בלאט 5 פון 42

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 11, 2007 3:52 pm
דורך איך_הער
נו, קרעמער, האבעך דיר דאך געזאגט אז ס'גייט זיין ענליך, נאכאמאזעל אז יאנאש רעכנט עס אויס, ווען נישט וואלט איך מיך אליינס געדארפט מיטשען.

פארעפענטליכט: שבת נובמבר 17, 2007 8:35 pm
דורך קרעמער
מוצאי שבת קודש פרשת ויצא תשס"ח
65,646 תגובות

פארעפענטליכט: שבת נובמבר 17, 2007 9:57 pm
דורך אלעקסיי
עד ולא עד בכלל, או עד ועד בכלל?

פארעפענטליכט: שבת נובמבר 17, 2007 10:02 pm
דורך איך_הער
די סטאקס זענען געוואקסן מיט .... פראצענט, דעי וואך האלטעס 1404, און דאס איז מיט דעם וואס איך האב געפעלט א האלבע וואך, נאכאמאזל.

פארעפענטליכט: שבת נובמבר 17, 2007 11:45 pm
דורך שוועמל
נארוואס פארענדיגט:

אוי 'תתן כסף ליעקב, אל תירא עבדי יעקב" הוי הוי הוי תתן כסף ליע...הייבט אייך הייבט אייך .......

פארעפענטליכט: שבת נובמבר 17, 2007 11:57 pm
דורך לאקשען ברעט
גוט שוועמעל

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 18, 2007 12:48 am
דורך ראובן קאהן
א גוטע וואך, איך שעם מיך צו זאגן... כ'בין ג'קומען אין קרעטשמע כמעט 3 שעה נאכן זמן און ס'איז נישט גיוועהן קיין נפש חי דא.

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 18, 2007 2:18 am
דורך שוועמל
ראוב'עלע

וואס שעמסטו זיך? אדרבה זאג ! זאלן זיי וויסן די חברה דארט!

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 18, 2007 3:21 am
דורך סאכדעס
ראובן, כ'פריי זיך זייער דיך דא צו טרעפן. זאג מיר די סיבה פארוואס ביסט אריינגעקומען מיט דיין געהעריגע נאמען דא?

פארעפענטליכט: שבת נובמבר 24, 2007 7:27 pm
דורך קרעמער
מוצאי שבת קודש פרשת וישלח: 66980

פארעפענטליכט: שבת נובמבר 24, 2007 8:47 pm
דורך איך_הער
אביסל שוואכליך, נאר 1334.

פארעפענטליכט: שבת נובמבר 24, 2007 9:14 pm
דורך סאכדעס
וואס עפעס שוואך??? כ'מיין מ'קריגט דא באצאלט?

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 25, 2007 5:42 pm
דורך איך_הער
שוואכער פון פאריגע וואך.

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 25, 2007 8:56 pm
דורך סאכדעס
דאס האבעך דאך באלד פארשטאנען, איך פרעג אבער פארוואס זאגסטו שוואכליך???

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 26, 2007 10:00 am
דורך איך_הער
ווייל ווען ס'איז שוואך, איזעס שוואך, איינער האט זיך דען אפגערעדט, מ'רעדט פון פאקטן.

פארעפענטליכט: שבת דצמבר 01, 2007 8:35 pm
דורך אנדי פעטיט
א גוטע וואך , א גוטע וואך איי איי איי איי א גוטע וואך



לעבעדיג!

פארעפענטליכט: שבת דצמבר 01, 2007 9:31 pm
דורך אנדי פעטיט
די עולם האלט נישט ביים זינגען?

הא?

איך הער מישט?

נישט דער ניגון?

וועלכער דען?

בך בטחו?

דו ווילסט ענדערש חסדי השם?

איר ווייסט וואס? אז איר קענט בעסער דאן זינגט איר!

פארעפענטליכט: שבת דצמבר 01, 2007 9:36 pm
דורך יאנאש
דעם איי איי איי איי א גוטע וואך האבעך שוין געזינגן מיט די קינדערלעך אינדערהיים.

בך בטחו האבעך שוין געזינגן ביי לא תבושי.

פארעפענטליכט: שבת דצמבר 01, 2007 9:38 pm
דורך אנדי פעטיט
סאו וואס ווילסטו זינגען יעצט?

פארעפענטליכט: שבת דצמבר 01, 2007 9:42 pm
דורך יאנאש
איצט בין איך נישט אין די זינגען גיסטע.

פארעפענטליכט: שבת דצמבר 01, 2007 9:47 pm
דורך אנדי פעטיט
אין וועלעכע גיסטע ביסטו יא?

פארעפענטליכט: שבת דצמבר 01, 2007 10:04 pm
דורך קרעמער
פאר די רעקארד, מוצאי שבת קודש וישב, אור ליום כ"ב כסליו תשס"ח: 68643 תגובות

פארעפענטליכט: שבת דצמבר 01, 2007 10:07 pm
דורך אנדי פעטיט
וואס מיינט דער נאמבער.

פאר מיר איז דער נאמבער פונקט אזוי פול ארבעס האב איך געגעסען דעם שבת.

וואס מיינט עס ביי דיר?

פארעפענטליכט: שבת דצמבר 01, 2007 10:09 pm
דורך קרעמער
דאס איז א גהינום פון אסאך ארבעס, איך וואלט נישט געפארן אינעם קאר הונטער דיר אויפן ראוד.

ביי מיר מיינט עס אז לויט דעם קען מען אויסרעכענען וויפיל תגובות זענען צוגעקומען במשך פרשת וישב, ווייל מוצאי שבת וישלח האב איך ארויפגעשטעלט דעם סכום התגובות פון יענע וואך, און די וואס קענען רעכענען קומען דא אריין במשך זונטאג אדער מוצאי און געבן אזא רעכן צוזאם דאס מיינעס יענץ און געבן מיר א טאטאלע סומע וויפיל תגובות זענען צוגעקומען די איינע וואכעלע.

פארעפענטליכט: שבת דצמבר 01, 2007 10:11 pm
דורך אנדי פעטיט
כדי דו זאלסט קענען איינשלאפען:


1663