Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

אן אשכול פאר "חיפוש" - זוכן תגובות/אשכולות

מיטוואך יולי 18, 2007 1:23 pm

- נע כ'קען מעך נישט דערמאנען ... האסט ערגעץ וואו אין א תגובה'לע, אמאל אריינגעווארפן עפעס דערוועגן
- נו וואסי דער פראבלעם? מאך א זוך אקציע און וועסטעס האבן
- יא, נו, משה זוכמער... גיי זוך דורך צענדליגער און צענדליגער תגובות, מ'קען דאך פון זינען אראפגיין
- נו, הקיצור, וואסי דע עצה?
- גוט געפרעגט... און טאקע פונדעם ווילעך יעצט רעדן, און טאקע אטא דא אין דער אשכול...
איי, וואס עט עס מער העלפן? איז אזוי

פון די פילע צענדליגע תושבי הקרעטשמע, איז דאך זיכער פאראן מענטשן וועלכע וועלן געדענקן וואו, וואס, ווען און ווער. ז'וועלן זעכער געדענקען דעם אשכול צו דער תגובה וואס מ'זוכט. פארשטייט זיך, אז נישט דער איז יענער, אבער אלץ וועט זיך טרעפן - האף איך - איינער וואס עט געדענקען.
***

למשל, יעצט זוך איך אן אשכול וואס מ'האט גערעדט 'משנכנס צייט', פארשטייטצעך אז כ'מיין נישט דעם היינטיגן משנכנס... איך רעדט פונעם אנדערן משנכנס, זיין שכן דארט אין דער משנה, כ'מיין פון אדר. איז יא, מ'אט גערעדט דארט איבער דער ענין אז משנכנס אדר ווערט נישט דערמאנט אין שו"ע. סאכדעס דענקסט? כ'מיין דו ביסט געווען דער מגיב דארט.

Advertisement

מיטוואך יולי 18, 2007 1:38 pm

http://www.yiddishworld.com/forum/viewtop ... 0724#30724

מיטוואך יולי 18, 2007 1:38 pm

אגב, ס'איז א געוואלדיגע איידיע דער אשכול.

מיטוואך יולי 18, 2007 1:45 pm

פשיהא, נו וואס האבעך דער געזאגט? אז ס'עטצעך זעכער טרעפן איינער וואסעט געדענקען. ומי כתושבי הקרעטשמע...
יישר כח מאשקע, א ברכה אויף דיין קעפעלע, און זאל דיר דאס צו מצוה פארעכנט זיין.

מיטוואך יולי 18, 2007 3:14 pm

א גוטע איידיע זארעכ

מיטוואך יולי 18, 2007 8:50 pm

אה זארעכ יו די מען,
איין גוטע נייצע הער אויס פון אן אלטן יוד. ווען אימער האסט עפעס א חיפוש זאך, ווצב"ש דו זיכסט עפעס, זאלסטו אלץ פרעגען מאשקע. ער וועט דיר עס אפיר זיכען אין א מינוט צוויי דריי,

מיטוואך יולי 18, 2007 9:52 pm

פיינע איידיע, זארעך.

איך וויל וויסן וויאזוי מען קען חיפוש'ן א ווארט נאר אין א קעפל פון אן אשכול. אסאך מאל ווייס איך פונקטליך די נאמען פונעם אשכול, אבער ביים מאכן דעם חיפוש געט ער מיר א הונדערט פלעצער וואו עס שטייען די ווערטער אינצווישן די שורות. עס וויל זיך אויסשרייען: איך זוך דעם קעפל! נישט דעם בייכל..

דאנערשטאג יולי 19, 2007 3:15 pm

קרעמער, א שטיל עצה צו דיין פראבלעם איז דא. נאכדעם וואס דו באקומסט די זוך-רעזולטאטן, מאך א "פיינד" פון דיין בראוזער אויף יענעם פעידזש.

דאנערשטאג יולי 19, 2007 7:15 pm

נע, ער געט מיר צען בלעטער מיט רעזולטאטן, אויב נישט מער.

זונטאג אוגוסט 12, 2007 12:40 am

איך זוך דעם אשכול ווי עמיצער האט געלינקט אן ארטיקל אין 'אלגעמיינער', ווידער שרייבער ציטירט שטיקלעך פון מיינס אן ארטיקל איבער 'פיקטיווע שפאנענדע מאסעס אין פארזעצונגען'.

זונטאג אוגוסט 12, 2007 8:26 am

נישט דער אלגעמיינער, דער פארווערטס. דא האסטועס. http://www.yiddishworld.com/forum/viewtopic.php?t=1293

דינסטאג ספטמבר 18, 2007 10:43 am

איך בין יעצט אריבער גאנץ היימישע פארברענגען און נישט געטראפן די אשכול פון "זאכן וואס איך וויל וויסן" עפעס אזוי, איינער קענעס מיר אויפזוכן ביטע?

דינסטאג ספטמבר 18, 2007 11:28 am

איך זוך און איך קען נישט טרעפן א לינק, וואו מען קען הערן שיעורים פון הרב ישראל דוד שלעזינגער שליט"א.

איינער ווייסט עפעס דערוועגן?

דינסטאג ספטמבר 18, 2007 12:01 pm

א לינק צום אשכול "זאכן וואס איך וויל וויסן"
http://yiddishworld.com/forum/viewtopic.php?p=2155

**
א אידעלע, דו רעדסט פון א לינק דא אין קרעטשמע אדער אין אלגעמיין?

דינסטאג ספטמבר 18, 2007 12:01 pm

פון דא אין קרעטשמע.

דינסטאג ספטמבר 18, 2007 12:05 pm

אפשר מיינסטו דעם פאלגענדן לינק, אבער דאס איז נישט דוקא פון ר' ישראל דוד'ן
http://yiddishworld.com/forum/viewtopic.php?p=52788#52788

דינסטאג ספטמבר 18, 2007 12:09 pm

זארעכ,
טאקע דאס האביך געמיינט, א גרויסן יישר כח, דער זכות זאל דיר ביישטיין.

דינסטאג ספטמבר 18, 2007 2:35 pm

שכויח פעפער

דאנערשטאג מרץ 06, 2008 12:20 pm

היום יום ה' פקודי, איז געווען דא א קנאקעדיגער אשכול פון "אנדי פעטיט", וועלכע האט פארמאגט אין זיך א דעבאטע; געמישט פורים, הומאר, סארקיזים ויהדות. וואו איז דאס אהינגעקומען???

דאנערשטאג מרץ 06, 2008 12:21 pm

אויפן פארלאנג פונעם מחבר האבן מיר דאס דערווייל אריינגעריקט אין מנהלים פורום (פילייכט וויל ער נאך צולייגן א שטיקל)

דאנערשטאג מרץ 06, 2008 12:24 pm

שוין, גם זו לטובה...

יישר כח קרעמער פארן ענטפערן אזוי געך און שנעל.

דאנערשטאג מרץ 06, 2008 12:26 pm

איך וויל טאק בזה המקום אפגעבען א דאנק פאר'ן ישוב'ע מנהל ומייסד פאר'ן אזוי געטריי זיין די טייערע שעפעלעך דא.

און דערווייל האמיר אריין געלייגט א סאבסעטוט ארטיקעל.

יואלי ענבים וישברו!

דאנערשטאג מרץ 06, 2008 1:54 pm

אנדי פעטיט האט געשריבן:איך וויל טאק בזה המקום אפגעבען א דאנק פאר'ן ישוב'ע מנהל ומייסד פאר'ן אזוי געטריי זיין די טייערע שעפעלעך דא.

און דערווייל האמיר אריין געלייגט א סאבסעטוט ארטיקעל.

יואלי ענבים וישברו!
שוין אויך אוועק גענומען פאר אביסל.
שרייב א תגובה

Advertisement