גריסן און שמועסן
דאנערשטאג יולי 17, 2014 12:01 pm
אזויווי עטס קענטס זען האב איך עקסעס צי אסאך פרישע נייעס, אבער אסאך מאל פין איזרעילי מקורות.
איז די שאלה: ווילטס עטס האבן פרישע נייעס ווען פין מאל צי מאל איז עס אין עברית, אדער בעסער בכלל נישט צי ברענגען?
בעטס מיר נישט צי איבערטייטשען, ווייל דאס איז אסאך ארבעט, אבער ק/פ איז נישט קיין גרויסע ארבעט.
לעצט פאראכטן דורך
דוקטור אום דאנערשטאג יולי 24, 2014 7:10 am, פאראכטן געווארן 2 מאל בסך הכל.
Advertisement
דאנערשטאג יולי 17, 2014 12:19 pm
ניין.
קודם ווייל עס איז א טרייפענע שפראך! פשוט! איי יעדער ברענגט אמאל, נא ממילא אמאל, אבער נישט לכתחילה.
צווייטענס איז עס שווערער פאר רוב ליינער, און צומאל וואלט א צווייטער געברענגט אויף אידיש, נאר וויל נישט ברענגען דאפעלט.
דאנערשטאג יולי 17, 2014 12:29 pm
פארוואס געשטימט פאר ניין. איך קען נישט דעם שפראך אבער צומאל כאפעך דאך עפעס יא אויף אבער קען נישט צאם שטעלן דעם גאנצן באריכט, ווערעך נאר מער נייגעריג. פעלט נישט אויס!
דאנערשטאג יולי 17, 2014 12:40 pm
לאז ביטע ווי אזוי ס'איז געווען ביז יעצט
די וואס זוכן די טרייפענע שפראך איז דא פאר זיי גענוג זייטליך
ישר כח פון פאראויס
דאנערשטאג יולי 17, 2014 12:47 pm
"בעסער גארנישט ווי ביידע"?
לעניית דעתי צריך לגרוס "בעסער גארנישט ווי עברית"
לעצט פאראכטן דורך
א איד אין גלות אום דאנערשטאג יולי 17, 2014 12:50 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
דאנערשטאג יולי 17, 2014 12:50 pm
ביטע נישט שרייבן אויף עיווריט, עס מאכט מיך דיזי ווען איך טריי צו ליינעם פון וואסערע מזל טוב מען רעדט אינמיטן א מלחמה
סיריעסלי, אונזער פלאץ איז געמאכט פאר אידיש-רעדענדע אידן און אלעס דארף געשריבן ווערן אויף דעם שפראך, פארשטייט זיך אז אמאל איז דא א אויסנאם אבער נישט עס צו טוהן לכתחילה
א דאנק פאר אייער קאאפעראציע
דאנערשטאג יולי 17, 2014 12:51 pm
געשטימט אויף "אין עברית נאר קורצע נייעס, נישט לאנגע ארטיקלען." אבער נאר אויב ס'איז "נייעס", דהיינו קיינער האט עס נאכנישט געשריבן.
דאנערשטאג יולי 17, 2014 12:52 pm
מעג איך ברענגן אויקרייניש אדער שפאניש אדער רוסיש אויך?
איך מיין נאר קורצע נייעס נישט קיין לאנגע ארטיקלן
דאנערשטאג יולי 17, 2014 12:53 pm
נייעס פון אר״י, און סטעטמעינטס פון זייערע פאליטישענס איז זייער אסאך מאל גוט צו ברענגן אויף זייער לשון ווייל עס גיט א בעסערע בליק אויף די נייעס.
אבער היגע נייעס איז נישט דא קיין סיבה צו ברענגן אויף עברית, ענדערש שרייב נישט און ווארט ביז א צווייטער וועט עס ברענגן אויף מאמע לשון...
דאנערשטאג יולי 17, 2014 12:59 pm
derech eretz האט געשריבן:געשטימט אויף "אין עברית נאר קורצע נייעס, נישט לאנגע ארטיקלען." אבער נאר אויב ס'איז "נייעס", דהיינו קיינער האט עס נאכנישט געשריבן.
איך האלט אויב עפעס פארקערט. א קורצע זאך זיי מוחל און שרייב איבער אין אידיש. א לענגערע זאך, פארשטיי איך אז עס איז שווער. (איך האב אבער - ווי דערמאנט - געשטימט אויף א גראדע ניין.)
דאנערשטאג יולי 17, 2014 1:03 pm
געשטימט 'אויך עברית'.
דאך בעסער ווי גארנישט
דאנערשטאג יולי 17, 2014 1:21 pm
derech eretz האט געשריבן:געשטימט אויף "אין עברית נאר קורצע נייעס, נישט לאנגע ארטיקלען." אבער נאר אויב ס'איז "נייעס", דהיינו קיינער האט עס נאכנישט געשריבן.
דאנערשטאג יולי 17, 2014 1:50 pm
וואס איז די נפק"מ צווישן די ערשטע אין די דריטע אפציע?
דאנערשטאג יולי 17, 2014 1:51 pm
מחותן האט געשריבן:נייעס פון אר״י, און סטעטמעינטס פון זייערע פאליטישענס איז זייער אסאך מאל גוט צו ברענגן אויף זייער לשון ווייל עס גיט א בעסערע בליק אויף די נייעס.
אבער היגע נייעס איז נישט דא קיין סיבה צו ברענגן אויף עברית, ענדערש שרייב נישט און ווארט ביז א צווייטער וועט עס ברענגן אויף מאמע לשון...
דאנערשטאג יולי 17, 2014 2:01 pm
עס פאסירט גארנישט אז מען ברענגט א קורצע נייעסעל אין עברית, בפרט ווי עס האט זיך ארויסגעוויזען אז הרב דוקטור איז היבש באקאנט אין אסאך נייעסליך אין א"י וואס אונז ווייסט מער נישט.
דוקטור, תמשיך...
דאנערשטאג יולי 17, 2014 2:12 pm
געשטימט אויף "נאר אידיש"
אנדערע שפראכן קען איך גיין זוכן אויפן גרויסן געוועב. ישר כח.
דאנערשטאג יולי 17, 2014 2:25 pm
געשטימט אויף יא, דא איז דער איינציגער פלאץ וואס איך ליין נייעס.
דאנערשטאג יולי 17, 2014 2:27 pm
goldman האט געשריבן:געשטימט אויף יא, דא איז דער איינציגער פלאץ וואס איך ליין נייעס.
דאנערשטאג יולי 17, 2014 2:34 pm
פארוואס איז דער אשכול באהאלטן?
דאנערשטאג יולי 17, 2014 2:36 pm
אז ס'איז באהאלטן וויאזוי שרייבסטו דא?
דאנערשטאג יולי 17, 2014 2:38 pm
דורך א לינק
דאנערשטאג יולי 17, 2014 2:43 pm
געשטימט אויף ניין איך קען נישט די שפראך, עס נעמט אוועק דעם געשמאק פון איי וועלט אז מען רעדט דא נאר מאמע לשון.
דאנערשטאג יולי 17, 2014 2:44 pm
אולי וואלט געווען א פלאן אז דער דוקטור זאל שיקן די נייעס צו איינער דא וואס קען עברית, און יענער זאל עס איבערטייטשן און ארויפלייגן? ווער איז זיך מנדב...?
דאנערשטאג יולי 17, 2014 2:51 pm
למעלה משבעים האט געשריבן:אולי וואלט געווען א פלאן אז דער דוקטור זאל שיקן די נייעס צו איינער דא וואס קען עברית, און יענער זאל עס איבערטייטשן און ארויפלייגן? ווער איז זיך מנדב...?
אדרבה
דאנערשטאג יולי 17, 2014 2:54 pm
ס'איז פשוט נישט קיין יושר כלפי די ליינער וואס פארשטייען נישט קיין עיברית, די סייט איז געאייגענט פאר אידיש רעדנדע אידן, פאר נייעס אויף היברעאיש איז דא גענוג און נאך סייטס ביטע...
איך קוק שוין א לאנגע צייט נישט קיין נייעס אויף פרעמדע סייטס ווייל איך ווייס אז אלעס קען איך דא מיטהאלטן, יעצט מיט די אפדעיטס אויף עיברית קען איך צוריקגיין צו סי בי עס
ביי