בלאט 2 פון 2

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 17, 2014 3:47 pm
דורך ווייסעך וואס
אייער_קיכל האט געשריבן:ס'איז פשוט נישט קיין יושר כלפי די ליינער וואס פארשטייען נישט קיין עיברית, די סייט איז געאייגענט פאר אידיש רעדנדע אידן, פאר נייעס אויף היברעאיש איז דא גענוג און נאך סייטס ביטע...

איך קוק שוין א לאנגע צייט נישט קיין נייעס אויף פרעמדע סייטס ווייל איך ווייס אז אלעס קען איך דא מיטהאלטן, יעצט מיט די אפדעיטס אויף עיברית קען איך צוריקגיין צו סי בי עס

ביי

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 17, 2014 3:59 pm
דורך חבצלת השרון
אייער_קיכל האט געשריבן:ס'איז פשוט נישט קיין יושר כלפי די ליינער וואס פארשטייען נישט קיין עיברית, די סייט איז געאייגענט פאר אידיש רעדנדע אידן, פאר נייעס אויף היברעאיש איז דא גענוג און נאך סייטס ביטע...

איך קוק שוין א לאנגע צייט נישט קיין נייעס אויף פרעמדע סייטס ווייל איך ווייס אז אלעס קען איך דא מיטהאלטן, יעצט מיט די אפדעיטס אויף עיברית קען איך צוריקגיין צו סי בי עס

ביי

פליז קום צוריק...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 17, 2014 4:13 pm
דורך להודיע
א טענצל! האט געשריבן:געשטימט 'אויך עברית'.
דאך בעסער ווי גארנישט

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 17, 2014 4:21 pm
דורך נישט
געשטימט אויף אידיש, פשוט ווייל איך פארשטיי נישט קיין עיברית,
און ס'מאכט מיר זייער נייגעריג, פראסטשרעירעט, צו וואוסן וואס ס'שטייט דארטן

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 17, 2014 4:48 pm
דורך ?אפשרטאקע
געשטימט "נאר אידיש"
און אין דעם געלעגענהייט וויל איך בעטן די חשובע מנהלים שיחיו, אז אלע זאכן מטעם ההנהלה וואס זענען אין עיברית, זאלן געטוישט ווערן אויף אידיש, למשל, דער בלאט פון "אפט געפרעגטע פראגעס", די אימעילס וואס מ'באקומט פון די מנהלים, מיין שפראך (אין באנוצער קאנטראל צימער) זאל אויך האבן אידיש, וכו'
יישר כח

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 17, 2014 4:54 pm
דורך מחותן
עברית פאר זיך איז נישט קיין פראבלעם, אסאך מאל פעלט אויס אראפצוברעגנן א עברית שטיקעל אויב מען וויל פארשטיין די נייעס, און אסאל מאל פעלט אויס צו ברעגנן ענגליש צו פארשטיין וואס מען האט געשריבען אויף אידיש.

אבער א דעוועלעפינינג נייעס, איז מורא'דיג שווער און צומישט אויב עס טוישט זיך שפראך ביי יעדע צווייטע תגובה.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 17, 2014 4:55 pm
דורך נישט
כ'האב טאקע געשטימט נאר א אידיש
אבער אמאל אמאל ווען ס'איז דא א גוט'ס וואס איז נאר שייך אויף עיברית, מיינעך אז יעדער וועט האלטן אז מען קען עס שרייבן
נו, וואס זאגט דער עולם?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 17, 2014 4:57 pm
דורך שנאפס
53% זאגט בלויז אידיש, און זעקס פראצענט זאגט אויך אזוי, דאס מיינט כמעט א פיליבאסטער מיאריטעט

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 17, 2014 5:15 pm
דורך לכתחילה אריבער
שנאפס האט געשריבן:53% זאגט בלויז אידיש, און זעקס פראצענט זאגט אויך אזוי, דאס מיינט כמעט א פיליבאסטער מיאריטעט

אינגערמאן, הערי ריעד האט שוין מבטל געווען די פיליבאסטער! זיי מוחל ליין די נייעס פארן קאמאנטירן!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 17, 2014 5:22 pm
דורך נישט
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
שנאפס האט געשריבן:53% זאגט בלויז אידיש, און זעקס פראצענט זאגט אויך אזוי, דאס מיינט כמעט א פיליבאסטער מיאריטעט

אינגערמאן, הערי ריעד האט שוין מבטל געווען די פיליבאסטער! זיי מוחל ליין די נייעס פארן קאמאנטירן!

אונז ליינען נייעס נאר אויף אייוועלט, ביזדערווייל נישט געווען באריכטעט...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 17, 2014 5:23 pm
דורך מחותן
לכתחילה אריבער האט געשריבן:אינגערמאן, הערי ריעד האט שוין מבטל געווען די פיליבאסטער! זיי מוחל ליין די נייעס פארן קאמאנטירן!


יא געווען באריכטעט...!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 17, 2014 5:31 pm
דורך נישט
מחותן האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:אינגערמאן, הערי ריעד האט שוין מבטל געווען די פיליבאסטער! זיי מוחל ליין די נייעס פארן קאמאנטירן!


יא געווען באריכטעט...!

חזור בי

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 17, 2014 5:35 pm
דורך לכאורה
מחותן האט געשריבן:עברית פאר זיך איז נישט קיין פראבלעם, אסאך מאל פעלט אויס אראפצוברעגנן א עברית שטיקעל אויב מען וויל פארשטיין די נייעס, און אסאל מאל פעלט אויס צו ברעגנן ענגליש צו פארשטיין וואס מען האט געשריבען אויף אידיש.

אבער א דעוועלעפינינג נייעס, איז מורא'דיג שווער און צומישט אויב עס טוישט זיך שפראך ביי יעדע צווייטע תגובה.

דאס שטימט מיט מאמר לשון הקודש?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 17, 2014 5:37 pm
דורך מחותן
דאס איז נישט די נושא האשכול.. קענסט עפנען א עקסטערע אשכול דערוועגן.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 17, 2014 6:26 pm
דורך זאכליך
נישט האט געשריבן:געשטימט אויף אידיש, פשוט ווייל איך פארשטיי נישט קיין עיברית,
און ס'מאכט מיר זייער נייגעריג, פראסטשרעירעט, צו וואוסן וואס ס'שטייט דארטן
אויך ווייל איך וויל מיך נישט אויס לערנען די שפראך.
?אפשרטאקע האט געשריבן:געשטימט "נאר אידיש"
און אין דעם געלעגענהייט וויל איך בעטן די חשובע מנהלים שיחיו, אז אלע זאכן מטעם ההנהלה וואס זענען אין עיברית, זאלן געטוישט ווערן אויף אידיש, למשל, דער בלאט פון "אפט געפרעגטע פראגעס", די אימעילס וואס מ'באקומט פון די מנהלים, מיין שפראך (אין באנוצער קאנטראל צימער) זאל אויך האבן אידיש, וכו'
יישר כח

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 17, 2014 10:02 pm
דורך מי חכם
אז דו האסט עקסעס צו נייעס וואס ווערט נישט באריכטעט אין די געווענליכע נייעס זייטלעך, (וואצעפ באריכטן וכדומה) דאן ברענג עס, אפילו אויף עברית, אז נישט וועט מען דאך נישט וויסן די נייעס. אבער סתם טראגן און ברענגען האט נישט קיין פשט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 17, 2014 10:06 pm
דורך געלעגער
מי חכם האט געשריבן:אז דו האסט עקסעס צו נייעס וואס ווערט נישט באריכטעט אין די געווענליכע נייעס זייטלעך, (וואצעפ באריכטן וכדומה) דאן ברענג עס, אפילו אויף עברית, אז נישט וועט מען דאך נישט וויסן די נייעס. אבער סתם טראגן און ברענגען האט נישט קיין פשט.


זייער ריכטיג געזאגט

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 18, 2014 8:20 am
דורך ק.נ.א. וועטער
"נאר אידיש" האט געווינען מיט א לענדסלייד.

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 17, 2014 10:50 pm
דורך מאנ-יימער
ס'גייט דא פאר, אן אנקעטע, שטימעס, וואלן און ווען איך קום ווייזט ער אלעס 0, וואס איז דא פארגעגאנגען? דימפל טשעט?

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 17, 2014 11:00 pm
דורך געלעגער
פאר אזאנע און נאך שאלות קען מען גיין זיצן פלעגט פוטין זאגן

פארעפענטליכט: שבת ספטמבר 20, 2014 8:42 pm
דורך זאכליך
און וואס איז מיט אראביש?

פארעפענטליכט: שבת ספטמבר 20, 2014 8:48 pm
דורך שלום אויש
די האלטסט עמיצער איז אינטערסירט דערין ?