בלאט 1 פון 1

די סוגיא פון גלי וטמיר

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 17, 2007 5:58 pm
דורך קרעמער
גלי וטמיר = אפן און צוגעדעקט

אנומעלט האב איך געכאפט א היסטאריש בילד פון ערעב זארעכפעפער במלוא יפיו והדרו, זיין ניק ערשיינט דארט אונטן מיט שיינע גראדע אותיות, באוואוסטזיניג אז יעדער קען זעהן זיין ערשיינונג אין קרעטשמע.

א מינוט דערויף, הילד איננו, ער איז צוריק שיעף (איטליעניש), באהאלטן, טמיר ונעלם ב'ניק' כל ישראל...

וזאת למודעי: איך האב געכאפט א בילד נאר פונעם ערשטן מחזה הוד, ווייל דער דאיען האט היינט אויפגעשטעלט א חקירה אז דאס צווייטע בילד וואלט געווען א פארלעצונג פון די יו.ען. אונטערנאציאנאלע ניק רעכטן..

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 17, 2007 8:28 pm
דורך סאכדעס
גראדע האט דער דאיען נישט גערעדט דערפון היינט בכללל.

יישר כוח קרעמער פארן כאפן ס'בילד אין די ריכטיגע מינוט...

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 17, 2007 10:00 pm
דורך קרעמער
נו, איך דריי זיך נישט ביים דאיען אזוי אפט ווי דיר, סאכדעס, קען טאקע זיין עס איז געווען נעכטן.