בלאט 8 פון 10

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 29, 2014 5:51 pm
דורך ארטסקרול
געלעגער האט געשריבן:
להודיע האט געשריבן:יעצט האט ארטסקרול הונדערט פראצענט א פוינט.

ס'איז נישט יושר און נישט מענטשליך צו נעמען א מענטש'ס מי און האראוואניע און עס געבן א ווארף אריין אין גארביזש אן זאגן אפילו פארדעם. דאס איז די סיבה פארוואס איך האב נישט געשריבן אין דעם אשכול טאקע. אבער עס וואלט כדאי געווען די הנהלה זאל זיך מער רעכענען מיט די געפילן פונעם ציבור, ארויסווייזן עטוואס פארשטענדעניש און כאטש זאגן בעפאר אזא קלינאופ.

(ביסייידס, וואס די תגובות דא זענען בכלל נישט געווען קעגן די תקנות פון אייוועלט. אבער שוין. )


יעדע תגובה וואס אטאקירט א צווייטן איז קעגן די תקנות. צומאל לאזט מען אביסל, אבער ווען זאכן בארואיגן זיך נישט דארף מען אלעס ארויספירן נישט איבערצולאזן קיין שמוץ וועש ארום ליגן אין די ניין טעג

אבער די פראבלעם איז אז עס זעט אויס ווי עס איז די ניין טעג א גאנצע יאר. בד״וו איך מיין יעדער איז אין הארמעניע אז מען האט קיינעם דא נישט פרעזענדליך אטאקירט, מען האט זיך בלויז צוזאם געשמיסט דא. און צום סוף האט מען געוואשן אין די ניין טעג אן קיין שום געהעריגע סיבה.

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 29, 2014 6:00 pm
דורך ארטסקרול
איך האב געהאט אמאל א שמיעס מיט איינע פון די חברי ההנהלה, יענער האט מיר באשטעטיגט אז די הנהלה האט נישט קיין שום פראבלעם אז סיי וועלכער חסיד זאל דא שרייבען און אויסשמיעסן זיינע מיינוגען... אבער עס טאר נישט זיין בבחינת "היט ענד ראון".. עס מוז גיין מיט רעספקט פאר די וואס ענטפערן און נעמען א חלק אינעם דיבאטע, און עס מוז זייו א צוויי זייטען שמועס..

אנטשולדיגט טאקע אז איך האב דיר נישט גענטפערט, איך האב נישט פארשטאנען קיין אות אחת וואס דריקט דיך.

גראדע בין איך געווען אויפן סצענע א גאנצע צייט און נישט אנטלאפן.

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 29, 2014 6:12 pm
דורך לכתחילה אריבער
ארטסקרול האט געשריבן:
איך האב געהאט אמאל א שמיעס מיט איינע פון די חברי ההנהלה, יענער האט מיר באשטעטיגט אז די הנהלה האט נישט קיין שום פראבלעם אז סיי וועלכער חסיד זאל דא שרייבען און אויסשמיעסן זיינע מיינוגען... אבער עס טאר נישט זיין בבחינת "היט ענד ראון".. עס מוז גיין מיט רעספקט פאר די וואס ענטפערן און נעמען א חלק אינעם דיבאטע, און עס מוז זייו א צוויי זייטען שמועס..

אנטשולדיגט טאקע אז איך האב דיר נישט גענטפערט, איך האב נישט פארשטאנען קיין אות אחת וואס דריקט דיך.

גראדע בין איך געווען אויפן סצענע א גאנצע צייט און נישט אנטלאפן.

האסט אבער נישט פאר יעדעם גענטפערט. האסט געטרייט צו "פארפירן די שמועס", און אויב איז עס נישט געגאנגען, האסטו נישט גענטפערט.

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 29, 2014 6:15 pm
דורך קליינקעפיק
ארטסקרול איך ווייס נישט אין וועלעכע קהילה דו באלאנגסט אבער דו וואלסט נישט געוואלט מען זאל אטאקירן דיין השקפה.
און אויב ביסט יא מסכים
1. געב ארויס ווי דו באלאגנסט.
2. לאז עס פאר הייד פארק.
דא אטאקירט מען נישט קיין רבנים און זייער השקפה.

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 29, 2014 6:22 pm
דורך בנימין הלוי
מ'הייבט נאכאמאל אן? ווארט.. איך קום שוין

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 29, 2014 7:02 pm
דורך געלעגער
ארטסקרול, למשל די לעצטערע פאר תגובות באלאנגן דא?

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 29, 2014 7:07 pm
דורך יוסף שרייבער
להודיע האט געשריבן:יעצט האט ארטסקרול הונדערט פראצענט א פוינט.

ס'איז נישט יושר און נישט מענטשליך צו נעמען א מענטש'ס מי און האראוואניע און עס געבן א ווארף אריין אין גארביזש אן זאגן אפילו פארדעם. דאס איז די סיבה פארוואס איך האב נישט געשריבן אין דעם אשכול טאקע. אבער עס וואלט כדאי געווען די הנהלה זאל זיך מער רעכענען מיט די געפילן פונעם ציבור, ארויסווייזן עטוואס פארשטענדעניש און כאטש זאגן בעפאר אזא קלינאופ.

(ביסייידס, וואס די תגובות דא זענען בכלל נישט געווען קעגן די תקנות פון אייוועלט. אבער שוין. )

קעגען די תקנות פון אייוועלט נישט אבער קעגען די געפיל פון סאטמארוועלט יא.

און יעצט האלט מען שוין ביי א פרישע שטאפעל פון רשעות, מען מעג יענעם טערארעזירען און מעקען האלסעיל אבער ווען ער שרייט ארויס זיין ווייטוג גיבט מען עם א מוסר פארציע הלמאי ער 'פארדרייט די אשכול' איר פארשטייט?

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 29, 2014 7:11 pm
דורך יהיה כן
דער ארטסקרול איז א מחוסר סקרול, און דער שרייבער איז קיין שרייבער ניט
זוילכע מטומטמים, אשכול איבערדרייערס....

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 29, 2014 7:13 pm
דורך מחותן
איז מעגליך צירוק צו ברענגן דאס געמעקטע אין א עקסטערע אשכול אין "היימישע פארברענגן" און איבער גיין תגובה'ס און אויפווייזען אז דער האט זייער ווינציג גענפערט וואס מען האט אים געפרעגט, נאר בעיקר אטעקירט?!

איז "יוסל" בלינד?

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 29, 2014 7:14 pm
דורך געלעגער
יוסל מיר זענען ס'ערסטע רשעים וואס איז שייך מיר קענען נישט גיין נאך שטאפלן. דאס האסטו שוין אנדעקט פיר יאר צוריק ווען מ'האט דיר געמעקט תגובות נאך פאר דו האסט זיי בכלל געשריבן! וואס ווערסטו יעדעס מאל נאכאמאל איבערגענומען פון שי 'נייע שטאפלן' רשעות וואס מיר גרייכן?

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 29, 2014 7:17 pm
דורך יהיה כן
מנהלים
שיק זיי אפ די געמעקטע תגובות אויף פאסט
אויב ווילן זיי, זאלן עס פאוסטן אויף בעלזאוועלט פינטל קאם

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 29, 2014 7:18 pm
דורך ארטסקרול
געלעגער האט געשריבן:יוסל מיר זענען ס'ערסטע רשעים וואס איז שייך מיר קענען נישט גיין נאך שטאפלן. דאס האסטו שוין אנדעקט פיר יאר צוריק ווען מ'האט דיר געמעקט תגובות נאך פאר דו האסט זיי בכלל געשריבן! וואס ווערסטו יעדעס מאל נאכאמאל איבערגענומען פון שי 'נייע שטאפלן' רשעות וואס מיר גרייכן?

חס ושלום, אל תהי רשע בעניך, מען דארף פשוט טוישן די נאמען פון ״אייוועלט״ צו ״איי סאטמאר״. אדער זאל איך מיך פאר אביסל טוישן מיט געלעגער און מעקן זיינע תגובות און זאל שפירן וואס דאס מיינט.

איך האב דיך עניוועי ליב וויאזוי סזאל נאר זיין.

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 29, 2014 7:23 pm
דורך געלעגער
מיר האבן געצילט מיין תגובה צו יוסל דייקא.

מיט דיר וועל איך רעדן א צווייטע מאל. אייוועלט לעבט שוין לענגער ווי דו מיינסט, ס'איז אייביג געווען וואס האבן זיך איינגערעדט אז זיי גייען אונז טוישן און אויפקלערן... די נעט איז ב"ה ברייט און גרויס און פארוועם ס'געפעלט נישט קען גיין וואו זיין הארץ באגערט מיר פלאנען נישט צו טוישן פאלעסי בקרוב

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 29, 2014 7:26 pm
דורך בנימין הלוי
געלעגער האט געשריבן:ארטסקרול, למשל די לעצטערע פאר תגובות באלאנגן דא?

אויב נישט דאן פארוואס פירן א וויכוח דא? באלאנגט נישט דא? אראפ דערמיט. עט ליעסט קען מען מזהיר זיין בעפאר אז דער עולם זאל זיך צוגיין אין די שוץ בונקערס
דעי יעצטיגע שמועס, און די פריערדיגע שמועס, וואלט לדעתי יא געמעגט אנגיין אין א באזונדער אשכול זאל עס זיין פארברענגן אדער סיי וואס. אבער מי אנכי,, איר מאכט די תקנות והטוב בעיניכם עשו
געלעגער דיין לעצטע תגובה דערשרעקט מיך איך ציטער זאג מיר וואו צו גיין..........

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 29, 2014 7:30 pm
דורך יוסף שרייבער
הרב געלעגער, אז איר גאראנטירט ברבים אז מען גייט נישט מעקען מיינע תגובות בין איך מער ווי גרייט ארינצוגיין אין א שמועס וועגען יעדע פוינט/תגובה עקסטער. עס מוז נישט בלייבען אין דעם אשכול דייקא עס קען זיין אין סיי וועלכע אשכול.

ואגב, איר שרייבט שוין צום צווייטען מאל דאס ווערטעל פון מיינע פיר יעריגע אומגעשריבענע תגובות אבער איך אונגארישער כאפ נישט וואס איר מיינט. קענט איר ביטע מיר טוהן א געפעליקייט און מסביר זיין דאס ווערטעל/שטעך? טענקס.

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 29, 2014 7:36 pm
דורך געלעגער
מחותן האט געשריבן:איז מעגליך צירוק צו ברענגן דאס געמעקטע אין א עקסטערע אשכול אין "היימישע פארברענגן" און איבער גיין תגובה'ס און אויפווייזען אז דער האט זייער ווינציג גענפערט וואס מען האט אים געפרעגט, נאר בעיקר אטעקירט?!

איז "יוסל" בלינד?

גיימיר אזוי טון. צוריק ברענגען אלע תגובות אין א 'פארברענגען' אשכול. און די פייטס זאלן דארט ווייטער אנגיין

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 29, 2014 7:36 pm
דורך ארטסקרול
געלעגער האט געשריבן:מיר האבן געצילט מיין תגובה צו יוסל דייקא.

מיט דיר וועל איך רעדן א צווייטע מאל. אייוועלט לעבט שוין לענגער ווי דו מיינסט, ס'איז אייביג געווען וואס האבן זיך איינגערעדט אז זיי גייען אונז טוישן און אויפקלערן... די נעט איז ב"ה ברייט און גרויס און פארוועם ס'געפעלט נישט קען גיין וואו זיין הארץ באגערט מיר פלאנען נישט צו טוישן פאלעסי בקרוב

פיין, וועל איך מיט דיר יא רעדן דאסמאל. קיינער האט נישט ריקוועסטעט א פאליסי טויש, איר קענט בלייבן מיט יעדע סארט פאליסי, אבער אויף אזויפיל יא בעטן מיר בשם הרבה ניקים, אז די פאליסי הנימוס זאל בלייבן. מיר שעצן זייער אייער ארבעט פון האלטן די סייט זויבער, אבער איר דארפט אויך שעצן די שרייבער אז מען זאל נישט מעקן אן קיין סיבה אדער אן ווארענען.

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 29, 2014 7:47 pm
דורך יוסף שרייבער
גוד איידיע, ייש''כ.

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 29, 2014 7:54 pm
דורך ענדע צדיק!
געלעגער האט געשריבן:
מחותן האט געשריבן:איז מעגליך צירוק צו ברענגן דאס געמעקטע אין א עקסטערע אשכול אין "היימישע פארברענגן" און איבער גיין תגובה'ס און אויפווייזען אז דער האט זייער ווינציג גענפערט וואס מען האט אים געפרעגט, נאר בעיקר אטעקירט?!

איז "יוסל" בלינד?

גיימיר אזוי טון. צוריק ברענגען אלע תגובות אין א 'פארברענגען' אשכול. און די פייטס זאלן דארט ווייטער אנגיין

ווי זאגט די שוויגער? ציפטס ענק בייסטס ענק, שלאגטס ענק רייסטס ענק...

רינגעראנגע ראוזי... קיינער ווייסט נישט פונקטליך וואס מען וויל, ארטסקרול איז גערעגט אויף סאטמאר, יוסל אויף איי וועלט... און מען טענהט זיך אויף שיטה... לעבעדיג

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 29, 2014 8:02 pm
דורך למעלה משבעים
סתם נייגעריג וויפיל פון די וואס לייענען יעצט דורך די אשכול פון אנפאנג ביזן סוף ווי עס קוקט יעצט אויס, האלטן אז עס שטימט טאקע מיט די תקנות און עס איז געווען אן עוולה עס ארויסצופירן.

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 29, 2014 8:07 pm
דורך יוסף שרייבער
צום הונדערסטען מאל איינמאל פאר אלעמאל!

יוסל איז נישט גערעגט אויף אייוועלט כהוא זה נישט, אייוועלט מעג האבען סיי וועלכע פאליסי עס שמעקט זיי.

יוסל איז אבער יא זייער גערעגט און פארווייטוגט אז סאטמארוועלט רופט זיך אייוועלט, דהיינו: אנשטאט יעדע ערליכע איד זאל האבען גלייכע רעכטען אזוי ווי עס פאסט זיך פאר אייוועלט/אידישוועלט איז מען זייער סעלעקטיוו און מען רודפ'ט, צענזורירט,אפשפעטען, מעקט די נישט סאטמארע אויף א שרעקליכע פארנעם.

און ווען מען שעמט זיך נישט און מיט א פרעכהייט איז מען מלביש די אלע רדיפות און רשעות און א כיתה א' געמאכטע תמימות 'האסט נישט באריכטעט' און אין איינזייטיגע מידת סדום 'האסט פארדרייט די אשכול' דעמאלסט גייט יאסעל באליסטיק.

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 29, 2014 8:09 pm
דורך יוסף שרייבער
הרב למעלה, שנעלערהייט זעה איך נאר איין תגובה וואס פאסט נישט דא (אבער מעגליך אז נישט יעדער כאפט יענעמס טשעפע).

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 29, 2014 8:45 pm
דורך יהיה כן
איך מעג דא אויך שימפן אויף בעלז
אדער נאר אויף סאקמיר?

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 29, 2014 11:49 pm
דורך מי חכם
יוסל, באליסטיק איז נישט דאס ווארט...

סאו די גאנצע זאך באדערט דיר אז עס רופט זיך אייוועלט? מיר באדערט עפעס א צייטונג וואס רופט זיך המחנה החרדי, וואס לכאורה בין איך דאך אויך א אנהענגער פון די מחנה, דערווייל שרייבן זיי זאכן בכלל נישט לרוחי.

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 30, 2014 6:16 am
דורך דער תהילים איד
יוסף שרייבער האט געשריבן:קעגען די תקנות פון אייוועלט נישט אבער קעגען די געפיל פון סאטמארוועלט יא.

הפלא ולעפעלע, איך האב נעכטן געשריבן דא אויף סאטמארוועלט מיין הערה אויף בעלזער רב'ס הוספה צום נוסח פון אחינו כל בית ישראל, און ס'איז פארמעקט געווארן.

און... כהאב נישט געשימפט און נישט געהאט קיין טענות.

(היצט כאפ איך זיך אז סאטמאר האט שוין שלום געמאכט מיט בעלזא... קען טאקע יא זיין אז דא איז סאטמארוועלט :roll: )