בלאט 1 פון 1
ווידיאו של נשים, אויסגעהאלטן?
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 08, 2014 6:40 pm
דורך נישט
כ'וואלט געוואלט פרעגן דעם עולם השאלה, איז ווידיאו של נשים אויסגעהאלטן?
פארוואס פרעג איך עס?
ווייל היינט האב איך געזעהן א ווידיאו, וואס איינער האט בטעות (אזוי האט ער שפעטער געשריבן) ארויפגעלייגט נישט וויסנדיג אז ס'האט אין זיך נשים,
האב איך באריכטעט די הודעה, האט מען אויסגעמעקט מיין באריכט אין געלאזט דעם ווידיאו אומבארירט, פיין כ'האב געשלינגען,
כ'מיין אזויפיל מעג איך נאך וואו שרייבן א תגובה מיט מיין מיינונג איבערדעם
אזוי האב איך טאקע געטוהן כ'האב געשריבן א תגובה בזה הלשון "ארויפלייגן ראיות אסורות און שרייבן זהירות נשים פאסט פאר ק"ש" עד כאן ההודעה
ווייסעך נישט ווער האט אויסגעמעקט די תגובה.
עד כאן המעשה
וויל איך טאקע וואוסן, מעג מען קוקן אויף א ווידיאו וואס מען זעהט נשים?
אויב איינער איז מוחה אויף אזא זאך דארף מען אויסמעקן זיין תגובה?
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 08, 2014 6:50 pm
דורך געלעגער
האסט יענעם געשיקט פריוואט א מעסעדזש פארן מוחה זיין ברבים?
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 08, 2014 6:55 pm
דורך נישט
געלעגער האט געשריבן:האסט יענעם געשיקט פריוואט א מעסעדזש פארן מוחה זיין ברבים?
אויב דאס איז די סיבה פארוואס מען האט אויסגעמעקט מיין תגובה ביסטו גערעכט,
טאקע נישט שיין פון מיר, אשמנו.... כ'האב חרטה אויפן עבר, און כ'בין זיך מקבל אויפן עתיד
יענער האט מיר אבער פארשטאנען אין געזאגט אז ער האט עס געטוהן בטעות, און אנדערע האבן ארויפגעלייגט די ווערטער "זהירות נשים"
דעריבער וואלט איך געוואלט וויסן צו מען מעג עס קוקן?
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 08, 2014 9:35 pm
דורך פארצייטישער יוד
פארוואס זאל מען מעגן
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 08, 2014 9:41 pm
דורך נשמה
ס'איז מיר טאקע אינטערעסאנט.
דאס איז זיכער אז אויב מ'ווייסט אז די נשים דארט זענען מעורר הרהור טאר מען נישט.
און יעצט הייבט זיך אן די גאנצע מעשה, וואס איז יא גורם הרהור און וואס נישט, וואס פונקטליך מיינט הרהור, איז דאך שוין שייך דא דאס ענין פון דחי אל דחי, דאס הייסט, קודם טראכט מען דאס מעג איך זיכער קוקן און אפילו מ'זעהט יא עפעס וואס קיצעלט, טראכט מען, אז ס'גארנישט, מ'מעג, ווייל ס'איז נאר א רא', און איך האב נישט ממש געקוקט, איך קוק נאר אין די זייט, און נאכדעם איז מען זיך שוין מורה היתר צו זעהן אלע מיני נייעס ווידעאוס, און נאכדעם גייט שוין גארנישט אן.
סאו, צו זאגן אז א וידיאו וואס מ'זעהט נשים איז אסור צו קוקן על פי שולחן ערוך איז דאך נאר אויב ס'איז גורם הרהור, וואס דאס איז דאך זיכער אסור, אויב ס'איז א ספק, דאס הייסט ס'קען זיין ס'גייט ארויפקומען, דא קומט אריין די נסיון ווי די יצר טענה'ט אז מ'מעג,
"נשמה פארוואס גייסטו נישט קוקן אביסל ווידעאוס, אפילו ס'קען ארויפקומען א הרהור אבער"
דאס איז דאך די נסיון...
קיינער ביז אונזער דור וואלט דאס נישט געקענט ביישטיין, נאר אונז, דאס איז דאך די נסיון ווען די הלכה איז נישט קלאר אז מ'טאר נישט און די יצר פייניגט. דאס איז דאך דאס ענין פון א גדר, דאס אז מ'ווייסט ביי זיך אז מענטשן זענען אנגעקומען צו קוקן כל מיני טמא'נע ווידעאוס לא עלינו, האט זיך נאר אנגעהויבן מיט אזוינע "מ'מעג דאך"... מ'טאר נישט? ? ?
דער אייבערשטער וועט באצאלן שכר פאר יעדע ווידעאו וואס מ'האלט זיך צוריק.
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 08, 2014 9:48 pm
דורך פארצייטישער יוד
ביי פייער צו א ראקעט וואס פליט אין אשדוד וואלסטו אויך גערעדט אזוי ספיקות'דיג.
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 08, 2014 9:49 pm
דורך נשמה
פארצייטישער יוד האט געשריבן:ביי פייער צו א ראקעט וואס פליט אין אשדוד וואלסטו אויך גערעדט אזוי ספיקות'דיג.
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 08, 2014 9:58 pm
דורך אַבּערוואַס
כ'וויל פארשטיין די גרויסע אריכות דא, ס'עמיצן נישט קלאר די אמת, אדער די נייגער שטייגט פשוט איבער? האלט טאקע עמיצער אז זיך פארקוקן אויף נשים אויף א ווידיא מותר? אפשר אלס אין איסור חל על איסור...?
אגב, שוין געווען אמאל א שמועס דא דערוועגן
viewtopic.php?f=3&t=22419
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 08, 2014 10:07 pm
דורך נישט
יעצט לאמיר צוריק גיין אויב האלט טאקע די עולם אז ס'איז אסור
וואלט איך געוואלט וויסן, וואס איז די אייוועלט תקנות לגבי דעם, מעג מען ארויף לייגן א דבר אסור אויף אייוועלט אדער נישט?
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 08, 2014 10:15 pm
דורך לאדיךארויס
ווידיא של נשים איז אסור.
דער ווידעא וואס איך האב ארויף געלייגט -וואס דער פוה"א באציט זיך דערויף- (ווארשיינליך האט ער עס נישט געזען ב"ה) ווייס איך נישט צי מען קען זאגן דערויף קלאר אז מען זעט נשים. דער עיקר פונעם קליפ איז געצילט אויפן הימל צום פליענדע ראקעט, דערנאך רוקט זיך דער קעמרא צו די אנטלויפנדע מאסן וואס צווישן זיי זענען אויך פארהאן פרויען, און דערביי שאקלט זיך די קעמרא און דרייט זיך ארום שנעל. אלזא קיין קלארער בילד זעט מען נישט דארט.
נאר וואס דען? איינער וואס וויל זיך אפהיטן נישט צו זען קיינמאל קיין שום זאך וואס האט נאר א צד ספק צו זען וואס מ'ברויך נישט, זאל ער טאקע זיך אפהאלטן פון קוקן דעם קליפ (ואגב איינער וואס זיצט אויפ'ן אינטערנעט אפילו מיט א פילטער, שטויסט זיך צומאל אן אין בילדער וואס מ'ברויך נישט זען), והמחמיר תבוא עליו ברכה.
און א יישר כח פאר די מנהלים פארן צולייגן די אזהרה.
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 08, 2014 10:29 pm
דורך נישט
לאדיךארויס האט געשריבן:ווידיא של נשים איז אסור.
דער ווידעא וואס איך האב ארויף געלייגט -וואס דער פוה"א באציט זיך דערויף
ס'האלט שוין יעצט אז אביסל שפעטער האט נאך איינער ארויף געלייגט אינעם זעלבן אשכול א ווידיאו וואס מען זעהט נשים
לאדיךארויס האט געשריבן:- (ווארשיינליך האט ער עס נישט געזען ב"ה)
ליידער ליידער האב איך זיך נישט געקענט איינהאלטן, כ'האב עס יא געזעהן, ועל זה לבי דוי,
לאדיךארויס האט געשריבן:ווייס איך נישט צי מען קען זאגן דערויף קלאר אז מען זעט נשים. דער עיקר פונעם קליפ איז געצילט אויפן הימל צום פליענדע ראקעט, דערנאך רוקט זיך דער קעמרא צו די אנטלויפנדע מאסן וואס צווישן זיי זענען אויך פארהאן פרויען, און דערביי שאקלט זיך די קעמרא און דרייט זיך ארום שנעל. אלזא קיין קלארער בילד זעט מען נישט דארט.
פון אנפאנג זעהט מען זייער קלאר די פרויען,
(נאך דערצו א הערליכע חתונה בתערובות) וואו אויך שפעטער ווען זיי אנטלויפן, די קעמרא שאקלט זיך טאקע אביסל אבער נישט גענוג שטארק אז מען זאל נישט קענען זעהן
לאדיךארויס האט געשריבן:נאר וואס דען? איינער וואס וויל זיך אפהיטן נישט צו זען קיינמאל קיין שום זאך וואס האט נאר א צד ספק צו זען וואס מ'ברויך נישט, זאל ער טאקע זיך אפהאלטן פון קוקן דעם קליפ (ואגב איינער וואס זיצט אויפ'ן אינטערנעט אפילו מיט א פילטער, שטויסט זיך צומאל אן אין בילדער וואס מ'ברויך נישט זען),
איך נוץ ב"ה משומר פילטער, קומט זייער ווייניג מאל אויס צוהאבן א נסיון, און איך זיך מיך נישט קיין פרישע נסיונות,
(פונקט ווען איך גיי ארויף אויף אייוועלט)לאדיךארויס האט געשריבן: והמחמיר תבוא עליו ברכה.
צו ס'איז א חומרה אדער הלכה? ליין ביטע איבער נשמה'לעס תגובה פון אויבן, ס'איז מתוק...
לאדיךארויס האט געשריבן:און א יישר כח פאר די מנהלים פארן צולייגן די אזהרה.
קומט זיך זיי טאקע א שכוח, נישט נאר פאר דעם, נאר אויכעט פאר'ן זיך אוועקגעבן בלב ונפש פאר'ן קיום פונעם וועלטל, יומם ולילה לא ישבותו, זאל זיי טאקע השית באצאלן בכל מילי דמיטב
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 08, 2014 10:48 pm
דורך געלעגער
ווידאו פון נשים איז אייביג אסור געווען דא. זאכן האבן זיך נישט געטוישט
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 09, 2014 1:47 am
דורך כתר ישועה
איך האלט סאיז א עוולה אז אויב איינער איז מכשיל ערליכע יודן מיט ראיות אסורות [-בלתי שום צד ספק זה אסור בתכלית ר"ל ואכמל"ב, אין אלע פשעטלעך זענען דא הבל וריק], איז מען מחויב "ברבים" מוחה צו זיין, אין אויסמעקן אזא מין תגובה איז בערך אזוי ווי אין מדינת ישראל טאר מען נישט הענגען קיין טאוואל "נא לבוא בבגד צנוע" וכדו' - אלס "דעמאקראטיע".... והבן כל זאת כי קצרתי. (כהאפ אז די תגובה וועט מען נישט גלייך אויסמעקן).