בלאט 1 פון 1

א שר... אויף די וועלט... אדער אויף יענע....

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 02, 2014 3:39 pm
דורך green
א גוט יאר טייערע (?) חברים!

דריי איך מיך אזוי ארום אויפן וועלטל שוין א היבשע צייט און איך פראביר אויפצוכאפן ווי מער איך קען (ווי פארשטענדליך) אבער איין שטארקע קשיא איז מיר זייער שווער געווארן, איך וועל עס פראבירן צוצולייגן אויף קליין..... אותיות

זאגטס נאר, פארוואס איז געגרינדעט געווארן איי וועלט - אידישע וועלט?
וואס איז די ציל, טובה פון איי וועלט - אידישע וועלט?

וועל איך פראבירן זיך מסבירן
געדענקסט נאך ווען די קאמפיוטערס זענען ערפינדען געווארן? יוש איז עס געווען פאני ריזיג, ווייסע אויף שווארץ אותיות, ווער ס'האט געהאט אזאנס (אפילו ער האט נישט געוויסט אוואו מ'ניצט עס, געשטאנען און געקוקט דערויף ווי די האן אין בני אדם אבער דאך א ... קאמפיוטער..) איז געווען "די זאך" , איך געדענק נאך ווען מיין פאטער האט געויפט זיין ערשטע קאמפיוטער (גרעסער פון מיר) איז עס געווען א שמחה אין די משפחה "יעי טאטי איז מעכטיג...." , מיט די צייט האט די קאמפיוטער אנגעהויבן צו שרינקן בקמות און וואקסן באיכות אזוי קליין איז עס געווארן אז יעדער קען האבן אפאר דערפון אין טאש און זעהן אלעס וואס ס'טוט זיך אין די גרויסע - קליינע וועלט
האט זיך אנגעהויבן דעוועלעפאן זייטליך ווי די מייז (נישט די פון די קאמפיוטער - עכטע) איעדער שמויגער עפענט און מאכט צו טעגליך אין די טויזענטערס, נא זעמער דאך אידישע קינדער און אונז פראביר מיר מיט אלע כוחות צו בלייבן אידן אויף וויפיל ס'איז מעגליך אבער ווען יעדן איינציגן שפראצן ארויס זייטליך וואס קענען אראפטראגן יעדן נארמאלן בריאה און כ"ש א איד א קינד פונעם בוכ"ע, זענען געווען אזעלכע וואס האבן געזאגט אסור און ביי... אבער ווי דער עולם דא פארשטייט איז עס בערך ווי איינער זאל זאגן מ'טאר נישט האבן קיין טעלעפאן וועגן מ'קען קאלן.... טעל מי.... איך מיין נו ... נאן סענס גזירה שאין הציבוא יכול לעמוד . אונז לעב מיר און 2014 און די וועלט ריקט זיך אין יענע ריכטונג קענסט פראבירן עס אנהאלטן אבער נישט מיט א צו שטארקע עקסטרעים.. ס'האט זיך א קנאפע 10 יאר צוריק אנגעהויבן א עפאכע פון יעדער טרייט וואס ער קען צו לייגן א גבול - גדר ביז ווי ער קען גיין אפילו ער וויל צו דזשעי נעט אדער K9 אדער אנדערע פילטערס כ"א בשמו י... און דער עולם וואס פלעגט פראבירן צו זיצן אויף ... הייד פארק (נאר זיך אויסצובלאזן פארשטייט זיך) האבן צוביסלעך אנגעהויבן צו בלאקן יענעם סייד און ס'האט זיך אנגעהויבן צו פילן פילווער פון יעדן'ס נישט זיך אויסבלאזן איז דאן געקומען אונזער אומפארגעסליכער ארענדער און זיך אריין געטראסקעט און די ארבעט אויפצושטעלן א (בלאז מאשין) געוועב אויף א אויסגעהאלטענעם אידישן אויפן אז ס'זאל זיין נח לשמים ונח לבריות
דא איז טאקע דאס פלעצעל (ווי דען) צו אויסדריקן די דאנק און שעצונג פארן ארענדער פארן אוועקגעבן אזויפיל צייט און געלט (וואס?? יא!!) דמים תרתי משמע ס'איז נישט צום באשרייבן (טייפן) וואספארא זכיה איר פארמאגט דאס וועט אייך אייביג באגלייטן יא אויך אין קבר (א היכי תמצא מיטצונעמען א וועבסייד אין קבר (: ) און פארשטייט זיך אז די דאנק פארדינען אויך די אלע מנהלים כ"א בשמו י...
צוריק צום ענין (וואס פארדרייסטו די נושא?....)
דער ארענדער האט געגרינדעט די וועלטעל אז אידישע קינדער זאלן האבן א פלעצל ווי צו פארברענגן, לערנען, שמוסן, זיך ארויס העלפן, און וואס נישט... על טהרת הקודש (יא קודש! א עקסטערע שמועס) און דער עולם ניצט עס אויס שטארק ב"ה

יעצט וועל איך אנקומען צו די קשיא וואס איך וויל פרעגן(אזוי לאנג...?)...

סאיז דא עפעס א ווינט דא צו ווערן א שר און פארטייט זיך ווי א גרעסערע שר אלץ א גרעסערע ... שר ... איז מען

?פארוואס?


אבער נאכן ליינען ביז אהער איז די תירוץ קלארער, איעדע תגובה דא וואס האט איינגטוישט פאר א תגובה אויף איינע פון די נישט ערליכע וועבסיידס (נישט קיין חילוק וועלעכע, די ליסטע איז גרויס) איז ער א שר נישט דא אויף די וועלט האר מער אויף יענע וועלט און טאנער זיין תגובה האט נאך ארויסגעהאלפן א צווייטע יוד אויף סיי וועלכע וועג איז ער נאך א גרעסערע שר און מיט רעכט, היינטיגע צייטן בעיקבתא דמשיחא איז נאר דאס דע וועג זיך צו האלטן אין אידישקייט...

אויב אזוי דאן לוינט זיך מיר יא צו ווערן א שר חמש מאות

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 02, 2014 4:10 pm
דורך נשמה
green

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 02, 2014 5:02 pm
דורך א גראם מיט טעם
נאט אייך א גרינע ;l;p-

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 02, 2014 6:32 pm
דורך נישט
א גראם מיט טעם האט געשריבן:נאט אייך א גרינע ;l;p-

איך לייג צו נאך אפאר ;l;p- ;l;p- ;l;p-
מזל טוב לשר חמש מאות