט אסאך העלפן.

איך וויל נישט זיין קיין היט ענד ראון, דערפאר האב איך איבערגעזאגט וואס איך האב שוין געזאגט כמה פעמים לענגאויס די אשכול, און פארשטיין געגעבן פארוואס איך קען דא מער נישט פארזעצן. ווייל איך וויל נישט אויסזען ווי א תלמיד פון הרב קוק...

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 30, 2014 2:45 pm
דורך בנימין הלוי
ארטסקרול אזויווי דא איז פארברענגן האב איך נישט מורא פון געלעגער (הענט און פיס ווארפן זיך מיר בשעת'ן שרייבן) און איך גיי פארקריכן פון די נושא
דו און דיין ניק זענען סאטמערע (אנדערש, וואס די העק גייט עס דיר אין קרעפל די גאנצע מעשה?)
דו רעדסט לעצטנס זייער אסאך פון ציונית (ביסט פארכאפט אין רעדן פון די ציונים כמעט ווי די אראבער)
עפעס שטערט דיך מיט סאטמאר אבער דו קומסט אריין בדרך כלל אומקלאר וואס אזוי געפערליך גייט פאר דארט אין די סאטמארע קרייזן

צום ענין (וועלכע ענין?) וועל איך לאזן אנדערע שרייבן אדער ענטפערן
איין זאך יא, כ'גלייב נישט אז מיט א אשכול צוויי אויף אייוועלט וועט מען איבערדרייען די סאטמערע מהלך המחשבה, מען דארף פארדעם ערנסטע כוחות

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 30, 2014 2:48 pm
דורך לכתחילה אריבער
איך וואלט געבעטן א ענטפער אויף איין פראגע. נאכדעם וועלמער גיין א שטעפל ווייטער.

צו האט סאטמאר רב זי"ע געוואלט מען זאל ביזי זיין מיטן ציונות אזוי ווי מען איז למעשה ביזי אין סאטמאר?

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 30, 2014 2:50 pm
דורך שאינו יודע
לכתחילה אדער ארטסקרול?

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 30, 2014 2:54 pm
דורך יאנקעלע קליגער
ארטסקרול האט געשריבן:וואלט מיך פשוט געדארפט "ענטפערן" אויף מיינע פראגעס.

וואס זענען דיינע פראגעס פארוואס מ'רעדט "נאר " ציונות
אדער פארוואס מ'רעדט אייביג "אויך" פון ציונות
ס'איז דא שיעורים אין חובות הלבבות און "אויך" אין ויואל משה
מ'רעדט ביי די דרשות פון מה חובתי בעולם, שמירת עינים, לימוד התורה, חינוך הבנים, צניעות, וכו' וכו' און יא "אויך" פון ציונות
טאמער איז נישט דאס דיין פראגע
לאמיר הערן וואס יא?

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 30, 2014 2:55 pm
דורך לכתחילה אריבער
שאינו יודע האט געשריבן:לכתחילה אדער ארטסקרול?

דו רעדסט צו מיר? איך פרעג ארטסקרול וואס ער האלט אויף די פראגע.

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 30, 2014 2:57 pm
דורך בנימין הלוי
יאנקעלע קליגער האט געשריבן:
ארטסקרול האט געשריבן:וואלט מיך פשוט געדארפט "ענטפערן" אויף מיינע פראגעס.

וואס זענען דיינע פראגעס פארוואס מ'רעדט "נאר " ציונות
אדער פארוואס מ'רעדט אייביג "אויך" פון ציונות
ס'איז דא שיעורים אין חובות הלבבות און "אויך" אין ויואל משה
מ'רעדט ביי די דרשות פון מה חובתי בעולם, שמירת עינים, לימוד התורה, חינוך הבנים, צניעות, וכו' וכו' און יא "אויך" פון ציונות
טאמער איז נישט דאס דיין פראגע
לאמיר הערן וואס יא?

זיין פראגע איז פשוט וואס האט ציונית מיט דיר טייערער ברודער? ביסטו דען א ציוני אז מען דארף דיך כסדר אוועקרייסן דערפון?

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 30, 2014 2:59 pm
דורך יאנקעלע קליגער
מ'וויל פריווענטען איך זאל ח"ו נישט ווערן

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 30, 2014 3:00 pm
דורך בנימין הלוי
ארטסקרול טענה'ט אז דו ביסט פולקאם סעיף

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 30, 2014 3:02 pm
דורך יאנקעלע קליגער
לב יודע מרת נפשו
איך האלט אז נישט ליידער

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 30, 2014 3:07 pm
דורך דער תהילים איד
לכתחילה אריבער האט געשריבן:איך וואלט געבעטן א ענטפער אויף איין פראגע. נאכדעם וועלמער גיין א שטעפל ווייטער.

צו האט סאטמאר רב זי"ע געוואלט מען זאל ביזי זיין מיטן ציונות אזוי ווי מען איז למעשה ביזי אין סאטמאר?

גוטע האסטע געטוהן, חילי.

דער לויפט דאך ארום פון איין פוינט צום פיפטן... אז מ'וועט אויסדרייען די מעשה, ער וועט ווערן דער משיב, וועלן זאכן גיין אינגאנצן אנדערש.

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 30, 2014 3:09 pm
דורך בנימין הלוי
קען זיין אבער דאס איז וואס איך זע די נקודת הדיון צווישן די ריזיגע הויפן טענות ומענות
ער זאגט דריי דיך ארום און ביסט נישט קיין ציוני, סאטמאר האלט אבער אז אלע יודן זענען ביי דיפולט ציונים... ממילא איז דאס אזא אנגייענדע מלחמה
--
תהלים האקט, יעצט האסטו אלעס אפגעהארגעט! מ'געט נישט ארויס די סודות פון מלחמה פאר'ן שונא! וואסי מיט דיר?

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 30, 2014 6:09 pm
דורך יוסף שרייבער
בנימין הלוי האט געשריבן: סאטמאר האלט אבער אז אלע יודן זענען ביי דיפולט ציונים

איז דאס טאקע אזוי? אזענע בלעדע שטותים און לשון הרע שוין לאנג נישט געהערט.

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 30, 2014 6:12 pm
דורך געלעגער
יא יא, ווי קינדערלעך ענדיגט מען דעם שמועס מיט די באקאנטע סטעיטמענט פון 'איך גיי מיך מער נישט טענה'ן..' און ווי פארשטענדליך ווייסט יוסל זז"ג שוין פארדעם אז מיט אונז קען מען זיך נישט טענה'ן אום מיט דעם ענדיגט זיך נאך א זינלאזע דעבאטע וואס איין צד שרייט חי וקים אז אין סאטמאר חוץ רעדן פון ציונות טוט מען גאאארנישט.. און די צווייטע צד ענטפערט פשוט נישט צום זאך ווען זיי שרייען אז ס'איז נישט אמת...

און די קינדערלעך פאטשן זיך אין בייכל און שרייען #צענזור..

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 30, 2014 6:16 pm
דורך יוסף שרייבער
וואס??

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 30, 2014 6:18 pm
דורך דער תהילים איד
יוסף שרייבער האט געשריבן:
בנימין הלוי האט געשריבן: סאטמאר האלט אבער אז אלע יודן זענען ביי דיפולט ציונים

איז דאס טאקע אזוי?

יא.

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 30, 2014 6:20 pm
דורך יוסף שרייבער
סתם פאר נייגעריקייט איז דיע אשכול אויך זינלאז אדער ווייל עס איז אינגאצען פרא סאטמאר איז עס די בעסטע קוואליטעט?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 31, 2014 9:25 pm
דורך לכאורה
ארטסקרול האט געשריבן:‫און עס מאכט אויך א חאזעריי פון אלע לימודים, לבן איז א ציוני, פרעה איז הרצל, אחשורוש איז נתניהו, בלעם איז שאראן. קאם אן! לבן איז לבן, און הרצל איז הרצל. די סעודה של אחשורוש איז סעודתו של אחשורוש און נישט של צינוים! ברענג נישט אריין די ציונים אין די תורה. ‬
‫‬
‫‬

יעצט גייסטו שוין אין קאמף מיט אונזער רבי'ן פערזענליך, דער סאטמאר רבי זי"ע פלעגט זאגן תורה אויף זיין שטייגער און טאקע יא אריינגעטייטשט די נגע הציונית אין יעדע פרשה וואס איז נאר פארלאפן אין די היסטאריע פון כלל ישראל.

אגב, מיט אזא פראזע קענסטו אוועקמאכן רוב ספרי הדרוש, ווייל "אבימלך איז אבימלך און פרעה איז פרעה, פרעה האט נישט געהאלטן יש אם למקרא און משה רבינו האט אים נישט אפגעענטפערט מיט יש אם למסורת" א.ד.ג.

נאר וואס דען? שבעים פנים לתורה, און אונזער רבי האט נאך אויך געהאט א רעכט צו פארטייטשן די פרשיות התורה לויט וואס מען האט אים אריינגעגעבן אין געדאנק פון אויבן.