ס'שטימט נישט....
פארעפענטליכט: זונטאג יולי 22, 2007 9:03 pm
ששש.... סאיז ליידיג קיינער איז נישט דא, יעצט גיי איך שרייבן פאר פייער און פאר וואסער, נישט פארדעם איז דעי שטיבל געמאכט? הא איך הער נישט! וואס זאגסטו דו יצמח פורקניה? אה קיינער איז דאך נישט דא וואס ווילסטו הערן, דו טעמבל איינער!
איז אזוי, איך דריי מיך פון רעכל צו מעכל, פונעם אינדקס הפורומים של היימישע קרעטשמע צום ביהמ"ד און צוריק וחוזר חלילה, איך האב שוין מגיב געווען וואו איך האב געהאט צוויי פעניס רעשט, געליינט אלע סמעטענעס (מילכיג ביינאכט? אה ניין טעג, שיעור פארגעסן), גענישטערט און אלע ספרים שע"י אוצר הספרים דגרויזאמער, ועל של עתה באתי איי דאונט העוו וואט טו דו פאר'ן אייבישטן'ס סעיק. פלוצים זעה איך עפעס פאני אויפ'ן הויפט בלאט והנה איך האב שוין וואס צי פירקלען.
איינער קען דא אביסל מעטאמאטיקס? יא איך שאר איך בין דאך געווען אין סקול ביי אברהם שייע'ן געווארפן פיטשעס זומער און מארנצן שאלאכטס ווינטער אזויווי דער רבי האט געוואלט, סאו וואטס יור קוועסשאן מר. מיללער? גיט א קוק יעצט אדער באלד אויפן פראנט פעידזש וז"ל הקרעטשמע:
בסך הכל ישנם 6 משתמשים מחוברים :: 0 רשומים, 1 חבויים ו-4 אורחים
געוואלד, געשריגען און גערופען!!!!! וואו רבוש"ע באהאלט זיך דער זעקסטער? דער חבוי בין איך איז איינס, נאך פיר אורחים ברוכים הבאים קומטס אריין אלע פיר מאכטס אייך באקוועם דארט איז דער ביהכ"ס פאר ווער ס'דארף שטארק (אנדערש לוינט עס נישט ס'נישט זויבער יאנאש קומט הערשט אינדערפרי קלינען), אוי עטס קענטס נישט רעדן ווייל עטס זענטס דאך נישט אויפגעסיינט אקעי קוקטס ענק ארום שטילערהייט, ס'רואיג יעצט כ'וועל ענק באלד נעמען אויף א טאר.
אבער וואו איז דער זעקסטער????? רבותי לאמיר מאכן אן עמבער אלערט א ניק-נעפינג ל"ע ביי אונז אין דארף רייסט איין, וואו איז ער? ווער האט אים געזען לעצט? איך מיין ער האט געהאט א געלע פאלאשינטא איך מיין פאלאשויט.
בד"וו סארא חוצפה איז דאס, מדוע באתי ואין איש? האט-מיוואן-בעלעד וואו איז דער עולם ס'תשעה באב היינט? מאכטס אייך נישט טעמיש, קומטס נאר אהער היינט לערנט מען שוין אויך דא, זאג מיר נישט קיין תירוצים האסט א שיעור, רוף אהער דיין חברותא און לערן דא.