בלאט 1 פון 1
וויפעל מאל קענסטו דאס זאגען זייער שנעל?
פארעפענטליכט: זונטאג יולי 27, 2014 11:52 am
דורך מתבונן
מיין זיידע זאל זיין געזונט לאוי"ט פארציילט מיר, אז ביי איהם אינדערהיים אין פשעווארסק, איז ארומגעגאנגען אזא געזאגאכטס, און ס'איז געווען אינטרעסאנט צו הערן ווער עס קען עס זאגען שנעל. האב איך געקלערט לזכות את הרבים, זאלן נאך יודען הנאה האבן.
עס גייט אזוי:
"פון אלעסק ביז קיין ביסק, טראגט א פוקס א ביקס אין פיסק".
נו, פראביר דו אויך צו זעהן וויפל מאל דו קענסט עס זאגען זייער זייער שנעל...
געגאנגען!
--------------------------------
ע"ז הדרך:
די רוסישע שטיצען די סטיטשינע!
------------------------------
וכן:
toy boat.
איינער האט נאך?
פארעפענטליכט: זונטאג יולי 27, 2014 11:55 am
דורך תרנגול
מתבונן זיס זיס!
כ'מיין אז דאס רופט זיך tongue twisters
פארעפענטליכט: זונטאג יולי 27, 2014 12:06 pm
דורך תרנגול
כ'האב פראבירט די רוסישע, ס'געגאנגען בערך אזוי...
רוסישע שטיצן סטיטשין
רוסישע סטיטשן שטוצין
רושישע שטיצן טשישין
רוששטיצש טישין
שושיסע סטיצן שיטשן
ואידך זיל גמור...
יעצט איז מיין שאלה, פארוואס טאקע שטיצן די רוסישע די סטיטשינע און נישט די אנדערע ??
פארעפענטליכט: זונטאג יולי 27, 2014 12:09 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
תרנגול האט געשריבן:כ'האב פראבירט די רוסישע, ס'געגאנגען בערך אזוי...
רוסישע שטיצן סטיטשין
רוסישע סטיטשן שטוצין
רושישע שטיצן טשישין
רוששטיצש טישין
שושיסע סטיצן שיטשן
ואידך זיל גמור...

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 27, 2014 12:10 pm
דורך מתבונן
תרנגול האט געשריבן:יעצט איז מיין שאלה, פארוואס טאקע שטיצן די רוסישע די סטיטשינע און נישט די אנדערע ??
זעהט אויס אז זיי האבן נושא חן געווען ביי פוטען...
פארעפענטליכט: זונטאג יולי 27, 2014 12:14 pm
דורך baalegroifim
די קאטשקעלעך גייען קוועטשקענען
פארעפענטליכט: זונטאג יולי 27, 2014 12:14 pm
דורך baalegroifim
די קאץ קראצט
פארעפענטליכט: זונטאג יולי 27, 2014 12:39 pm
דורך ידיד
געפעלט מיר דער אשכול..
אלס קינד ביי אונז אינדערהיים פלעגט מען פראבירן צו זאגן "זעקס און זעכציג צוקוועטשטע טשוועטשקעס"...
פארעפענטליכט: זונטאג יולי 27, 2014 1:35 pm
דורך לוי יצחק
גד גדוד יגודנו והוא יגוד עקב.
שיר השירים אשר לשלמה.
פארעפענטליכט: זונטאג יולי 27, 2014 1:38 pm
דורך מתבונן
לוי יצחק האט געשריבן:גד גדוד יגודנו והוא יגוד עקב.
יעדע יאר ווען מען איז אנגעקומען צו דעם פסוק אין חדר האב איך מיר טאקע אונטערגעזינגען, גד גדודוגדוגדוגודלדודדדדדדד.....
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 28, 2014 12:42 pm
דורך דרייסטקייט
מתבונן האט געשריבן:"פון אלעסק ביז קיין ביסק, טראגט א פוקס א ביקס אין פיסק".
חחחחחחחחחחחחחחחח
איך האב פראבירט, גאנץ שווער.
פון אלעסק ביז קיין בריסק טראגט א פיקס א ביסק און פיסק...
אקעי נאכאמאל..
פון אלעסק... טראגט א פיסק א ביסק און פיקס...
נע...
פון... טראגט א פיסק א פיקס און פיקס און פיסק...
טראגט אפיסק און פיסק און ביקס אין ביסק...
א פיס פיספיספיספסיספסיספסיק...
איך קען שוין נישט.
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 30, 2014 10:38 pm
דורך לכאורה
מיין טאטע פלעגט אונז לאזן זאגן שנעל "סוכה, צוקער, סטיקער"...
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 17, 2014 10:44 pm
דורך מאנ-יימער
איך האב געהערט די געזאגעכטס™ מיט אביסל אן אנדערע גירסא.
פון פינסק קיין מינסק טראגט א פוקס א ביקס אין פיסק.