Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

מ'קען פלאצן

מאנטאג יולי 16, 2007 10:48 am

ווער ס'קען מיך ווייסט, איך בין נישט קיין שרייבער, איך ברענג בילדער, לייג אמאל צו א הסבר, און דאס איז "טיפיקל יעקב אלי' בראך", אזוי איז ער געבוירן אן קיין האנד-פאכעניש, נעבעך.

סאוי ווען ס'פארלאנגט זיך אמאל צו זאגן א הויעך ווארט, בין נישט איך דער מענטש וואס קען שרייבן א ברייטס, און צו צאלן פאר א טייפסעטער זאל מיר מאכן מליצות האלט איך נישט דערביי. דערפאר לאמיר מאכן מיין פוינט, לאיד ענד קלער.

איך מוטשמע מיך. יא! זארעך צו דער אגענט פון ציריך נישט קיין חילוק, איך האב א פראבלעם.

לאמור: די פראבלעם זענען טאקע מיט די בילדער.

פארגליסט זיך מיר יעדן צווייטן טאג אריינצוקומען און אריינריקן דריי בילדער און דריי אשכולות: אשכול מיוחד צום עסן / טרינקן / אין אינטערעסאנטע בילדער. דאס איז מיין קראנקשאפט און איך בין עדיקטעט דערצו.

אן קיין "ביי דע וועי'ס" וויל איך אויסלייגן מיין צער ברבים, נעמליך מ'האט געפענט צוויי פורום'ס פון צוויי זאכן, שמועסן און ארטיקלן, די עסן און טרינקן זענען ביי "פארברענגן" און די אינטערעסאנטע בילדער ביי "ארטיקלן".

קען איך וויסן צו וואס מוז איך יעדעס מאל לויפן צו ביידע פורום'ס כדאי אריינצולייגן די בילדער? הא?

איך מיין, איך שטיי שוין ביי "ארטיקלן" און די עסן איז גרייט אין מיין לינקע ארעם, די טרינקן גיסט זיך האלב אויס, ס'איז נישט קיין יושר

Advertisement

מאנטאג יולי 16, 2007 11:26 am

זייער פיין געשריבן יאנקעלע, וואס זאגסטו דו קענסט נישט ?

מאנטאג יולי 16, 2007 12:27 pm

טעסטינג... טעסטינג... וואן... טו... טרי...
סי' געלונגען, יא?...

מאנטאג יולי 16, 2007 4:02 pm

נאך א מזל אז מ'קען פלאצן, ווען נישט, וואלט איך ווען געהאט היינט איין שמייכל ווייניגער.

מאנטאג יולי 16, 2007 4:37 pm

יא איך האב געפלאצט און עס איז געלונגען...

מאנטאג יולי 16, 2007 4:56 pm

ס'עיקר אז די הויזן זאלן נישט פלאצן, כ'מיין קיין פריש-געוואשענע קעמען דאך נישט גיין....

מאנטאג מאי 26, 2008 4:54 pm

סאכדעס האט געשריבן:ס'עיקר אז די הויזן זאלן נישט פלאצן, כ'מיין קיין פריש-געוואשענע קעמען דאך נישט גיין....
שטעל דעך פאר, אז ער וואקט אריין אין שול מיט ניי געוואשענע הויזן, וועט מען שוין אנהייבן שמועסן אז ער גייט א שידוך טוהן, און ס'וועט פליען ראמערס, מי יודע, וואס ס'וועט זיין די סוף............

ובכן, איז יא טאקע בעסער געפלאצטע הויזן ווי געוואשענע.......

מאנטאג מאי 26, 2008 4:59 pm

עניוועי, זיידעניו איז נישט גוט אז דו זאלסטעך אנטוהן נייע הויזן, ווייל ווי איכער האט שוין דערמאנט, קענעס ווערן שמיציג ווען דו גייסט אראפ אין בעיסמענט, ארויפברענגען די אלטע אשכולות.

מאנטאג מאי 26, 2008 11:19 pm

און אויפן וועג ארויף קען ער זיך נאך וועלן אפריען און זיך ארויפזעצן בטעות אויף איינע פון די אשכולות און דאן וועט די הויזן זיין נישט נאר געפלאצט נאר אויך ...............

דינסטאג מאי 27, 2008 6:53 am

ובפרט ווען מיין תגובה איז געשריבן געווארן אין די ניין טעג.

דינסטאג מאי 27, 2008 8:32 am

פלצתי

דינסטאג מאי 27, 2008 10:05 am

טהור-עיניים האט געשריבן:און אויפן וועג ארויף קען ער זיך נאך וועלן אפריען און זיך ארויפזעצן בטעות אויף איינע פון די אשכולות און דאן וועט די הויזן זיין נישט נאר געפלאצט נאר אויך ...............


גוט גוט

דארפסט נישט מורא האבן,

איך גיי אראפ מיט א פלעשט לייט,
און מיט מייז פראוו שטיוול,
וואטער פראוו הויזען, (ווי די דייווערס),
א בולעט פרוף וועסטל,
א דאסט פעטש אויפן מויל,
און מיט פארמאכטע גלעזער אזוי ווי די האלץ שניידערס,
אין מיט א העלמעט פון א מאטאר סייקל...........

וואס קען נאך געשעהן,,,,,,

דינסטאג מאי 27, 2008 12:43 pm

איך האף אז די האסט אויך אן די הויזען טרעגער

דינסטאג מאי 27, 2008 3:12 pm

איר קענט דעם מעשה מיטן פריץ'ס זון וועלכער האט זיך באזאפן און דערנאך געזאגט אז דער איד האט עם אריינגע....... אין די הויזן? און די פרעגסט נאך וואס קען געשען אויב מען זעצט זיך אראפ ווי מען דארף נישט. בפרט אין די קרעטשמע צווישן אזויפיל יודן
שרייב א תגובה

Advertisement