גריסן און שמועסן
שבת דצמבר 01, 2007 10:33 pm
נאך אלץ צופיל ארבעס...
Advertisement
שבת דצמבר 01, 2007 10:37 pm
1663 תגובות אין די לעצטע וואך.
שבת דצמבר 01, 2007 10:42 pm
ווידער פאר'הרג'סטו מיר דעם וויץ...
גראדע איז דאס א ריזן צאל תגובות פאר א וואך, ווארשיינליך צו פארדאנקען די וואל סעזאן וואס קומט שוין אט אט צו אן ענדע.
שבת דצמבר 01, 2007 10:43 pm
סארי איך בין אביסל פארשלאפען קרעמער.
עגען סארי פאר ביאינג סאו דאלל.
שבת דצמבר 01, 2007 10:44 pm
האסט נישט געכאפט קיין שבת נאכמיטאג דרימל???
שבת דצמבר 01, 2007 10:46 pm
וואסארע שבת נאכמיטאג?
ווי אזוי קען מען אנרופען א שבת נאכמיטאג וואס מען איז נישט געשלאפען פאר א 4-5 שעה?
שבת דצמבר 01, 2007 10:48 pm
איך האב דירעקט נישט געשריבן 'שלאף' נאר 'דרימל'.
איך האב געכאפט איינס פון אנדערטהאלבן שטונדע, ניש'קשה געווען.
שבת דצמבר 01, 2007 10:49 pm
איך אויך אבער זעט אויס אז עס איז נישט גענוג.
שבת דצמבר 01, 2007 10:51 pm
הילף געזוכט - וויאזוי ווייטער צו ציען דעם שמועס אין א שטילן נעבעך'דיגן מוצאי שבת...
שבת דצמבר 01, 2007 10:53 pm
ווי אזוי איש די טשאלענט נאך ווייען?
שבת דצמבר 01, 2007 10:58 pm
אה, א גוטע טעמע אויפגעברענגט (תרתי משמע).
די טשאלענט געלונגט מיר עפעס נישט די לעצטע פאר וואכן, פארגאנגענע וואך-צוויי האט ער זיך מיר אויסגעקאכט, האב איך האב דאס האט צוטאן מיטן פאקט אז דער זמן איז צו פריה און די HOT PLATE קאכט צו שטארק אן דעם טשאלענט ביז ער פארלירט דעם זאפט.
האב איך די וואך פרובירט אים אראפצודרייען אויף אביסל נידריגער, איז ער מיר געווען קאלט ווי א שטיין (און די קוגעל דערפון: רוי ווי א טייג!).
הילף ביטע...
שבת דצמבר 01, 2007 11:02 pm
טאקע א שווערע פראבלעם, איך מיין דו זאלסט דאס פארשטעלן פאר די חכמי חעלם, אפשר האבן זיי אן עיצה.
נ.ב. לאז מיר וויסן וואס זיי פסק'נען.
שבת דצמבר 01, 2007 11:06 pm
פרייטאג ביינאכט פאר דו נעמסט די זופ אראפ פון די פייער (אדער ארויס פון די אויווען) גיב א קוק אריין אין די טאפ פון די טשאלענט. אויב דו מיינסט אז עס גייט ווערן אויס געטרוקענט דאן לייג צו אביסל זופ .
עס געט גראדע צו א גוטע טעם.
שבת דצמבר 01, 2007 11:12 pm
איך האב דעם פרייטאג צוגעגאסן זופ הארט פארן זמן (איך טוה דאס יעדע וואך ווען עס מאנגעלט אין וואסער), אבער פונקט די וואך איז עס סייווי געווען געפרוירן (אויסערדעם האט זיך עפעס די שבת זייגער אויך פארדרייט - אויף אלע שונאי ישראל געזאגט).
שבת דצמבר 01, 2007 11:14 pm
מען דארף זאגן תהילים.
שבת דצמבר 01, 2007 11:37 pm
אנדי האט רעכט, טוה עס פאר'ן אראפנעמען די זופ פונ'ם פייער, עפנט מען דעם צ'ולענט טאפ, און אויב פעלט זיך אויס געט מען א גיס אריין ס'היבש ביסל זופ.
שבת דצמבר 01, 2007 11:46 pm
איך האב גיוואוסט אז די חכמי חעלם וועלן וויסן וואס צו טוהן
לעצט פאראכטן דורך
ראובן קאהן אום זונטאג דצמבר 02, 2007 1:50 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
שבת דצמבר 01, 2007 11:52 pm
ראובן:
אויף אזא קאמפלימענט האב איך מיר נישט געראכטען.
שבת דצמבר 08, 2007 11:51 pm
מוצש"ק מקץ ה' דחנוכה. 70313, עמער עס קודם שלח'ן, און דערנאך אויסרעכענען.
שבת דצמבר 08, 2007 11:54 pm
דאס מיינט פאר די פאריגע וואך, 1670.
זונטאג דצמבר 09, 2007 1:25 am
מוצש"ק מקץ ה' דחנוכה 70,332
זונטאג דצמבר 09, 2007 1:26 am
דאס מיינט פאר די פאריגע וואך, 1690. (שוין צוגעלייגט די יעצטיגע תגובה שוין אויך)
זונטאג דצמבר 09, 2007 2:08 am
מען קען נאך פארציילן די מעשה מיט די פריווערטשיק?
זונטאג דצמבר 09, 2007 3:21 am
what r all d calculations like this?
Do you mean money?
שבת דצמבר 15, 2007 9:32 pm
מוצאי שבת ויגש: 71,636