בלאט 1 פון 1

מיין האלבע קרעפיל פשעטיל

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 08, 2014 6:56 pm
דורך מטעמים
געוועהן איז דאס שבועות אינדערפרי די ערשטע טאג. מיר האבען געהאט די זכייה צו ליינען קריאת שמע בערך צוואנציג נאך פיהר.

כ'בין געוועהן באמת מיד ווען איך האב מיך געלייגט אזוי אז ווען עס איז געווארען זיבען דרייסיג אין מען הערט ווי דאס פונעף יעריג מיידעל שטייט ביים בעט און בעהט זיך צו מיר און זאגט: טאטי איך בין הונגעריג געב מיר צו עסן.

איך זאג איר, שעפעלע סיז נאך מוראדיג פרי זיי מוחל לייג דיך צוריק שלאפען, און ווען דו וועסט אויפשטיין וועל איך דיר געבן, אקעי?

ניין זאגט צו, איך בין זייער הונגעריג אין איך דארף עסן. רוף איך מיך אן צום קליינעם אין כ'זאג איר אזוי: אדער יעצט א פלעינע קוקי אדער באלד א קאפקעיק. כאב פרובירט צו פארהאנדלען מיט איר.

זאגט זי, טאטי נישט קיין חילוק וואס דו געסט מיר די עיקר איז עפעס א שטיקעל קוכען אז איך זאל ווערן אויס הונגעריג. אויב אזוי, זאג איך איר ווארט מיך אין קאך אין טאטי קומט שוין.

איך וואש מיך אפ די הענט איך זאג מודה אני אין געגאנען אריין אין קאך אריין. איך עפן דאס פריזשידער אין איך זעה די ערשטע זאך דעם אזוי גערופענעם סמיילי קאפקעיק. איך זאג פארען קליינעם לכבוד יום טוב באקומסטו די קאפקעיק.

איך עפן עס אויף מען לייגט עס אריין אין טעלער מיט א נעפקין אין א גלעזל זשוס שטעלט מען איר גלייך צו. זאל זיין מיט א רחבות.

דער קליינער פרעגט מיט א תמימות, טאטי וועלכע ברכה מאכט מען אויף די קאפקעיק?

די קאפ פאנגט אן צו פיבערן מיט א שטארקייט, אויב איך וואלט עס יעצט געגעסן וואלט איך געמאכט א מזונות ווייל ביי מיר איז דער עיקר די קעיק אין דער קרים איז א טפל.

ביים קליינעם איז דאך פונקט פארקערט די קרים איז דאך דער עיקר אין די קעיק א טפל, לכאורה דארף זי דאך מאכען א שהכול.

זאל איך איר זאגען צו מאכען א שהכול איז דאך דאס אנטקעגן מיין הלכה, זאל איך איר זאגען צו מאכען א מזונות איז עס דאך אנטקעגן איר הלכה,

ביז איך האב געהאט פאר איר אן ענטפער איז שוין געוועהן ניין דרייסיג אין פון די קאפקעיק איז נאר געבליבען די רעיפער. אבער די קשיא איז נאך נישט פארענטפערט.

ווער קען מיר ארויסהעלפען מיט מיין אומפארענטפערטע שבועות קרעפיל פשעטיל?

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 08, 2014 9:48 pm
דורך תרנגול
;l;p-

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 08, 2014 9:53 pm
דורך פיטום
דער צווייטער האלב דרשה וועט שוין מוזן זיין דער 'על המחיה' פארן אנזעטיגן דא דער עולם... (אדער גאר דער אשר יצר....)

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 08, 2014 11:20 pm
דורך שוועמל
CUTE....
קיינעהארע פוי פוי פוי (מיט א פינטל)

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 08, 2014 11:20 pm
דורך ידיד
איך וואלט איר געגעבן נאר די קרים און שוין.. צו וואס זאל זי זיך סתם אזוי מוטשען אראפצושלינגען דעם טריקענעם קאפקעיק?

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 09, 2014 7:39 am
דורך קרעפטיג
ביסט זיס דו, שמך נאה לך.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 09, 2014 7:51 pm
דורך פיטום
שוועמל האט געשריבן:CUTE....
קיינעהארע פוי פוי פוי (מיט א פינטל)

גע נאר א קוק וואס איין פינטל קען אלס אויסמאכן...

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 09, 2014 9:23 pm
דורך בערקא
;l;p-

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 10, 2014 8:58 pm
דורך מטעמים
או נאו, איך האב סיריעסלי געוואלט וויסען וואסערע ברכה מיין מיידעל דארף מאכען איי געיס כאב עס נישט אריינגעלייגט אין די גיטע פלאץ.

סאו ווי באלאנגט עס יא?

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 11, 2014 2:12 pm
דורך יאנקעלע קליגער
ס'איז א גוטע חקירה
אבער זי דארף זיכער מאכן א מזונות

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 11, 2014 8:17 pm
דורך פיטום
אויב זי וועט אריין גיין אין אן אנדערען אשכול וועט זי דארפן מאכן א נאך ברכה פאר זי גייט אהין, און דארט איבער מאכן...

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 11, 2014 11:38 pm
דורך מטעמים
פיטום האט געשריבן:אויב זי וועט אריין גיין אין אן אנדערען אשכול וועט זי דארפן מאכן א נאך ברכה פאר זי גייט אהין, און דארט איבער מאכן...

דאס איז נאר אויב מען גייט צו א צווייטע וועב זייטעל, אז מען גייט נאר מחדר לחדר איז מותר ווי לאנג מען האט נישט קיין כוונה להיפך.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 12, 2014 10:48 am
דורך פיטום
שוין! האב איך שוין געלערענט היינט עפעס.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 9:35 pm
דורך למעלה משבעים
מטעמים האט געשריבן:או נאו, איך האב סיריעסלי געוואלט וויסען וואסערע ברכה מיין מיידעל דארף מאכען איי געיס כאב עס נישט אריינגעלייגט אין די גיטע פלאץ.

סאו ווי באלאנגט עס יא?

כ'זע נישט די שאלה זיכער א מזונות.