בלאט 1 פון 2

זאל איך ברענגען נייעס, צומאל אויך אין עברית?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 17, 2014 12:01 pm
דורך דוקטור
אזויווי עטס קענטס זען האב איך עקסעס צי אסאך פרישע נייעס, אבער אסאך מאל פין איזרעילי מקורות.

איז די שאלה: ווילטס עטס האבן פרישע נייעס ווען פין מאל צי מאל איז עס אין עברית, אדער בעסער בכלל נישט צי ברענגען?

בעטס מיר נישט צי איבערטייטשען, ווייל דאס איז אסאך ארבעט, אבער ק/פ איז נישט קיין גרויסע ארבעט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 17, 2014 12:19 pm
דורך לכתחילה אריבער
ניין.

קודם ווייל עס איז א טרייפענע שפראך! פשוט! איי יעדער ברענגט אמאל, נא ממילא אמאל, אבער נישט לכתחילה.

צווייטענס איז עס שווערער פאר רוב ליינער, און צומאל וואלט א צווייטער געברענגט אויף אידיש, נאר וויל נישט ברענגען דאפעלט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 17, 2014 12:29 pm
דורך והנה און נון
פארוואס געשטימט פאר ניין. איך קען נישט דעם שפראך אבער צומאל כאפעך דאך עפעס יא אויף אבער קען נישט צאם שטעלן דעם גאנצן באריכט, ווערעך נאר מער נייגעריג. פעלט נישט אויס!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 17, 2014 12:40 pm
דורך נישט אלעס איז אמת
לאז ביטע ווי אזוי ס'איז געווען ביז יעצט
די וואס זוכן די טרייפענע שפראך איז דא פאר זיי גענוג זייטליך
ישר כח פון פאראויס

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 17, 2014 12:47 pm
דורך א איד אין גלות
"בעסער גארנישט ווי ביידע"?
לעניית דעתי צריך לגרוס "בעסער גארנישט ווי עברית"

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 17, 2014 12:50 pm
דורך שנאפס
ביטע נישט שרייבן אויף עיווריט, עס מאכט מיך דיזי ווען איך טריי צו ליינעם פון וואסערע מזל טוב מען רעדט אינמיטן א מלחמה

סיריעסלי, אונזער פלאץ איז געמאכט פאר אידיש-רעדענדע אידן און אלעס דארף געשריבן ווערן אויף דעם שפראך, פארשטייט זיך אז אמאל איז דא א אויסנאם אבער נישט עס צו טוהן לכתחילה

א דאנק פאר אייער קאאפעראציע

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 17, 2014 12:51 pm
דורך derech eretz
געשטימט אויף "אין עברית נאר קורצע נייעס, נישט לאנגע ארטיקלען." אבער נאר אויב ס'איז "נייעס", דהיינו קיינער האט עס נאכנישט געשריבן.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 17, 2014 12:52 pm
דורך פאטאקי08
מעג איך ברענגן אויקרייניש אדער שפאניש אדער רוסיש אויך?
איך מיין נאר קורצע נייעס נישט קיין לאנגע ארטיקלן

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 17, 2014 12:53 pm
דורך מחותן
נייעס פון אר״י, און סטעטמעינטס פון זייערע פאליטישענס איז זייער אסאך מאל גוט צו ברענגן אויף זייער לשון ווייל עס גיט א בעסערע בליק אויף די נייעס.

אבער היגע נייעס איז נישט דא קיין סיבה צו ברענגן אויף עברית, ענדערש שרייב נישט און ווארט ביז א צווייטער וועט עס ברענגן אויף מאמע לשון...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 17, 2014 12:59 pm
דורך לכתחילה אריבער
derech eretz האט געשריבן:געשטימט אויף "אין עברית נאר קורצע נייעס, נישט לאנגע ארטיקלען." אבער נאר אויב ס'איז "נייעס", דהיינו קיינער האט עס נאכנישט געשריבן.

איך האלט אויב עפעס פארקערט. א קורצע זאך זיי מוחל און שרייב איבער אין אידיש. א לענגערע זאך, פארשטיי איך אז עס איז שווער. (איך האב אבער - ווי דערמאנט - געשטימט אויף א גראדע ניין.)

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 17, 2014 1:03 pm
דורך א טענצל!
געשטימט 'אויך עברית'.
דאך בעסער ווי גארנישט

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 17, 2014 1:21 pm
דורך עמרם יודא
derech eretz האט געשריבן:געשטימט אויף "אין עברית נאר קורצע נייעס, נישט לאנגע ארטיקלען." אבער נאר אויב ס'איז "נייעס", דהיינו קיינער האט עס נאכנישט געשריבן.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 17, 2014 1:50 pm
דורך ידיד
וואס איז די נפק"מ צווישן די ערשטע אין די דריטע אפציע?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 17, 2014 1:51 pm
דורך מי יודע
מחותן האט געשריבן:נייעס פון אר״י, און סטעטמעינטס פון זייערע פאליטישענס איז זייער אסאך מאל גוט צו ברענגן אויף זייער לשון ווייל עס גיט א בעסערע בליק אויף די נייעס.

אבער היגע נייעס איז נישט דא קיין סיבה צו ברענגן אויף עברית, ענדערש שרייב נישט און ווארט ביז א צווייטער וועט עס ברענגן אויף מאמע לשון...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 17, 2014 2:01 pm
דורך דרייסטקייט
עס פאסירט גארנישט אז מען ברענגט א קורצע נייעסעל אין עברית, בפרט ווי עס האט זיך ארויסגעוויזען אז הרב דוקטור איז היבש באקאנט אין אסאך נייעסליך אין א"י וואס אונז ווייסט מער נישט.

דוקטור, תמשיך...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 17, 2014 2:12 pm
דורך זיי קלוגער
געשטימט אויף "נאר אידיש"

אנדערע שפראכן קען איך גיין זוכן אויפן גרויסן געוועב. ישר כח.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 17, 2014 2:25 pm
דורך goldman
געשטימט אויף יא, דא איז דער איינציגער פלאץ וואס איך ליין נייעס.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 17, 2014 2:27 pm
דורך גוגל
goldman האט געשריבן:געשטימט אויף יא, דא איז דער איינציגער פלאץ וואס איך ליין נייעס.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 17, 2014 2:34 pm
דורך goldman
פארוואס איז דער אשכול באהאלטן?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 17, 2014 2:36 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
אז ס'איז באהאלטן וויאזוי שרייבסטו דא?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 17, 2014 2:38 pm
דורך goldman
דורך א לינק

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 17, 2014 2:43 pm
דורך מצב כללי
געשטימט אויף ניין איך קען נישט די שפראך, עס נעמט אוועק דעם געשמאק פון איי וועלט אז מען רעדט דא נאר מאמע לשון.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 17, 2014 2:44 pm
דורך למעלה משבעים
אולי וואלט געווען א פלאן אז דער דוקטור זאל שיקן די נייעס צו איינער דא וואס קען עברית, און יענער זאל עס איבערטייטשן און ארויפלייגן? ווער איז זיך מנדב...?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 17, 2014 2:51 pm
דורך דוקטור
למעלה משבעים האט געשריבן:אולי וואלט געווען א פלאן אז דער דוקטור זאל שיקן די נייעס צו איינער דא וואס קען עברית, און יענער זאל עס איבערטייטשן און ארויפלייגן? ווער איז זיך מנדב...?


אדרבה

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 17, 2014 2:54 pm
דורך אייער_קיכל
ס'איז פשוט נישט קיין יושר כלפי די ליינער וואס פארשטייען נישט קיין עיברית, די סייט איז געאייגענט פאר אידיש רעדנדע אידן, פאר נייעס אויף היברעאיש איז דא גענוג און נאך סייטס ביטע...

איך קוק שוין א לאנגע צייט נישט קיין נייעס אויף פרעמדע סייטס ווייל איך ווייס אז אלעס קען איך דא מיטהאלטן, יעצט מיט די אפדעיטס אויף עיברית קען איך צוריקגיין צו סי בי עס

ביי