בלאט 1 פון 1
די גאנצע וועלט איז נאר אויף צייטווייליג
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 09, 2014 11:53 am
דורך גלייכגילטיג
די וועלט קען אויסקוקן ריזיג גרויס און ברייטפארצווייגט, אבער ווען מען שטעלט זיך אפ אין א קליין ווינקל, ווייט פון די רושיגע גאס, קען מען רעאליזירן אז באמת איז דאס אלעס נאר אויף צייטווייליג. העולם הזה דומה לפרוזדור לפני העולם הבא, אבער... ביז צום קרעטשמע דארף מען דאס אויך א טרונק שנאפס, נו, מאן יימר אז מען דארף דאס אזוי דורכלאזן? עס איז גענוג צו זיין א קנאפער ידען צו וויסן אז התקן עצמך בפרוזדור...
העי! איינער גייט דאס אפילו ליינען? לאמיר עס לאזן דא.
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 09, 2014 11:55 am
דורך נשמה
מ'דארף זיך מתבונן זיין אין די נשמה, צו זיין א פארצייטישער יוד און גיין בעקבי הצאן.
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 09, 2014 11:56 am
דורך ק.נ.א. וועטער
איך האב באזוכט דעם אשכול צייטווייליג.
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 09, 2014 12:00 pm
דורך גלייכגילטיג
דאס איז שוין אן ערנסטע קאנספיראציע! איך האב געשריבן אינעם צייטווייליגן פארום און עס ערשיינט אין פארברענגען. קען איינער האבן דרך ארץ און בארפרידיגן מיין נשמה מיט א הסבר וואס דא קומט פאר?
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 09, 2014 12:02 pm
דורך תרנגול
א דאנק אייך פאר אייערע מילין יקירין און גוט-הארציגע רייד.
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 09, 2014 12:03 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
ס'הערשט דאך א ווילדע וועטער צושטאנד, שטארקע ווינטן האבן עס אוועקגעבלאזן צו די פארברענגען פארום.
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 09, 2014 12:04 pm
דורך גלייכגילטיג
הרב קנ''א, דאס איז א תירוץ אדער א תביעה??? נישט פאר אזאלכע שטורעמעס באקומט איר וועידזשעס קער צו נעמען??
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 09, 2014 12:16 pm
דורך נשמה
נישט פארשלאפן צייטליך
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 09, 2014 12:24 pm
דורך פיטום
א איד ווערטאך אנגערופן עברי, ווייל ער איז דאך נאר אן "עובר" אויפדערוועלט
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 09, 2014 12:25 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
פיטום האט געשריבן:א איד ווערטאך אנגערופן עברי, ווייל ער איז דאך נאר אן "עובר" אויפדערוועלט
גוט גוט
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 09, 2014 12:30 pm
דורך פיטום
איך געדענק נישט ביי וועם דאס האט זיך אפגעשפילט, איינע פון די צדיקים זי"ע איז אמאל אנגעקומען אין א שטאט ווי עס האבן נישט געוואוינט אזעלעכע וועלכע וואלטן געלאפן צו זיין טיש, און ער האט געזוכט אן אכסני, פארשטייט זיך אז קיינער זאאיז נישט געווען דער ווארימסטע אים אויפצונעמען, איינער וועלכע האט געזעהן וואס דא גייט פאר איז צוגעגאנגען צו אים און אים געזאגט אז ביסטאך מילא נאר דא פאר א טאג צוויי און דערנאך גייסטו ווייטער דיין וועג, נו וואזשע ברויכסטע א בעט מיט איר צוגעהערן, גיי אריין אין ביהמ"ד און לייג דיר אראפ אויף א באנק, מער האט שוין דער צדיק נישט געדארפט, און רופט זיך אן צו דער מענטש: געב נאר א קוק די אלע ריזיגע פאלאצן וואס דא איז דא, פארוואס פעלט דאס אויס? איר זענט דאך נאר אויפן וועג יעצט!!! איר זענטאך נאר דא אויף צייטווייליג, איר בלייבט נישט דא צולאנג...