בלאט 1 פון 2

א נייער ניק, א נייער כאראקטער

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 01, 2014 4:55 pm
דורך נשמה
וויאזוי קען איך עפענען א נייער ניק און קיינער זאל בכלל נישט באמערקן אז איך האב שוין דא געפאקט געמוזלט און געשארלעכט
קודם קול מאכט אייך א נייער ניק, מיט א נאמען וואס ברענגט ארויף עפעס גאר אננאנדער מעסעדזש.

למשל אויב האט איר געהייסן ביז היינט שאל בני. גיט אייך א נישט א ניק סברא. גיט אייך ענדערש א ניק בענענע, און קומט אריין דעם ערשטען טאג דא אין איי-וועלט און שרייבט ווי פאלגענד.
א גיטן טייערע לייענער פון די וועב סייט, איך פלעג אלעמאל דא ליינען אבער כ'האב נאך קיינמאל נישט געהאט קיין ניק דא. און יעצט מורי ורובותי (זעהט און מאכט זיכר צי שראבן נח מיט אכט גרייזען)
איך וואלט זייער געוואלט אז מ'זאל מיר דא אויפנעמן בכובד הראי.
אדער קענט איר אריינקומען מיט א שאלה, וואס דערפאר האט איר געעפענט דעם 'ניק'

איר זיינט געוווען א מענטש וואס האט נאך קיינמאל דא באזוכט, און איר האט פשוט, ס'האט זיך געמאכט בא-נייך א פראבלעם, איר ווייסט באמת נישט וואס צו טון.
איז איר קומט דא אריין ווי עפעס א מגושם'דיגער פויער פון פיצא סטאר ווי פאלגענד:
ווייסט איינר ווי מקען באקימען באקסעס (דא לייג עפעס אן ענגלישע מאדנע ווארט) פאר פיצאס דא אין פלעטבוש געגענט?

יעצט לאז עס אזוי פאר א פאר טעג.
איר זענט דאך א ביזי ארבעטער.

שוין. און דערנאך זאלט איר תגובה זיין ערגעץ זייער אמעראציש. ממש הימל און ערד ווי אייער אלטער ניק.
און אויך ביי א אשכול ווי איר זענט נאך קיינמאל נישט געווען. איר דארפט דארט זיך מאכן גאנץ באקוועם. אזוי ווי איינער מאכט זיך באקוועם אין ערעפארט. צייטווייליג. אבער באקוועם.

געדענק איר זענט א גרינער.

אויך איז זייער כדי, איר זאלט אריינגיין אינעם הילף אשכול, און שרייבן ווי פאלגענד:

"צי די חשיבע ציבער איך האב געוואלט פרעגין צו עמעצער ווייסט וויאזוי מ'מאכט א לינק". אדער וכו' אזוינע עכט אמעראצישע פראגן.

דערנאך זאלט איר אפדעטן אייער תגובה צום ווייניגסטענס זעקס מאל. און שרייבן דא און דארט אזוינע (.) שוין נאכן פאראכטן געווארן מאכט זיכער ס'זאל שטיין "דריי מאל איז עס פארראכטן געווארן".

ווי צו ווייזן אייער אומבאהאלפענקייט.

ווי אויך איז זייער כדי צו שיקן אין אישי צו אלע חבירם פון אייער אלטער ניק. מיט אזוינע נערווירענדע בעגינער קשיות.

"איך וויל אייך נישט באדערן אבער וווען איך מאך א תגובה קומט עס אויס טויזענט מאל?"

וויאזוי מאך איך?...

אזוי זאלט איר זייער, זייער שטאטלעך אריינקומען דא אינעם איי-וועלט.

אייער אלטער תגובות זזאל נאך אנגיין אינגרויסן און אייער אלטער ניק זאל גאר טשעפענען דעם נייעם ניק. נע. נישט ממש טשעפענען אבער אזוי. אזוי ווי ווער ביסטו, דו ווייסט וואס דו זאגסט, איך מיין.

און אויך זאלט איר זעהן צו שיקן אין אישי פאר אייער נייער ניק איינמאל א שארפס. אז אפילו די מנהלים אויב זיי וועלן ליינען אייער אישי. וועלן זיי קלאר זעהן אז בשתי אנשים הכתוב מדבר..

איז, בקיצור ס'גייט דורך א שטיק צייט, יעדער איינער שוינט אייך. עפענט איר אויף אן אשכול, אבער דא מוזט איר ווייזן ווי שטארק איר פרובירט זיך צו אויסלערנן שרייבן אביסל מענטשליך, אבער ס'גייט זייער שווער.

און ווי אויך זאלט איר ווערן אקטיוו אין עפעס א פארשטויבטע נושא. ווי למשל "איז אראנדזש דזשוס געזונט פאר ווארצלעך"
איר עפענט אויף א גאנצער אשכול מיט גאנצעטער גאר אנדערש ווי אייער פריערדיגער כאראקטער.

דערנאך פוצט איר אפ מיט אייער נייער ניק, און נאך יעדע פיר, פינף טעג כאפט איר זיך אריין מיט אן אמעראצעס.

פארשטייט זיך אז פון צייט צו צייט קומט פאר דייקא אן אויפגערעגקייט צווישן אייער אלטער ניק און נייער ניק, אייער אלטער ניק וויל זיך נישט עפעס פארשטיין אנהייב מיטן נייעם, העלפט איהם אביסל, איז איהם מקרב, שרייט איהם אן און זאגט איהם אז נעקסט טיים זאל ער זיין וואוילער.

איר שרייבט ווייטער פעסט מיט אייער אלטער ניק. אזוי ווי אין די גוטע צייטן. אבער איר מאכט זיכער אז אייער נייער ניק באקומט צוביסלעך א כאראקטער. גאר אנדערש ווי אייער אלטער ניק.

אויב איז אייער אלטער ניק געווען אן אויפגערעגטער. איז דער נייער זייער קאלט, ממש אייז קאלט, און דירעקט א רואיגער. אויב האט אייער אלטער ניק געוואוינט אין בארא פארק וואוינט אייער נייער אין קרית יואל. אויב איז אייער אלטער ניק געווען באקאנט אין עולם הספרים, איז אייער נייער ניק אינגאנצן ניי, ממש אן אמאארעץ. ווייסט קוים וואס עטרת פאבלישינג איז, ווייסט קוים וואס א פאבלישינג איז. אויב האט אייער אלטער ניק געוואוסט די נייעס, מיינט אייער נייער ניק אז קארטער איז נאך פרעזידענט וכו' וכו'.

און אייער נייער ניק שרייבט דייקא אין פלעצער ווי דער אלטער האט ניטאמאל אנגעטרעטן איהר ערד.
ווי למשל אויב האט איז זיך אלעמאל געדרייט אין נייעס. גייט צו נגינה, און אזוי ווייטער. אייער נייער ניק קען גאר אנדערע מענטשן. אייער אלטער ניק האט קיינמאל נישט געוואוסט צו זאגן פון אזא פארשוין ווי ליפא אן די בארד. אבער דער נייער ווייסט צו זאגן אז ליפע בלעבלעבלע... און אזוי ווייטער און ווייטער..

און פארשטייט זיך אז איר שיקט אין אישי צו אייער אלטע ניק אהין און צוריק נישט צו סאך. אז אפילו אויב די מנהלים קענען עס ליינען, זאלן זיי טאקע מיינען. און ווי אויך שיקט איר צו אייער אלטע ניקס פריינד. אז אייער אלטער ניק האט אייך געזאגט בלעבלעבלע און איר ווייסט נישט... בקיצור.


יעצט ווען איר פרובירט זייער שטארק אויפצובויען גאר אן אנדערער כאראקטער מיט אייער נייער ניק, גאר אנדערש מיט אלע ענינים ווי דער אלטער.

זענט איר שוין זיכער אז דער נייער ניק האט זיך שוין קונה געווען אלץ באמת א נייער דא אין איי-וועלטט ער לערנט זיך פשוט אויס וויאזוי מ'שרייבט, ער קען שוין אפילו די איי-וועלט שפראך. און אזוי ווייטער, ער פרובירט שוין אפילו צו מאכן אזא געלונגענע איי-וועלט דזשאוק. און ער איז שוין זייער אין.

דער אלטער ניק פרובירט, נישט צו שטארק פארשטייט זיך, צו זיך אפטיילן אז ס'זאל ניטאמאל זיין די קלענסטע פארדאכט אז מ'רעדט דא פון איין און די זעלבע מענטש. נאר אדרבה צוויי קאמפלעט אנדערע מענטשן. וואס אפילו די קלוגע וועלן זיך שווערן ביים באבענס באבן אז די זענען זיכער צוויי מענטשן.

און אזוי קומט איר צוביסלעך ארייין, אין די אפטיילונגען ווי איר זיינט געווען אקטיוו, איינמאל ממש נאר אויף א מינוט און די אלטער ניק איז נאך אלץ אקטיוו פונקט ווי אמאל. איז ס'וועט קיינעם נישט בייפאלן עס צאמצושטעלן. און אזוי האט איר עס געמאכט אלץ מער און מער.

און געדענק יעצט קענט איר שוין בלייבן מיט אייער אמת'ר אייער אמת'ער כאראקטער, ווייל איר זיינט שוין אויפגעבויעט. אבער מיט געוויסע פרטים בלייבט איר אלעמאל ניי.

אויך אויב איר קענט זאלט איר שטעלן א בילד פון איראק למשל. שרייבט צו, שיינע וועטער היינט,

אדער קענט איר בלייבן למשל מיט איין חילוק פון אייער אלטער ניק וואס מוז בלייבן ווי למשל איין טאט. איין טעות הגרעממער, ווען איר ווילט זאגן כאטשיג, זאל עס אלעמאל זיין "על אף" דאס גייט זיין אייער כאטשיג, און אזוי נאך אפאר מינדערוויכטיגע שינויים, אבער אלעס מ'זאל עס נישט קענען צאמשטעלן.

אויב אין אייער אלטער ניק האט איר געשריבן "באקומען" וועט אייער נייער ניק נאר "באקריגן" אויב האט אייער אלטער ניק געשריבן מעסעדזשעס וועט אייער נייער ניק נאר שיקן 'מעלדונגען'. אויך דארפט איר זיכער מאכן צו שרייבן אסאך וועגן איין נושא ווי למשל די וויכטיגקייט פון טרינקן גענוג וואסער. און אויך זאלט איר שרייבן וואססער מיט צוויי סמך,

איר דארפט טוישן אייער אויסדרוקן, אנשטאט 'גערעגט' גייט מען זיך פון היינט און ווייטער נאר בייזערן און חס ושלום קיינמאל נישט זיין גערעגט. און ווי אויך אויב אייער אלטער ניק האט קיינמאל נישט געשריבן ענגלישע אמערעדישע ווערטער זאלט איר וואקן, וואט עווער יו קען טו מעק באוט דיפרענד פראם איטש אדער. פארשטייסט.

און אזוי ווייטער.

און ווי אויך זאל אייער נייער ניק שטעלן אזוי בילדער וואס אייער אלטער ניק האט קיינמאל נישט געשטעלט.

לייגט ארויף "שיינע וויין באטל" בילד. איי וואס איז די שיינקייט מיט א וויין באטל. אבער מיר טוען שעצן אייערער ווערדן.

ס'דא זאכן וואס דארפן אלעמאל בלייבן געטוישט און נישט צוריק גיים צום אלטן אפילו בטעות.

אויב פלעגט איר אלעמאל רעדן פון סטעטשו אף ליבערטי פון היינט און ווייטער רעדט איר פונעם אייפל טורעם. אויב פלעגט איר זיין א גערעגטער זאל אין יעדע תגובה אריינגיין. די ווארט 'שמייכל' בטעות, און איך שמייכל מיך אונטער, קאם אן געב א שמייכל, אזוי ווייטער און ווייטער, און אויך דער נייער ניק גייט פרי שלאפן, איר פארשטייט ווען דער אלטער ניק שרייבט נאך אינגרויסן שלאפט שוין דער נייער ניק טיף און דרייט זיך שוין איבער אויף די צוייטער זייט, זיי וואוינען אין אנדערע לענדער איהר פארשטייט.

והשם הטוב יעזור שנעשה רצונו

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 01, 2014 5:02 pm
דורך נישט אלעס איז אמת
פארשמיר נישט דיין נשמה א נשמה קען מען נישט טוישן
די קענסט טוישן אפשר אויף נשמה יתירה....
אדער יצאה נשמתו...

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 01, 2014 5:11 pm
דורך ידיד
יוי נשמה'לע.. כ'קען נישט סטאפן לאכן... חחחחח... אזוי גוט אראפצולייגן!

לאמיך שנעל גיין אויפזוכן דיין נייע ניק..

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 01, 2014 5:30 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
צוקער זיס, :lol: -c:o

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 01, 2014 5:43 pm
דורך תרנגול
:lol: איך לאך און לאך און קען נישט סטאפן....

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 01, 2014 5:45 pm
דורך מילכיגער
אייביג די בעסטע הומאר ווען מ'לייגט אראפ וואס יעדער טוט בחדרי חדרים און רעדט זיך איין אז ער איז דער איינציגער חכם...

אייזן שטארק!

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 01, 2014 5:50 pm
דורך תרנגול
נשמה האט געשריבן:וויאזוי קען איך עפענען א נייער ניק און קיינער זאל בכלל נישט באמערקן אז איך האב שוין דא געפאקט געמוזלט און געשארלעכט

געמוזלט און געשארלעכט.... די צוויי ווערטער קומען גראד אראפ פון עפעס אן אנדערע פלאנעט.... עפעס א געמוזלטע געשארלעכטע וועלט.... איי טאטע... ווי שאפט מען אזא פעדער'ל....

ווארענונג!

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 01, 2014 5:53 pm
דורך מתבונן
מברויך זייער אכטונג געבן, א קינדערגארטען רבי, ווערט א יונגעל. ער בלייבט אן עדאלט און א יונגעל צוזאמען.
אויב מאכט מען א נייע ניק ע"ז הדרך, ברויך מען פארשטיין, אז מקען אנהויבן עקטן אויך אין די דרויסענדיגע וועלט ווי צוויי מענטשן, ווי דער חינוך שרייבט, כי אחרי פעולות נמשכים הלבבות.
עס ווערט אזא סאבפערסענעלעטי דיסארדער.

נשמה, אייזן שטארק איז נישט די ווארט...

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 01, 2014 6:08 pm
דורך א גראם מיט טעם
נשמה ,אוי ביסטו גיט,
אפשר מאכט מען טאקע אזא פאטטערן צו זעהן וועלכע ניקס געהערען צום זעלבען בעה"ב...

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 01, 2014 7:29 pm
דורך טייבעלע
נעשאמא סאו סוויט.

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 01, 2014 9:11 pm
דורך לוי יצחק
מוז מען זאגן אז דו באגסט מיין קאמפיוטער...

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 01, 2014 9:40 pm
דורך מטעמים
יישר כח פאר די עדווייז, נישט געוויסט אז מען קען אזאנס כלל טוהן.

זאג נאר נשמה, איך מאך עס גיט?

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 01, 2014 9:55 pm
דורך לכתחילה אריבער
נשמה!! גוט איז גוט!!

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 01, 2014 10:38 pm
דורך Alien
תרנגול האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:וויאזוי קען איך עפענען א נייער ניק און קיינער זאל בכלל נישט באמערקן אז איך האב שוין דא געפאקט געמוזלט און געשארלעכט

געמוזלט און געשארלעכט.... די צוויי ווערטער קומען גראד אראפ פון עפעס אן אנדערע פלאנעט.... עפעס א געמוזלטע געשארלעכטע וועלט.... איי טאטע... ווי שאפט מען אזא פעדער'ל....

קיינמאל געהערט די ווערטער? ווען איך האב עס געשריבן האב איך נישט געחלום'ט איינער וועט זיך שטעלן דערויף.
שכח פאר די קאמפלימענטען.

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 01, 2014 10:43 pm
דורך לכתחילה אריבער
אוי וויי....

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 01, 2014 11:20 pm
דורך זאכליך
נשמה אוי נשמה. וואס די קענסט קען נישט קיינער!

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 01, 2014 11:21 pm
דורך זאכליך
לכתחילה אריבער האט געשריבן:אוי וויי....

!!

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 02, 2014 12:43 am
דורך Alien
אז מ'רעדט שוין. איך ווינדער מיר אויב ר' יוסעלע כ'האב-א-תורה ני"ו, האט נאך נאמען אויף קול מבשר. אויב יא ווער איז ער, הערשל פריעדמאן, יצחק שלמה דרעזנער, ר' נפתלי שטיין, הרב שטערנליכט אדער יוסי געשטעטנער?

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 02, 2014 2:00 am
דורך שוועמל
נשמה מיט Alien קענען נישט זיין די זעלבע, זיי שטימען נישט מיט די כלל אז א נייע ניק טאר נישט געבן די זעלבע מעסעזש..

פארקערט פון נשמה וואלט געדארפט זיין אומ-חן!
ענדליך עפעס צום לאכן דא..

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 02, 2014 9:01 am
דורך מוזיקאליש
תרנגול האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:וויאזוי קען איך עפענען א נייער ניק און קיינער זאל בכלל נישט באמערקן אז איך האב שוין דא געפאקט געמוזלט און געשארלעכט

געמוזלט און געשארלעכט.... די צוויי ווערטער קומען גראד אראפ פון עפעס אן אנדערע פלאנעט.... עפעס א געמוזלטע געשארלעכטע וועלט.... איי טאטע... ווי שאפט מען אזא פעדער'ל....


דער לשון זעהט מען איצטיר אין קרעטשמע ביי יגר סהדותא'ס ארטיקעל וואס נשמה האט ארויף געברענגט ...מיינט עס עפעס?
viewtopic.php?f=3&t=2105

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 02, 2014 12:25 pm
דורך לכתחילה אריבער
שוועמל האט געשריבן:נשמה מיט Alien קענען נישט זיין די זעלבע, זיי שטימען נישט מיט די כלל אז א נייע ניק טאר נישט געבן די זעלבע מעסעזש..

פארקערט פון נשמה וואלט געדארפט זיין אומ-חן!
ענדליך עפעס צום לאכן דא..

דאס איז א עקסטערע ארטיקל - וואס נשמה האט נאך נישט געשריבן - ווי אזוי מען מאכט פארקערט, אז מען זאל מיינען אז צוויי ניקים זענען די זעלבע מענטש...

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 02, 2014 12:31 pm
דורך Alien
חילי שכח פארן מיר ארויסדרייען פון מיין דורכפאל.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 02, 2014 12:37 pm
דורך לכתחילה אריבער
Alien האט געשריבן:חילי שכח פארן מיר ארויסדרייען פון מיין דורכפאל.

וואס טוט מען נישט פאר זיך אליין?.........

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 02, 2014 12:41 pm
דורך ידיד
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
שוועמל האט געשריבן:נשמה מיט Alien קענען נישט זיין די זעלבע, זיי שטימען נישט מיט די כלל אז א נייע ניק טאר נישט געבן די זעלבע מעסעזש..

פארקערט פון נשמה וואלט געדארפט זיין אומ-חן!
ענדליך עפעס צום לאכן דא..

דאס איז א עקסטערע ארטיקל - וואס נשמה האט נאך נישט געשריבן - ווי אזוי מען מאכט פארקערט, אז מען זאל מיינען אז צוויי ניקים זענען די זעלבע מענטש...

אויף אזא ארטיקל ווארט איך טאקע!

איך פראביר אלעמאל צו שפילן אזוי אז דער עולם זאל מיינען אז איך בין לכתחילה'ס צווייטע ניק... דערווייל אן ערפאלג...

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 02, 2014 5:10 pm
דורך נשמה
ידיד האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
שוועמל האט געשריבן:נשמה מיט Alien קענען נישט זיין די זעלבע, זיי שטימען נישט מיט די כלל אז א נייע ניק טאר נישט געבן די זעלבע מעסעזש..

פארקערט פון נשמה וואלט געדארפט זיין אומ-חן!
ענדליך עפעס צום לאכן דא..

דאס איז א עקסטערע ארטיקל - וואס נשמה האט נאך נישט געשריבן - ווי אזוי מען מאכט פארקערט, אז מען זאל מיינען אז צוויי ניקים זענען די זעלבע מענטש...

אויף אזא ארטיקל ווארט איך טאקע!

איך פראביר אלעמאל צו שפילן אזוי אז דער עולם זאל מיינען אז איך בין לכתחילה'ס צווייטע ניק... דערווייל אן ערפאלג...

אוי וויי...