גריסן און שמועסן
מאנטאג יולי 28, 2014 11:10 pm
יוסף שרייבער האט געשריבן:מי חכם האט געשריבן:לדעתי האט ארטסקרול יא א נקודה, און כ'מיין יעדער איינער כאפט פונקטליך וואס ער זאגט. אבער כדי עס צו קענען אנאליזירן פון א ריכטיגן פערספעקטיוו, און זעהן צו קנאות אין סאטמאר איז טאקע אזוי איבער געטריבן, וועט ארטסקרול מוזן מסכים זיין צו שרייבן אין וועלכע קרייז / חסידות ער באלאנגט.
מה ענין שמיטה אצל די פרייז פון טיי אין טשיינע?
איין ווארט: פערספעקטיוו. סאטמאר איז א חסידות, און מטבע החסידים זיך צו קאכן בדברי רבם איבער די מאס און עס עקספייערט קיינמאל נישט און ווערט נישט אירעלעווענט. (חוץ אויב ס'איז שוין דא א נייער רבי וואס - די חסידים האלטן אז ער - איז ממלא מקום אבותיו און אפשר אפילו גרעסער, בלייבט מען נישט שטיין ביים אלטן רבי'ן נאר מ'פארט מיט ווייטער).
Advertisement
דינסטאג יולי 29, 2014 2:57 am
ארטסקרול ווען פילע אידען איבער די וועלט זאלן נישט טוישען די אריגינעלע אידישע שפראך בנוגע די גלות וגאולה פון אידן וואלט מען ווייניגער געדארפט דערפון רעדן אין די פלעצער ווי מען חזרט נאך יא די זעלבע שפראך
אזוי ווי די קעיס איז ליידער אנדערש פעלט זיך אויס מער דברי חיזוק אין די נושא
צוריק צום נושא:
הערט שיינע רייד פון די נטרונא ארג. יעצט צום שרעקעדיגער מלחמה צושטאנד אין ארץ ישראל אויף זייער טעלעפאון ליין.
דינסטאג יולי 29, 2014 7:00 am
מי חכם האט געשריבן:יוסף שרייבער האט געשריבן:מי חכם האט געשריבן:לדעתי האט ארטסקרול יא א נקודה, און כ'מיין יעדער איינער כאפט פונקטליך וואס ער זאגט. אבער כדי עס צו קענען אנאליזירן פון א ריכטיגן פערספעקטיוו, און זעהן צו קנאות אין סאטמאר איז טאקע אזוי איבער געטריבן, וועט ארטסקרול מוזן מסכים זיין צו שרייבן אין וועלכע קרייז / חסידות ער באלאנגט.
מה ענין שמיטה אצל די פרייז פון טיי אין טשיינע?
איין ווארט: פערספעקטיוו. סאטמאר איז א חסידות, און מטבע החסידים זיך צו קאכן בדברי רבם איבער די מאס און עס עקספייערט קיינמאל נישט און ווערט נישט אירעלעווענט. (חוץ אויב ס'איז שוין דא א נייער רבי וואס - די חסידים האלטן אז ער - איז ממלא מקום אבותיו און אפשר אפילו גרעסער, בלייבט מען נישט שטיין ביים אלטן רבי'ן נאר מ'פארט מיט ווייטער).
גוט, מען קען אזאנס פארשטיין. אבער אלע סארט אזאנע רייד מאכן בלויז אז איך זאל איבער חזר׳ן מיינע ווערטער. הא תניח ווען עס גייט נישט אויפן חשבון פון ׳מה חובתו בעולמו׳, פארשטיי איך אז חסידים זענען מטבעם אויסן זיך צו קאכן בדברי רבם. ועכשיו ווען מען קאכט זיך אין עפעס וואס מען פארשטייט נישט (עס איז אזויווי די רבי וואלט זיך געקאכט אין קבלה און די חסידים טוען עס נאך) מען בלאבעלט נאכן זאכן וואס מען פארשטייט נישט אבי מען איז אין די שיטה. די שיטה איז א ערנסטע סוגיא וואס מען דארף זיין גרויס עס צו קענען לערנען על בריו. און יעצט אז עס וועט קומען איינער און זאגן, וואס האקסטו א טשייניק, דו האסט נאכקיינמאל נישט געלערנט ויוא״מ (לאמיר זען צו זיי געדענקן כאטש איין מהר״ל וואס די רבי ברענגט אראפ) און עס איז גארנישט שווער, מען מוז עס חזר׳ן כסדר. און דער ענטפער איז: יא, מען דארף טאקע, אבער פון ענקערע הבנה זע איך אז ענק פארשטייען נישט די עומק הענין און די ערנסטקייט פון די זאך.[כדי מען זאל נישט מאכן קרומע מסכנות מדבריי, גיי איך עס אינטערליינען, ״נישט אז מען דארף גיין אין מקוה פארן לערנען ויוא״מ, און נישט אז קיינער איז נאכנישט מסוגל געווען, און נישט אז קיינער קען נישט מסוגל זיין. איך רעד פון די עמך עולם, וואס קאכט זיך אין די נושא, און האבן עס געמאכט פאר א פרעזענדליכע טעמע אין זיין לעבן, אן די מינדערסטע השגה און ״אויך״ אויפן חשבון פון זיין לעבן] די מלחמה קעגן ציונית איז נישט עפעס א מנהג, עס איז א השגה אין אמונה אז מען זאל נישט מאמין זיין אין אפיקרוסים ותו לא מידי. נישט אז דאס זאל ווערן א אינטערגראלע טייל פון לעבן און מען זאל מאכן די טעמע אלס א צענטער טייל פון ׳חסידות׳, אלס א צענטער טייל פון ׳חתונות, אלס א צענטער טייל פון ׳לויית׳ אלס א צענטער טייל פונעם טאג טעגליכע שפראך. ווייל דו ביסט נישט מסוגל צו דעם, און עס גייט אויפן חשבון פון ׳מה חובתו בעולמו׳. חייך קודמך!! עס איז דא אסאאאך וויכטיגערע זאכן וואס מען דארף כסדר חזרן ווי דאס אז מען זאל נישט זאגן ׳עברית׳.
וועט איינער נאכאמאל פרעגן און זאגן און דערציילן און זיך וואונדערן, וואס עפעס איז עס אויפן חשבון פון לעבן, איך לערן דאך איך דאווען דאך וכו׳ מיט די אלע סעיף קטן׳ס. אבער די מכשול איז אז דער מענטש טראכט, יא מען טראכט, מען רעדט זיך איין אז ״ציונית חובתו בעולמו״ און מען וועט גיין גראד אין גן עדן פארן זאגן ימח שמו די ציונים. איך מאך נישט חוזק! ענק מאכן חוזק! בסליחה.
איין מידה טובה פון די גאנצע זאך איז, אז עס איז פארט בעסער ווי צו ליגן אין ׳ציונית׳ ווי אנדערע פאליטיק שטותים והבלי עוה״ז. אבער עס בלייבט איבער דן צו זיין וואס מאכט מער פארגעסן חובותו בעולמו. ווען מען רעדט פאליטיק ווייסט מען אויף זיכער אז דאס איז נישט קיין תכלית.
זאל דער אייבירשטער געבן די ריכטיגער דעת, ווייל מען קען זיך זייער שנעל פאפן. וואס הייסט אמונה, וואס הייסט איך לערן וואס מיין רבי האט מיך אויסגעלערנט, וואס הייסט דאס איז די טבע פון א חסיד, וואס הייסט, וואס הייסט...
איך בין זיכער אז געציילטע פארשטייען מיינע רייד. און נאר צו זיי רעד איך. ווייל די איבריגע ווילן עס נישט פארשטיין. זיי כאפן נישט אז עס איז דא אזא זאך ווי פארשטיין א צווייטן און אויף דעם דארף מען זאגן די אייגענע מיינונג, און נישט זאגן איך פארשטיי נישט וואס דו זאגסט. דאס הייסט נישט קיין ענטפער.
איך מיין איך בין שוין פערטיג. יה״ר שנזכה כולנו במהרה למשיח בן דוד.
לעצט פאראכטן דורך
ארטסקרול אום דינסטאג יולי 29, 2014 7:09 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
דינסטאג יולי 29, 2014 7:08 am
דיין לעצטע תגובה איז שוין געווען עטוואס מער צום זאך. אבער דו האסט איין פונדעמענטל טעות. ביי חסידי סאטמאר איז דאס נישט קיין 'שיטה' ס'איז די 'תורה'. יא, רעדן בשבח רשעים, זיך פרייען מיט ניצחונות פון כופרים איז 'כפירה!' און לשיטתם אפילו זאלסט זיין א ריזן תלמיד חכם און א דורכגעווייקטע חסידישע איד אויב האסטו א פינטל רעספעקט אדער געפיל צו די רשעים האסטו פוגם געווען אין דיין אמונה וואס דאס איז די אלף בית פון א איד. כאפסט וואו דו פארסט אוועק?
דינסטאג יולי 29, 2014 7:15 am
געלעגער האט געשריבן:דיין לעצטע תגובה איז שוין געווען עטוואס מער צום זאך. אבער דו האסט איין פונדעמענטל טעות. ביי חסידי סאטמאר איז דאס נישט קיין 'שיטה' ס'איז די 'תורה'. יא, רעדן בשבח רשעים, זיך פרייען מיט ניצחונות פון כופרים איז 'כפירה!' און לשיטתם אפילו זאלסט זיין א ריזן תלמיד חכם און א דורכגעווייקטע חסידישע איד אויב האסטו א פינטל רעספעקט אדער געפיל צו די רשעים האסטו פוגם געווען אין דיין אמונה וואס דאס איז די אלף בית פון א איד. כאפסט וואו דו פארסט אוועק?
וועגן דעם גייסטו אוועק ווארפן די בעקיטשע ווייל דו האסט שוין דעם קנעפל? האסט דאך נאכנישט דעם בעקיטשע. אט דאס זאג איך א גאנצע צייט, קודם זיי א דורכגעווייקטער חסידישער איד, חזר וויכטיגערע זאכן. א נישט וועסטו זיין א דורכגעווייקטער אנטי ציוני, ״ותו לא״.
דינסטאג יולי 29, 2014 7:17 am
וואס הייסט? וואס טוט מען מיט די בחורים אין ישובות? מ'לערנט פערצן שעה א טאג וואס? דו האלטסט ערנסט אז אין סאטמאר לערענט מען רוב טאג ויואל משה און אביסל גמרא תוספות מיט חסידישע ספרים? עה.. קאם אן..
דינסטאג יולי 29, 2014 8:24 am
געלעגער האט געשריבן:וואס הייסט? וואס טוט מען מיט די בחורים אין ישובות? מ'לערנט פערצן שעה א טאג וואס? דו האלטסט ערנסט אז אין סאטמאר לערענט מען רוב טאג ויואל משה און אביסל גמרא תוספות מיט חסידישע ספרים? עה.. קאם אן..
פיין, יעצט האסטו עס גוט גענאגעלט. וויבאלד אין ישיבה לערנט מען דאך גמרא, און דאס איז דאך די תכלית, פארוואס ווערט די עיקר טעמע קאנצעטרירט ארום ציונים אנשטאט גמרא. עה וואס רעדסטו, מען לערנט אביסל ויוא״מ דא און דארט, און מען קאכט זיך דערון נאר בשעת מלחמה. וואס דרייסטו א קאפ. מען זיצט און לערנט און דאווענט, און מען רעדט ״קיינמאל״ נישט פון ציונים. נאר אמאל א יובל. נישט ביין קיין שום מאורע און און ביי קיין שום שמחה. אויף אייוועלט דערמאנט מען עס נאר בדרך עראי.
רוב שלש סעודות דרשות מידי שבוע בשבוע פון אדמור״י סאטמאר איז בכלל נישט ציוניזעם נאר דברים וועגן עבודת השם.
לעצט פאראכטן דורך
ארטסקרול אום דינסטאג יולי 29, 2014 8:32 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
דינסטאג יולי 29, 2014 8:32 am
ארטסקרול האט געשריבן:
יעצט האסטו עס גוט גענאגעלט.
רוב שלש סעודות דרשות פון אדמור״י סאטמאר איז בכלל נישט ציוניזעם נאר דברים וועגן עבודת השם.
איין בלויזער טעלפאן רוף צו איינע פון די סאטמארע טעלפאן ליניעס וועט אייך איבערצייגן אז דאס איז דער מציאות ביי אלע אדמור"י סאטמאר זצ"ל/ שליט"א
דינסטאג יולי 29, 2014 8:35 am
farshlufen האט געשריבן:ארטסקרול האט געשריבן:
יעצט האסטו עס גוט גענאגעלט.
רוב שלש סעודות דרשות פון אדמור״י סאטמאר איז בכלל נישט ציוניזעם נאר דברים וועגן עבודת השם.
א טעלפאן רוף צו איינע פון די סאטמערע טעלפאן ליניעס וועט אייך איבערצייגן אז דאס איז דער מציאות ביי אלע אדמור"י סאטמאר זצ"ל/ שליט"א
אז די טמא'נע מדינה דארף אינטערגיין. און ווען מען וויל ממחיש אין חדר פאר די קינדער ווער לבן איז געווען זאגט מען אז ער איז געווען א ציוני!..
דינסטאג יולי 29, 2014 8:38 am
ארטסקרול, שוין געמאכט די פאון קאל?
דינסטאג יולי 29, 2014 8:39 am
כ'האב באקומען אביסל קאפ ווייטאג, קודם איז די טענה אז מען לערנט יא ויואל משה, נאכדעם איז די טענה אז מען לערנט נישט, און מען דארף ווען יא לערנען.
און יעצט צום עצם שמועס, אויב פארשטייסטו (און די לעצטע תגובה דיינער, מייט בי אז האסט שוין צוריקגעטוישט) אז ציונות איז א סוגיא, וואס מען דארף עס דורכלערנען עס גייט נישט אויף איין פוס, פארשטיי איך אז דו האסט עס זיכער גוט דורכגעטון פאר דו קומסט זאגן צו מען דארף יא צו נישט לערנען/רעדן/חזר'ן, ווייל אז דו ווייסט נישט וואס עס איז, ווייסטו נישט צו מען דארף עס חזר'ן
שטימט?
יעצט צום עצם שיטה, דער רבי זצ"ל האט כמה פעמים געזאגט אז די קליפה פון ציונות איז די ערגסטע טומאה וואס איז אראפגעקומען אויף די וועלט, דער רבי האט געזאגט "שבתי צבי מיט די אלע כיתות, הייבט זיך גאר נישט אן קעגן די כת" - במילא קומט אויס אז לבן איז נאך געווען א קישמיקאש קעגן די ציונים (אגב, מיין רבי האט עס קיינמאל נישט געזאגט, אבער איך לייג דיר אויף די חזקה אז דו רעדסט נאר וואס דו ווייסט, ווי מען האלט זיך אין איין איבערציייגן אין דעם אשכול וד"ל)
ער האט גע'חזר'ט די זאגן "כמעט" ביי יעדע שלש סעודות תורה און דרשה - נעם די אידישע העתקות און קוק אריין, רעד נישט ווי א צולייגער
און יא, ער האט אן א שיעור מאל געזאגט און געשריבן אז די טמא'נע מדינה דארף אונטערגיין אפגעזען צו עס געפעלט דיר צו נישט
ער האט געזאגט "מיט די בגדים וואס ער גייט אפגעבן דין וחשבון, פאר'ן ארון הקודש" (בערך לש"ק) אז ווען נישט די ציונים וואלט מען ווען שוין געווען אויסגעלייזט, און זיי זענען מעכב ביאת המשיח
ער האט אסאך מאל איבערגע'חזר'ט אז א מחשבה קלה אין די זאכן איז פוגם
איז ווען דו זאגסט מיר אז דו ביסט מחולק מיט אים, איז איין זאך, עס קען זיין א מחלוקה פון סאטמאר רב מיט להבדיל ארטסקרול
קום מיר נישט ווי א צולייגער און זאגן מיינונגען וואס ער האט געהאלטן
דינסטאג יולי 29, 2014 8:43 am
ארטסקרול איר זענט "וועי אוו" מיט אייערע תגובות, קאם אן, שתי תשובות בדבר, ערשטנס איר קענט נישט סאטמאר, איר קענט סאטמאר ווי להבדיל דער אראבער קען איזריעל, איר ווייסט נאר וויאזוי מ'האט אייך אויפגעצויגן אז אין סאטמאר אטעמט מען און מ'לעבט נאר קעגן די מדינה, ווייל אין סאטמאר לערנט מען מיט א קינד ביי די 3 יאר אל"ף בי"ת און נישט ויואל משה, מ'האט יא דעם בעקיטשע, דער עיקר פון אלעם איז תורה עבודה וגמ"ח, און אוודאי איבער אלעם אמונה בה' ובתורתו הק', אבער מ'קאכט נישט טאג און נאכט מיט ציונים וכו'.
והשנית, דער הייליגער רבי זי"ע האט ביי רוב של"ס תורות פון יאר נישט גערעדט פון ציונים, כ'האב אמאל געהערט פון איינע פון די תלמידים פון די כ' יארן: ווען איינער האט א שלעכט קינד רעדט ער פון אים יעדען טאג? זיכער נישט!
דער רבי האט בעיקר גערעדט ווען ס'איז געווען דברים העומדים על הפרק. רוב תורתו פון רבי'ן רילעיט גארנישט צו ציונות, ס'איז דא פון אים צענדליגע חיבורים, געוואלדיגע דרושים אין אלע ענינים, און א גרויס חלק ווערט טאקע ארומגערעדט איבער ציונות אבער נאר א חלק, ער האט נישט גערעדט דערפון טאג און נאכט, צניעות און כשרות איז געווען ביים רבי'ן א פריאריטעט כידוע, דאס זענען געווען נסיונות יום ביומו, ציונות איז געווען זמנים ווען ס'איז געווען שווערער ווי למשל ביי א שעת מלחמה, האט ער מער גערעדט, און אזוי טוען תלמידיו היקרים מער וויינגער.
אגב, איר זענט קיינמאל נישט צוריקגעקומען פארענטפערן אייער צוזאמשטעל פון נטרונא און נטו"ק, א זאך וואס איך האב געזאגט דעם תירוץ די ערשטע מינוט: איר האט זיי ביידע די זעלבע פיינט ווייל ביידע זאגן אז "אייער מדינה" איז נגד התורה!
דינסטאג יולי 29, 2014 8:47 am
שמעלקא טויב האט געשריבן:
והשנית, דער הייליגער רבי זי"ע האט ביי רוב של"ס תורות פון יאר נישט גערעדט פון ציונים, כ'האב אמאל געהערט פון איינע פון די תלמידים פון די כ' יארן: ווען איינער האט א שלעכט קינד רעדט ער פון אים יעדען טאג? זיכער נישט!
שטותים והבלים, דארפסט נישט רעדן צו איינעם פון די כ' יארן וואס געדענקט נישט, נעם די ספרים/טעיפס
דינסטאג יולי 29, 2014 8:51 am
שמעלקא טויב האט געשריבן:ארטסקרול איר זענט "וועי אוו" מיט אייערע תגובות, קאם אן, שתי תשובות בדבר, ערשטנס איר קענט נישט סאטמאר, איר קענט סאטמאר ווי להבדיל דער אראבער קען איזריעל, איר ווייסט נאר וויאזוי מ'האט אייך אויפגעצויגן אז אין סאטמאר אטעמט מען און מ'לעבט נאר קעגן די מדינה, ווייל אין סאטמאר לערנט מען מיט א קינד ביי די 3 יאר אל"ף בי"ת און נישט ויואל משה, מ'האט יא דעם בעקיטשע, דער עיקר פון אלעם איז תורה עבודה וגמ"ח, און אוודאי איבער אלעם אמונה בה' ובתורתו הק', אבער מ'קאכט נישט טאג און נאכט מיט ציונים וכו'.
והשנית, דער הייליגער רבי זי"ע האט ביי רוב של"ס תורות פון יאר נישט גערעדט פון ציונים, כ'האב אמאל געהערט פון איינע פון די תלמידים פון די כ' יארן: ווען איינער האט א שלעכט קינד רעדט ער פון אים יעדען טאג? זיכער נישט!
דער רבי האט בעיקר גערעדט ווען ס'איז געווען דברים העומדים על הפרק. רוב תורתו פון רבי'ן רילעיט גארנישט צו ציונות, ס'איז דא פון אים צענדליגע חיבורים, געוואלדיגע דרושים אין אלע ענינים, און א גרויס חלק ווערט טאקע ארומגערעדט איבער ציונות אבער נאר א חלק, ער האט נישט גערעדט דערפון טאג און נאכט, צניעות און כשרות איז געווען ביים רבי'ן א פריאריטעט כידוע, דאס זענען געווען נסיונות יום ביומו, ציונות איז געווען זמנים ווען ס'איז געווען שווערער ווי למשל ביי א שעת מלחמה, האט ער מער גערעדט, און אזוי טוען תלמידיו היקרים מער וויינגער.
אגב, איר זענט קיינמאל נישט צוריקגעקומען פארענטפערן אייער צוזאמשטעל פון נטרונא און נטו"ק, א זאך וואס איך האב געזאגט דעם תירוץ די ערשטע מינוט: איר האט זיי ביידע די זעלבע פיינט ווייל ביידע זאגן אז "אייער מדינה" איז נגד התורה!
איז די קשיא פילפאכיג שטערקער, אויב האט ער נישט גערעדט דערפון אזוי סאך, דאן פארוואס רעדסטו דערפון אזוי סאך?
דינסטאג יולי 29, 2014 8:54 am

עס גייט אי״ה זיין מיין מדינה ווען די גואל צדק וועט קומען.
נטרינא און נטו״ק איז איין פירמע נאר מיט אנדערע סטייל שיך.
דינסטאג יולי 29, 2014 8:54 am
ארטסקרול האט געשריבן:שמעלקא טויב האט געשריבן:ארטסקרול איר זענט "וועי אוו" מיט אייערע תגובות, קאם אן, שתי תשובות בדבר, ערשטנס איר קענט נישט סאטמאר, איר קענט סאטמאר ווי להבדיל דער אראבער קען איזריעל, איר ווייסט נאר וויאזוי מ'האט אייך אויפגעצויגן אז אין סאטמאר אטעמט מען און מ'לעבט נאר קעגן די מדינה, ווייל אין סאטמאר לערנט מען מיט א קינד ביי די 3 יאר אל"ף בי"ת און נישט ויואל משה, מ'האט יא דעם בעקיטשע, דער עיקר פון אלעם איז תורה עבודה וגמ"ח, און אוודאי איבער אלעם אמונה בה' ובתורתו הק', אבער מ'קאכט נישט טאג און נאכט מיט ציונים וכו'.
והשנית, דער הייליגער רבי זי"ע האט ביי רוב של"ס תורות פון יאר נישט גערעדט פון ציונים, כ'האב אמאל געהערט פון איינע פון די תלמידים פון די כ' יארן: ווען איינער האט א שלעכט קינד רעדט ער פון אים יעדען טאג? זיכער נישט!
דער רבי האט בעיקר גערעדט ווען ס'איז געווען דברים העומדים על הפרק. רוב תורתו פון רבי'ן רילעיט גארנישט צו ציונות, ס'איז דא פון אים צענדליגע חיבורים, געוואלדיגע דרושים אין אלע ענינים, און א גרויס חלק ווערט טאקע ארומגערעדט איבער ציונות אבער נאר א חלק, ער האט נישט גערעדט דערפון טאג און נאכט, צניעות און כשרות איז געווען ביים רבי'ן א פריאריטעט כידוע, דאס זענען געווען נסיונות יום ביומו, ציונות איז געווען זמנים ווען ס'איז געווען שווערער ווי למשל ביי א שעת מלחמה, האט ער מער גערעדט, און אזוי טוען תלמידיו היקרים מער וויינגער.
אגב, איר זענט קיינמאל נישט צוריקגעקומען פארענטפערן אייער צוזאמשטעל פון נטרונא און נטו"ק, א זאך וואס איך האב געזאגט דעם תירוץ די ערשטע מינוט: איר האט זיי ביידע די זעלבע פיינט ווייל ביידע זאגן אז "אייער מדינה" איז נגד התורה!
איז די קשיא פילפאכיג שטערקער, אויב האט ער נישט גערעדט דערפון אזוי סאך, דאן פארוואס רעדסטו דערפון אזוי סאך?
און אין סאטמאר רעדט מען אויך נישט אזוי סאך דערפון, נאר דייקא אין די שווערע צייטן ווען דער נסיון איז גרויס, למשל יעצט ביי די מלחמה, אזוי רעדט מען נישט פון זיי טאג און נאכט!
דינסטאג יולי 29, 2014 8:57 am
ארטסקרול האט געשריבן:אגב, איר זענט קיינמאל נישט צוריקגעקומען פארענטפערן אייער צוזאמשטעל פון נטרונא און נטו"ק, א זאך וואס איך האב געזאגט דעם תירוץ די ערשטע מינוט: איר האט זיי ביידע די זעלבע פיינט ווייל ביידע זאגן אז "אייער מדינה" איז נגד התורה!
עס גייט אי״ה זיין מיין מדינה ווען די גואל צדק וועט קומען.
נטרינא און נטו״ק איז איין פירמע נאר מיט אנדערע סטייל שיך.
גוט געזאגט, ס'איז נישט דיין מדינה, און אויך נישט זייער'ס, האסט זיך נאר איינגערעדט אזוי, אדער האסטו געמיינט אז זיי גייען דיר ראטעווען, זיין א קישעלע אדער וואטעווער מ'האט אמאל געוואלט זאגן!
נטרונא און נטו"ק האבן איין זאך אין קאמען: זיי ביידע זענען קעגן די ממשלה וואס די ציונים האבן אויפגעשטעלט אין ארץ ישראל. איינער איז דא לוחם צו זיין מיט די מדינה און איינער איז דא אויפצוקלערן און דערמאנען דעם עולם איבער דעם חומר הענין און אויך צו ערקלערן אין די וועלט אז די מדינה פארטרעט נישט די אידן!
דינסטאג יולי 29, 2014 8:58 am
ארטסקרול, איך ווייס נישט אויב די כאפסט. ר' שמעלקא טענה'ט זיך נישט מיט דיר..
ער דערציילט דיר פשוט פאקטן וואס דו ווייסט נישט!
דינסטאג יולי 29, 2014 9:04 am
שמעלקא טויב האט געשריבן:ארטסקרול האט געשריבן:אגב, איר זענט קיינמאל נישט צוריקגעקומען פארענטפערן אייער צוזאמשטעל פון נטרונא און נטו"ק, א זאך וואס איך האב געזאגט דעם תירוץ די ערשטע מינוט: איר האט זיי ביידע די זעלבע פיינט ווייל ביידע זאגן אז "אייער מדינה" איז נגד התורה!
עס גייט אי״ה זיין מיין מדינה ווען די גואל צדק וועט קומען.
נטרינא און נטו״ק איז איין פירמע נאר מיט אנדערע סטייל שיך.
גוט געזאגט, ס'איז נישט דיין מדינה, און אויך נישט זייער'ס, האסט זיך נאר איינגערעדט אזוי, אדער האסטו געמיינט אז זיי גייען דיר ראטעווען, זיין א קישעלע אדער וואטעווער מ'האט אמאל געוואלט זאגן!
נטרונא און נטו"ק האבן איין זאך אין קאמען: זיי ביידע זענען קעגן די ממשלה וואס די ציונים האבן אויפגעשטעלט אין ארץ ישראל. איינער איז דא לוחם צו זיין מיט די מדינה און איינער איז דא אויפצוקלערן און דערמאנען דעם עולם איבער דעם חומר הענין און אויך צו ערקלערן אין די וועלט אז די מדינה פארטרעט נישט די אידן!
איך האב נאכנישט געטראפן קיין גרעסערע מחללי שם שמים ווי נטו״ק און אויך נטרינא אין א געוויסע זין. זיי מאכן אונז אויסזען ווי ווילדע שבטים וואס פליקן זיך איינער די צווייטן. מיר זענען אויך נישט אראפגעקומען מתקן צו זיין די אומות העולם.
פון א א.ג. קידוש השם מפרסם צו זיין אז אין לנו חלק עמהם קומט ארויס א גרעסערע חילל השם.
איינגערעדט אז זיי גייען מיך ראטעווען? ניין איך האב מיך ענדערש איינגערעדט אז מיין יצר גייט מיך ראטעווען און אויף דעם ארבעט איך, שלא יפול במים הזדונים שלו.
דינסטאג יולי 29, 2014 9:07 am
ארטסקרול האט געשריבן:איך האב נאכנישט געטראפן קיין גרעסערע מחללי שם שמים ווי נטו״ק און אויך נטרינא אין א געוויסע זין. זיי מאכן אונז אויסזען ווי ווילדע שבטים וואס פליקן זיך איינער די צווייטן. מיר זענען אויך נישט אראפגעקומען מתקן צו זיין די אומות העולם.
פון א א.ג. קידוש השם מפרסם צו זיין אז אין לנו חלק עמהם קומט ארויס א גרעסערע חילל השם.
איינגערעדט אז זיי גייען מיך ראטעווען? ניין איך האב מיך ענדערש איינגערעדט אז מיין יצר גייט מיך ראטעווען און אויף דעם ארבעט איך, שלא יפול במים הזדונים שלו.
כ'האב פאר אייך נייעס, דער סאטמאר רב, ער האט געהייסן רבי יואל זצוק"ל, ער האט געהאט שימוש הוראה און געקענט אסאך לערנען, אויך איז ער געווען א געוואלדיגער איש האמת, ער האלט להלכה און שרייבט אזוי אין זיין ספר וואס ער האט ספעציעל געלאזט דרוקן איבער דעם ענין, אז מפרסם זיין ביי די אומה"ע אז ס'זענען דא אידן וואס זענען קעגן די מדינה איז גראדע די גרעסטע קידוש השם היינטיגע צייטן!
אויב איר האלט אז איר זענט בארעכטיגט זיך צו קריגן מיט אים, געבט אריין אייער רעזומעי, פון וועמען האט איר הוראה? וועלכע קהילות האט איר שוין משמש געווען וכו', וועלמיר זעהן צו ס'איז קאמפעטישאן!
דינסטאג יולי 29, 2014 9:09 am
ארטסקרול האט געשריבן:איינגערעדט אז זיי גייען מיך ראטעווען? ניין איך האב מיך ענדערש איינגערעדט אז מיין יצר גייט מיך ראטעווען און אויף דעם ארבעט איך, שלא יפול במים הזדונים שלו.
explain please, thanks, shmelke taub
דינסטאג יולי 29, 2014 9:09 am
אויף דעם איז דא קאנפליקטע מיינונגען, עיין פה:
viewtopic.php?f=3&t=23164
דינסטאג יולי 29, 2014 9:10 am
שמעלקא, ווייז מיר עס אין ויואל משה, דער רבי האט קיינמאל נישט געטון וואס נטרונא טוט,
ובזה יצאתי ידי חובת מחאה
דינסטאג יולי 29, 2014 9:10 am
שמעלקא טויב האט געשריבן:ארטסקרול האט געשריבן:איינגערעדט אז זיי גייען מיך ראטעווען? ניין איך האב מיך ענדערש איינגערעדט אז מיין יצר גייט מיך ראטעווען און אויף דעם ארבעט איך, שלא יפול במים הזדונים שלו.
explain please, thanks, shmelke taub
דו זאגסט אז איך האב מיך איינגערעדט אז די ציונים גייען מיך ראטעווען, אויף דעם זאג איך ניין! איך בין פארנומען ענדערש אז מיין יצר זאל מיך נישט ראטעווען!!
דינסטאג יולי 29, 2014 9:17 am
שאינו יודע האט געשריבן:שמעלקא, ווייז מיר עס אין ויואל משה, דער רבי האט קיינמאל נישט געטון וואס נטרונא טוט,
ובזה יצאתי ידי חובת מחאה
כ'האב נישט דעם מראה מקום פאר מיר, כ'דענק אז ווען כ'האב געלערנט ויואל משה שרייבט דער רבי אז ס'איז א מצוה מפרסם צו זיין פאר די וועלט אז מיר האבן נישט קיין חלק מיט זיי און אז די ציונים זענען נישט כלל ישראל, זיי פארטרעטן נישט אידן.
אויב קענסט ברענגן דעם שטיקל תבוא עליך ברכה.