בלאט 1 פון 1

אשכול מיוחד ליגר'ל: מיליכיגע טשאקלאד

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 18, 2007 1:50 pm
דורך גרויזאמער
מיט גרויס פרייד וויל איך מעלדן אז ס'איז מיר היינט געלונגען צו פארשאפן א נדבן פאר גאר פיינע און באטעמטע מיליכיגע טשאקלאד, ווער עס וועט זיין ביי די טיר ווען יו פי עס וועט עס דעליווערן זאל עס ביטע אריינברענגען אז עס זאל נישט נאס ווערן.

איך פלאן עס ארויפצולייגן אויפן טיש ווי פריער. די באס דרייווערס האבן א זכות קדימה.

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 18, 2007 2:04 pm
דורך איזאק
ווילסט זאגן פשט ?? אז נישט איז אויך גוט

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 18, 2007 2:15 pm
דורך יגרסהדותא
? ?

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 18, 2007 2:36 pm
דורך צייטליך
ליינט דא, וועט איר פארשטיין, (כ'האף אז גרויזאמער האט דאס געמיינט)

http://yiddishworld.com/forum/viewtopic.p ... 0&start=40

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 18, 2007 3:37 pm
דורך גרויזאמער
קיין טשאקלאד! איך געב גארנישט! אביסל מענטשליכקייט מעג מען האבן! מען רוקט אריבער אן אשכול פון קרעטשמע צו פארברענגען, און מען מאכט מיך אויסזען עלטער און מער אויסגעוועפטער ווי איך בין באמת.

די מערסטע געפעלט מיר יגר'לס צוויי צענט צו די מעשה - ח'מיין צוויי פראגע צייכנס. ווי כאילו א שין דלית רעדט דא אויף פראנצויזיש, ער האט נישט קיין אהנונג וואס איך וויל.

יגרל הא???? דו ווייסט נישט וואס איך רעד?

קוק מיר אריין אין פנים!

http://yiddishworld.com/forum/viewtopic.php?t=534

גארנישט גארנישט, רעד נישט קיין ווארט... שא! איך בין נישט אינטערסירט זאלסט זיך יעצט פארענטפערן!

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 18, 2007 8:47 pm
דורך abimlaibt
איך בין נייגעריג אויב איינער גייט יעצט מגיב זיין דארט,
גרויזאמער, זיי זענען שוין געווען? איך כאלעש פאר א שטיקעל.

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 18, 2014 11:44 am
דורך שלעפשיץ
abimlaibt האט געשריבן:איך בין נייגעריג אויב איינער גייט יעצט מגיב זיין דארט,
גרויזאמער, זיי זענען שוין געווען? איך כאלעש פאר א שטיקעל.


איך