מיטוואך מאי 28, 2014 10:36 pm
בטחון עצמי VS בטחון בה'
זיכערקייט
די גאנצע וועלט שטייט אויף זיכערקייט
שטעלט אייך פאר ווען די גאנצע וועלט וואלט ארומגעגאנגען מיט ספיקות,
זאל איך יא יעצט ארויס? נישט? און אויב נישט? און אויב יא?
אבער דאך וואס זאל איך טוהן?
אקעי איך גיי יא?
זיכער?
און אפשר נישט?
פיין נישט.
א רגע און אפשר יא?
שטעלט אייך ווען יעדע מענטש אין די וועלט וואלט גארנישט געקענט אפמאכן נאר א גאנצ'ן טאג ארום געגאנגען,
יא טוהן?
נישט?
האב איך טאקע געדארפט אזוי טוהן?
די וועלט וואלט ווען געגאנגען כאדאראם!
ס'וואלט געווען אויס וועלט!
קיינער וואלט גארנישט געטוהן!
ווייל אפשר אזוי און אפשר אזוי.
לאמיר זיך טאקע אפשטעלן א מינוט אין טראכטן, אין וואס פארזיכערן מיר זיך?
האבן מיר בטחון עצמי אדער בטחון בה',
לדוגמא ווען מיר שטעלן זיך אויף רעדן טראכטן מיר, קוק אהער אלע דרשות וואס איך האלט געלונגען זייער שיין איך בין ב"ה א געלונגענע רעדנער איך זעה נישט פארוואס ס'זאל נישט געלונגען,
אדער טראכטן גאט וויל אז איז זאל טוהן מיינס, און ער וועט טוהן זיינס, האב איך נישט וואס צו זארגן,
אמת טאקע אז הצלחות אין לעבן בויען אויף א שטארקע בטחון עצמי, אבער צו ווייסטו פארוואס,
זייער פשוט, וויבאלד, ווען א מענטש האט הצלחות פילט ער זיך שוין וואו אן איש מוצלח, און אז ער איז אזא איש מוצלח, קען ער שוין אלעס טוהן ווייל אלעס וועט זיכער זיין איין שטיק הצלחה,
אין אנדערע ווערטער אונז מיר ארבעטן טאג אין נאכט אויפצובויען אונזער כוחי ועוצם ידי, איך בין א מוצלח'דיגע מענטש.
איז דען נישט בעסער זיך צו פארלאזן אויף גאט, ער ווייסט אסאך בעסער פון אונז וואס אונז דארפן האבן,
ער האט אונז אסאך בעסער ליב וואו אונז האבן זיך אליין ליב (יא ער האט אונז ליבער פון ליב אפילו אונז זענען מלא עוונות ופשעים).
אונזער זיכערקייט וועט שוין נישט זיין אפהענגיק אין הצלחות, ווייל אונז ווייסן אז גאט האט אלעס געטוהן, און נישט אונז, טא האט עס בכלל נישט מיט מיין הצלחה, און איך בין אין אים זיכער אפילו כ'בין נישט מצליח(עכ"פ כ'רעדט זיך איין אז איך בין נישט מצליח)
לאמיר זיך אליין אפשטעלן אין טראכטן, איז דען שוין נישט געקומען די צייט, זיך אפצולאזן פון די זינלאזע בטחון עצמי וואס האט גארנישט קיין ווערד, מען קען ארבעטן יארן און עס זאל אוועקבלאזן מיט איין באנקראט, און אנהייבן צו לעבן בטחון בה', וויסן אלעס טוט גאט, און אז גאט האט עס געטוהן איז עס זיכער, דעמאלט קענסטו גיין באנקראט הונדערט מאל און בלייבן זיכער,
אדרבא זאגט אליינס, וואס וואלט איר ענדערש געוואלט
בטחון עצמי אדער בטחון בה
דאנערשטאג מאי 29, 2014 12:04 am
האסט מיך קאנווינסד; איך דארף בטחון בה'. אויב האסטו גיב אהער אביסל
(פאר א סיבה איז עס אין פארברענגען ניין?)
דאנערשטאג מאי 29, 2014 12:20 am
לויט ווי איך האב געלערנט זענען ביידע חלקים ריכטיג און וויכטיג, מ'דארף זיין סיי א בוטח בה' און גלייבן אז הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, דער אויבערשטער איז משגיח איבער אלעס און אלעמען אויף יעדן טריט און שריט און אן אים געשעט גארנישט.
אבער אויך וויסן און געדענקן אז דער רבוש"ע האט יעדן געגעבן כוחות און כשרונות און ער דארף זיי אנערקענען און אויסצונוצן לעשות רצונו ית'.
דאנערשטאג מאי 29, 2014 11:55 am
נישט ? ביסט דאך קלאר "יא" !
כ'האב הנאה געהאט פון דיינע געדאנקען.
דאנערשטאג מאי 29, 2014 3:59 pm
נישט, זייער גוט! איך וואט פאר 'נישט' בטחון עצמי! מען דארף זיך נעמען דערצו
פרייטאג מאי 30, 2014 1:20 am
אַבּערוואַס האט געשריבן:לויט ווי איך האב געלערנט זענען ביידע חלקים ריכטיג און וויכטיג, מ'דארף זיין סיי א בוטח בה' און גלייבן אז הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, דער אויבערשטער איז משגיח איבער אלעס און אלעמען אויף יעדן טריט און שריט און אן אים געשעט גארנישט.
אבער אויך וויסן און געדענקן אז דער רבוש"ע האט יעדן געגעבן כוחות און כשרונות און ער דארף זיי אנערקענען און אויסצונוצן לעשות רצונו ית'.
זייער גוט געזאגט,
אויב טראכט מען אז מען נוץ פשוט די כשרונות לעשות רצונו ית', איז נישט בטחון עצמי נאר בטחון בה'
פרייטאג מאי 30, 2014 9:18 am
נישט האט געשריבן:אַבּערוואַס האט געשריבן:לויט ווי איך האב געלערנט זענען ביידע חלקים ריכטיג און וויכטיג, מ'דארף זיין סיי א בוטח בה' און גלייבן אז הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, דער אויבערשטער איז משגיח איבער אלעס און אלעמען אויף יעדן טריט און שריט און אן אים געשעט גארנישט.
אבער אויך וויסן און געדענקן אז דער רבוש"ע האט יעדן געגעבן כוחות און כשרונות און ער דארף זיי אנערקענען און אויסצונוצן לעשות רצונו ית'.
זייער גוט געזאגט,
אויב טראכט מען אז מען נוץ פשוט די כשרונות לעשות רצונו ית', איז נישט בטחון עצמי נאר בטחון בה'
זייער ריכטיג, באמת קען מען אין דיין אריגינאלע תגובה אויך אזוי אויסטייטשן, כ'האב עס נאר פרובירט צו דאונסייזן, און נישט גענוג קלאר ארויסגעברענגט.
פרייטאג מאי 30, 2014 10:08 am
אַבּערוואַס האט געשריבן:אבער אויך וויסן און געדענקן אז דער רבוש"ע האט יעדן געגעבן כוחות און כשרונות און ער דארף זיי אנערקענען און אויסצונוצן לעשות רצונו ית'.
וויזוי ווערט דאס אנגערופן אין חז"ל אדער אין ספרי מוסר?