בלאט 1 פון 1

השקפה באמערקונגן איבער מלחמה געשענישן אין א"י

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 24, 2014 11:31 am
דורך פעטרעזאן
אין צייט פון מלחמה אין ארץ ישראל איז א גוטע זאך צו האבן א ווינקל פאר די וואס זענען אינטערסירט אנצוקוקן די געשענישן נאר מיט א השקפה בליק, וואס ווי באקאנט ביי חסידי סאטמאר אז אזא מצב איז א מצב פון זבורא ועקרבא

ווי חז"ל זאגן אין מסכת חגיגה
רבי יוחנן כי מטי להאי קרא בכי (דברים לא, כא) והיה כי תמצאן אותו רעות רבות וצרות עבד שרבו ממציא לו רעות וצרות תקנה יש לו מאי רעות וצרות אמר רב רעות שנעשות צרות זו לזו כגון זיבורא ועקרבא

זאגט רש"י
זיבורא ועקרבא - נקיט הכי משום דאמרינן במסכת ע"ז בפרק אין מעמידין (דף כח:) חמימי לעקרבא וקרירי לזיבורא וחילופא סכנתא הלכך היכא דנכתיה זיבורא ועקרבא נעשות צרות זו לזו דלית ליה תקנתא לא בקרירי דקשה לעקרב ולא בחמימי דקשה לזיבורא

בשעת מלחמה אין א"י צו וועלן די הצלחה פון די ציונים און רעדן פון די נייעס ווי א געווענטליכע ערדישע נייעס איז א סכנה רוחניות, גאנץ ספר תהילים איז פיל מיט תפילת אז רשעים זאלן נישט האבן קיין נצחונות, ווען יא שרייט דאך דאס אויס שווא עבוד אלוקים. ווידעררום האבן א נטיה ח"ו פארקערט איז דאך זיכער אפגעפרעגט, די מדובר איז דאך דא פון רוצחים גמורים איינקליך פונעם ידו בכל ווי רציחה אין נקמה איז די גרעסטע מצוה

אלא מא איז די עצה נאר צו בעטן דעם אייבערשטר ער זאל העלפן מיט די אופנים וואס ער האט אין זיין באזיץ וואס מיר זעהן נישט ביזדערווייל.

נייעס פון ארץ ישראל אין אזעליכע צייטן וויל א יעדע אידיש הארץ מיטהאלטן, אבער פון די אנדערע זייט ווילן מיר זיך אלס אויסקלארן מיט די אויבנדערמאנטע יסודות מען זאהל קענען האלטן די קאפ גלייך.

עפענן איך דעם אשכול דער עולם זאהל זיך דא קענען דורך שמועסן אז נדברו יראי ד' איש אל רעהו ויקשב ד' וישמע ויכתב ספר זיכרון לפניו ליראי ד' ולחושבי שמו

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 24, 2014 11:40 am
דורך מי חכם
איך האב פאר דיר נייעס, אלע אידן, ערליכע און נישא אזוי ערליך, נארישע און קלוגע, זענען געשטאנען און געהאפט און געצאפלט בכליון עינים דער רוס זאל שוין אריינקומען, נאר ליידער נכזבה תוחלתם.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 24, 2014 11:46 am
דורך עבודת_הבורא
שכח פארן עפענן דעם אשכול

איך האב נעכטן ראגירט צו א נייעס אין די נייעס אשכול למעשה אזוי ווי עס איז נישט געווען דאס פלאץ פאר מיין תשובה באתו מקום וועל איך עס אהער ברענגן, די נייעס האט געלויטעט (לויט א אומבאשטעטיגטע וואטסעפפ באריכט) אז די "אייראן דאום" סיסטעם האט געהאט א גליטש און פאר זעקס שעה האט עס בכלל נישט געארבעט! אלע מיליטערישע פירער אריין גערעכנט דער פריים מיניסטער זענען געווען שטארק אנגעצויגן און מורא געהאט וואס עס וועט געשעהן למעשה די גאנצע צייט האט כאמאס בכלל נישט געשאסן קיין מיסילס, ווי נאר דער סיסטעם איז צוריק אריין אין דינסט האט אנגעהויבן צו פליען ראקעטן אויף א גרויסן פארנעם, האט איינער עס אנגעריפן ניסם.


איך וואלט געזאגט אנדרשט א מעסיטש פון אויבן, אויב ניעמט איר די האק אליינס אין די האנט דאן געט אייך אליין א עצה, אבער אויב די האק פאלט נאר אראפ בטעות זעהסטו ווי איך נעם עס איבער אויף מיין פלייצע, סוי הערט אויף מיט ענקער העברת פי השם טוט תשובה וועל איך ענק היטן אזוי ווי איך האב געהיט אידן אין גלות 2 טויזענט יאר.

ר' אלחנן וואסערמאן זאגט און איינע פון זיינע מאמרים, אמת, אז עס איז געווען (די צוויי טויזענט יאר גלות) א שווערע גלות אבער מיר האבן עס איבער געלעבט, ווי אזוי? מיט שמירת און לימוד התורה והמצוות, ווען מיר זאלן נישט האבן דאס (שמירת און לימוד התורה והמצוות) אפילו מיר וואלטן געהאט אלע צוגעהערן זיך צו באשיצן אליין מיט אינזער אייגענע כוחות וואלט שוין פון קיין אידן לאנג קיין זכר נישט געווען.

דוד המלך חי וקים זאגט אם ה' לא ישמור עיר שוא שקד שומר, יעדע רגע פון מלחמה שלא ע"פ תורה איז א גרעסערע סכנה פאר אידן אין ארץ ישראל ווי ווען עס איז נישט מלחמה, די מלחמה באשיצט נישט עס ברענגט ענדרשט,

איי ווילסטו זיכער זאגן אז עס איז נאר א ענין פון השתדלות, וויל אייך אויפמערקזאם מאכן השתדלות איז נאר נאכדעם וואס מען גלייבט אז דער אייבערשטער טוט אלעס האסטו באקומען די היתר פון השתדלות און אויך נאר עס זאהל זיך דערקענען אז מען רעדט טאקע נאר פון השתדלות און נישט קיין בטחון אין זיך אליינס, און זיכער פארשטייט זיך אז השתדלות טאר נישט זיין קיין שום פעילה וואס איז נגד התורה פינקט ווי מען טאר נישט גנבענען פאר השתדלות פאר פרנסה, טאר מען נישט מפקיר קיין איין אידיש נפש פאר השתדלות, שוין אפגערעדט פון דעם אז די גאנצע מציאות איז נגד התורה