בלאט 1 פון 1
איך האב היינט געהאט מזל ווי א...
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 24, 2014 2:02 pm
דורך להגדיל שמו
איך מיין עס איז נאך נישט דא אזא אשכול וועל איך אנפאנגען.
די נאכט האב איך געהאט מזל ווי א פיש, איך האב געלאזט אפען די פענסטער פון מיין קאר א גאנצע נאכט, אין א געגענט ווי מען קען נישט איבערלאזען אפילו א שמוץ אויף דער ערד, און צופרי ווען איך בין אנגעקימען איז עס געווען אומגערירט.
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 24, 2014 4:57 pm
דורך יוראפ
נאך א מזל ס'האט נישט גערעגנט, ווייל דעמאלטס וואלטן די פיש געהאט ווי צו שווימען
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 24, 2014 5:10 pm
דורך קרעפטיג
פארוואס זאל מען נישט קענען איבערלאזן שמיץ אויף דער ערד ?
יוראפ, גוט.
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 24, 2014 5:15 pm
דורך להגדיל שמו
קרעפטיג האט געשריבן:פארוואס זאל מען נישט קענען איבערלאזן שמיץ אויף דער ערד ?
יוראפ, גוט.
ווייל אפילו דאס גנב'ט מען
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 24, 2014 5:26 pm
דורך קרעפטיג
שיק אהער צו מיר עטליכע פון די שמוץ גנבים, וועל איך שפארן גויטע געלט...
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 24, 2014 6:05 pm
דורך נישט
קרעפטיג האט געשריבן:שיק אהער צו מיר עטליכע פון די שמוץ גנבים, וועל איך שפארן גויטע געלט...
דערמאנסט מיר
איינער האט אמאל געוואלט פטור ווערן פון אן אלטע פרידשעדער, האט ער עס ארויסגעלייגט אינדערויסן, אויפגעהאנגען א צעטל, "סעיל פאר פופציג טאלער"
ביז א פאר שעה איז עס שוין נישט דארט געווען....
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 24, 2014 6:52 pm
דורך נשמה
גוט.
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 24, 2014 6:54 pm
דורך טייבעלע
גלויבט דער בורא כל העולמים וואס האט געהיטן דיר און דיין רכוש מיט א שמירה עליונה.
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 24, 2014 8:20 pm
דורך יוראפ
הגדי דערמאנסט מיר פון א מצוה פון הכנסת אורחים וואס כ'האב מזכה געווען א קרוב מיינער.
כ'האב געהאט א שמחה אין א געגנט ווי מ'פירט זיך געווענדליך יא צו לאזן אפן אפשר נישט די פענסטער אבער די טיר ענדערש יא, בינעך איינגעשטאנען ביי א קרוב מיינער אויף שבת, און יענער איז געווען אין מיין געגנט האט ער מיר שוין אויפגעפיקט אויך מיט די גאנצע געזינדל, און אז האט מען שוין א פרי רייד האט מען דאך אוודאי מיטגעשלעפט נאך אפאר זאכן, אויך א שיינע סייז באקס אינעווייניג איז געלעגן... יא צוגעטראפן פיש מיט פיש זאפט.... אנקוטמענדיג צום דעסטינאציע זעהט מען אז אביסל פיינע פרישע ווארימע פיש זאפט איז אביסל אויסגעפשרייט אויף די פאדלאגע, נע נישט געפערליך דער בעל אכסניא לאזט אפן די פענסטער פון די קאר איבער שבת אז ס'זאל זיך אויסלופטערן [עריז א שטיקל מפונק אויך], מה עשה הקב"ה האט ער געשיקט איבער'ן שבת גשמי ברכה, מוצש"ק זעצט זיך דער בעל אכסניא אריין אין פארט צו א מלוה מלכה בבית מדרשו פון רבו שליט"א, ס'איז נאך געווען אינמיטן זומער אויך - ממש יפה בעתו - און די מל"מ האט זיך אביסל פארשלעפט האט ער שוין געוואלט אהיימגיין אבער כאפט ער זיך אז ער אויפן וועג אהין האט ער אויסגעקוועטשט זיין סיעט מיט די הויזן [נאכאמזל ס'איז שוין געווען מוצאי, (שטעל דיך פאר ער גייט צו א מל"מ אינמיטן שבת סיסאך מער פאני)] נו האט ער זיך געשעמט... האט ער שוין געמוזט בלייבן נאך א וויילע ביז יעדער האט זיך שוין אויפגעהויבן.... פאר מ'ענדיגט די מאסע פעלט נאר איין פרט פון די גרויסע מצוה וואס כ'האב זוכה געווען אים צו מזכה זיין... פרייטאג צו נאכטס בינעך אהיימגעקומען שפעט פון די סעודה [זעהט אויס ס'איז נאך יא געבליבן אביסל פיש] די טיר איז אוואדע געווען ברייט אפן פאר די חשובע גאסט, ס'איז געווען שא שטיל כ'האב מיך פארגעשטעלט יעדער שלאפט שוין זיכער, געפעניעט אביסל דערנאך געליינט קרישמע און מקיים געווען דעם שינה בשבת תענוג, צופרי גיי איך דאווענען מיט א פרישקייט, ניטאמאל געטראפן דעם בעל אכסניא פון די חשובע גאסט, ביי די סעודה פארציילט מיר דער אשת חיל זז"ג [יוי ווער ווייסט נאכניש וואסעמיינט?] אז די בעל אכסני'טע האט איר פארציילט אז ווען דער בעל אכסניא [פון די חשובע גאסט, שיר פארגעסן צו שרייבן] איז אהיימגעקומען [פונעם טיש בבית מדרשו פון רבו הנ"ל], א שיינע וויילע שפעטער פון אונז האט ער נישט געטראפן דעם וועג אריין... א שליסל שטייצעך האט דאך נישט מיטגענומען פארוואזשע דען יא, און צו זיין מזל האט ער נאך געהאט אפאר מידע קינדער צו די זייט שלעגנדיג/שלעפענדיג [האו יו וואנט טו קאל איט] זיך כשתילי זתים, נאך אפאר מינוט פרובירנדיג אפאר שטיקעס האט ער זיך דערמאנט אז יארן פריער האט ער געגעבן א שליסל פארן שכן און פלוצלינג פלוצלינג [אה ס'ווערט שוין שרעקעדיג] הערט ער ווי מ'שפאצירט ביים שכן, האט ער אנגעקלאפט אויפן טויער און שוין ער האט שוין געקענט גיין שלאפן. הודו לה' האבעך מזכה געווען 'יענעם' מיט א גרויסע מצוה לכבוד שב"ק.
(קיינער זאל מיר נישט איבערפרעגן וואס דא שטייט)
נו ווי וועם האט ער געהאט מזל?
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 24, 2014 8:27 pm
דורך green
יוראפ, איך ווייס נישט צו דו האסט געהאט מזל אדער דיין גאסט געבער...
איך מיין אז ביידע האבן "נישט" געהאט מזל...
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 25, 2014 12:27 pm
דורך פיטום
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 26, 2014 8:42 am
דורך להגדיל שמו
האו קערס וועגען מזל יעצט? וואס טיט זיך מיט די פיש זאפט???
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 26, 2014 8:44 am
דורך ק.נ.א. וועטער
מזל להגדיל-שמו דגים
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 26, 2014 11:19 am
דורך יוראפ
להגדיל שמו האט געשריבן:האו קערס וועגען מזל יעצט? וואס טיט זיך מיט די פיש זאפט???
זאלעך דיר עס אימעיל'ן? ווילסטעס אוועקלייגן פאר שמירע?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 26, 2014 2:10 pm
דורך להגדיל שמו
ניין סעגיט לאז עס טריקענען ביי דיר
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 26, 2014 2:13 pm
דורך יוראפ
הערינג עסט מען נישט טרינקען, סעגיט יא דאס טרינקט מען
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 26, 2014 2:24 pm
דורך להגדיל שמו
האסט עס ליב?
#סטםפארנייגעריקייט
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 26, 2014 3:27 pm
דורך יוראפ
סעגיט