זאל מען לאזן טעגלאש פארשמירן די נייעס מיט טעגלאשע לאזונגען?
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 01, 2014 10:08 am
מיינע צוויי סענט איז:
אייוועלט איז באשאפן געווארן, אלץ אן ערי מקלט אינעם ברויזנדיגן ים פון כפירה און זנות, אלץ א ברעטל וואו מען קען זיך אנכאפן, יעדער וואס וויל ח"ו נישט פארשוועמט ווערן,
אבער דאס איז נישט קיין שופר פאר די טעגלאשע קהילה.
און דאס שרייבן צווישן די נייעס, טעגלאשע לאזונגען, פארטרייבט די איבעריגע חלק כלל ישראל, וואס באלאנגט נישט שלשלת טעגלאש, צוריק אריין במצולות דעם טריפה'נעם אינטענעט היל"ת
דעריבער וואלט איך פארגעשלאגן, סיי פאר טעגלאש און סיי פאר הוידא, ווען ס'קומט צו נייעס, וואס גרעניצט זיך מיט טעגלאשע השקפה, און מען קען זיך נישט איינהאלטן די טעגלאשע געפילן
זאל מען עפענען אן אנדערע אשכול, ספיציעל פאר טעגלאשע געפילן, וואו לדוגמא "דריי בחורים פארכאפט אין מדינת ישראל - מיט א טעגלאשע בליק"
מען בעהט יעדן איינעם פערזענליך, פאר די הצלחה פונעם אשכול, אז ס'זאל נישט ווערן פארמאכט, זאל מען זיך איינהאלטן די געפילן, און דיסקוטירן דעם נושא נארמאל, וואו ס'פאסט זיך פאר אייוועלט שרייבער.