בלאט 1 פון 1
בילבארדס אויף די וועג צו די קעטסקילס
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 07, 2014 1:44 pm
דורך משה יענקל
נעכטען זענען מיר געגאנגען כאפען א בליק אויף די קאנטרי'ס
און והנה די גאנצע 17 איז אנגעפילט מיט אדווערטייזמענטס פון אלע היימישע פירמעס. דאכצוך מיר אז די מוסג פון אדווערטייזען אויפן 17 איז נאך היבש פריש, סא דאס מיינט אז און די קומענדיגע יארן גייט דאס מאסיוו וואקסן
עיין ערך GB-GG מלכות-מפואר קליינס-מהדרין וכדו'
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 07, 2014 1:50 pm
דורך מאנ-יימער
דער מאמענט.
גראדע איז עס נישט קיין נייע זאך, די אידישע בילבאורדס גייט שוין אן פאר א שיינע צאל יארן.
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 07, 2014 1:55 pm
דורך פיטום
ס'גראדע א גוטער פרנסה
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 07, 2014 1:56 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
משה יענקל האט געשריבן:נעכטען זענען מיר געגאנגען כאפען א בליק אויף די קאנטרי'ס
און והנה די גאנצע 17 איז אנגעפילט מיט אדווערטייזמענטס פון אלע היימישע פירמעס. דאכצוך מיר אז די מוסג פון אדווערטייזען אויפן 17 איז נאך היבש פריש, סא דאס מיינט אז און די קומענדיגע יארן גייט דאס מאסיוו וואקסן
עיין ערך GB-GG מלכות-מפואר קליינס-מהדרין וכדו'
viewtopic.php?p=891795#p891795
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 07, 2014 2:05 pm
דורך אייער_קיכל
כ'וויל נישט סאונדן עקסטריעם... אבער איך האב א שטיקל אישו מיט די בילבאורדס, כ'האלט אין איין מחנך זיין מיינע קינדער אז מ'טאר נישט קוקן אויף די הייוועי בילבארדס צוליב די אויסגעלאסענע בילדער, און דא קומט מען זיי מאכן היימיש מיט בילבאורדס, יעצט גיי זיי מסביר א קינד ווען ער זאל יא קוקן און ווען נישט...
מאידך גיסא איז אפשר יא א טובה אז כאטש די אלע בילבאורדס בלייבן ריין