גריסן און שמועסן
זונטאג אוגוסט 06, 2006 12:12 am
ווער עס האט שריים פון שבת קען אהער ברענגן אביסעל פאר מלוה מלכה.
Advertisement
זונטאג אוגוסט 06, 2006 12:14 am
אזא הערליכע קרעטשמע מעג ווען האבן אייגענס צוגעשטעלט , אזוי מיין איך .
זונטאג אוגוסט 06, 2006 6:12 am
מ'רעדט דאך פון וואס די קרעטשמע האט צוגעברייט אויף שבת.
זונטאג אוגוסט 06, 2006 1:18 pm
ס'איז גארנישט איבער געבליבן, דער עולם האט אלעס אויפגעגסן.
כ'האב נישט געוויסט אז ס'וועט זיין אזא עולם דעם שבת, אפשר וועגן שבת נחמו.
זונטאג אוגוסט 06, 2006 3:14 pm
קעכער האט געשריבן:ס'איז גארנישט איבער געבליבן, דער עולם האט אלעס אויפגעגסן.
כ'האב נישט געוויסט אז ס'וועט זיין אזא עולם דעם שבת, אפשר וועגן שבת נחמו.
קעכער כ'מיין מ'שטיינס געזאגט, יענטאאש האט דיר נישט געזאגט אז דעם שבת נחמו, קומט מען צו פארן פון אלע ארומיגע קאנטריס?
זונטאג מרץ 16, 2008 12:48 am
מוצאי שבת זכור, וויפיל קוגלען האט מען געמאכט ביי אייך די וואך, 4 ווי די פיר אותיות פון עמל"ק? ע'פל מ'על ל'אקשען ק'אשע?
זונטאג מרץ 16, 2008 1:22 am
ק' איז פאר קארטאפל, כפי ידיעתי.
ביי אונז האט מען געמאכט צוויי, מעל און קארטאפל (ר"ת מ"ק...).
זונטאג מרץ 16, 2008 9:58 am
מיר האבן געהאט פיר,
ביינאכט האבן מיר געהאט ק'ארטאפל, און בייטאג האבן מיר געהאט מ'עהל ל'אקשן ע'פל.
זונטאג מרץ 16, 2008 10:49 am
מיר האבן ב"ה נישט משנה געווען פונעם מנהג, און געגעסן שוין פון ערב שבת נאכמיטאג יעדע פיר שעה אלע פיר קוגלן..
אנגעהויבן האט זיך עס ביי טועמיה, דאן ביי די ביינאכט סעודה, שפעטער פארן גיין שלאפן, הארט נאכן דאווענען אינדערפרי, און מער צום סוף פון די סעודה נאכאמאל.
זונטאג מרץ 16, 2008 11:37 am
קארטאפעל איז דאך יעדע וואך, ניין?
זונטאג מרץ 16, 2008 11:42 am
ק'רעמער:
איך מיין אז די ק'ארטאפל קענסטו אויסלאזן
מאנטאג מרץ 17, 2008 12:03 am
פארשלאפן, זאגסט דאך בעסער ווי גוט, לעכוירע האט ער געגעסן פאטעטא קוגל צוליב דעם....
כ'בין נישט קיין בעל גאווה, א_ווי חטאת'ל האט שוין מסביר געווען במקום שאמרו להאריך, אלזא, דאכצאך אז יאך האבן אויך אין די גוטע צייטן געפענט עפעס א לאווע דעמאלקע אשכול, נו, גיי זיכעס..
שבת ספטמבר 06, 2008 11:14 pm
מלוה מלכה ביי מיר.
מען גייט זיך וואשען אן 15 מינוט ארום
שבת ספטמבר 06, 2008 11:20 pm
א גוטן אפעטיט זאמעך מויצע
זונטאג ספטמבר 07, 2008 2:11 am

ר' שמחה, די ידיעה איז אונז גאר אינטערסאנט...
זונטאג ספטמבר 07, 2008 10:50 am
נאך נישט שפעט
איך ווייס פון צדיקים אויב האט זיך געמאכט אז מ'האט נישט געגעסען מ"מ האט מען זינטאג ציפרי ביי פת שחרית געזאגט "דא הוא סעודתא דדוד מלכה משיחא" און געזונגען די מ"מ זמירות
מיטוואך ספטמבר 10, 2008 12:02 pm
סאכדעס,
ביסט אבער נישט אהנגעקומען...
דאנערשטאג ספטמבר 18, 2008 4:30 pm
מילער האט עפעס געמאכט א לאוועמאלקע לעצטע וואך, ווער גייט מאכן די וואך?
דאנערשטאג ספטמבר 18, 2008 4:40 pm
דארט ביסטו
יא געווען, אז די ווילסט וויסען וויא די וועסט
נישט זיין די וואך?
דאנערשטאג ספטמבר 18, 2008 4:44 pm
ניין, נאר דארט בינעך געוואויר געווארן דערפון נאך שבת, און יעצט ווילעך וויסן "פאר" שבת ווער עס מאכט...
זונטאג ספטמבר 21, 2008 9:58 am
נו שמערי, ביסט עפעס געוואר געווארן?
זונטאג ספטמבר 21, 2008 10:01 am
הער
כ'האב געווארט פארען עולם, קיינער איז נישט געקומען האב איך געפראוועט אליינס!
זונטאג ספטמבר 21, 2008 12:32 pm
ר' שמחה קיינער איז נישט געקימען ווייל מען האט זיך געיאגט צי גיין שנעל שלאפען און קענען אויפשטיין געהעריג פארטאגס צי סליחות
זונטאג ספטמבר 21, 2008 2:45 pm
כ'בין למעשה די וואך געוועזן ביי א שבע בראכעס, וואו כ'האב ב"ה זוכה געוועזן אויפצוטרעטן מיט עטליכע דיבורים לכבוד החתן.
שבת ספטמבר 27, 2008 11:44 pm
מעוואשט זיך און בערך 10 מינוט ארום